קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:Williamsburg האט געשריבן:https://www.amazon.com/dp/B01MQWSPSM/ref=cm_sw_r_cp_awdb_UHjhAbVRWHW00
וואס זאגט די ציבור דא. איז דעיס א גוטע דיעל?
נישט שלעכט אבער למעשה אביסל אלט, דער פראסעסער איז שוין צוויי דורות צוריק (פשוט להמחשה, דער איי פינעף אכטע דור אין דעם כלי
http://amzn.to/2Bsmt0v איז לויט די טעסטס א היבש ביסל בעסער פון דער זעקסטע דור איי זיבן אינעם HP דיינער.)
די גלייכסט צו א קוואד קאור צו א דועל קאור
אויף סינגעל סרעד פערפאורמענס איז נישט דא אזוי גרויסע חילוק און וואס יא וואלט איך געזאגט אז עס איז אויך נישט אינגאנצען אזוי ווייל ביי די טעסטס האסטו TURBO BOOST וואס ביי די נייע פראסעסער איז עס פון 1.6 צו 3.4 מער ווי דאופלט (ביי די אלטע איז די קלאק ספיד 2.5 און טאורבא ביז 3.1) וואס מען קען נישט צו לאנג בלייבען אויף דעם און טאמער די לעפטאפ האט נישט גענוג קאולינג וועט ער כמעט נישט נוצען און אויך ווענד זיך TURBO BOOST ספיד אין ציפיל זאכען ווי למשל וויפיל קאורס זענען עקטיוו און נאך אפאר זאכען
בקיצור איך זעה נישט דא אז די חילוק זאל זיין די דור נאר אז זיי האבען אנגעפאנגען צו מאכען די ביליגערע פראסערסערס קוואד קאור עכ"פ דאס איז מיין בליק פאר דערווייל ביז מען וועט קענען צוגלייכען ענדליכע סקיילעיק צו קעבי לעיק ריפרעש
איך זאג נישט וועגן "אזא גרויסע חילוק". נאר איינער רעדט זיך איין ער קויפט זיך גוט איין אמער ער האט אן i7, דארף ער וויסן אז אן אלטער i7 קען צומאל זיין נאר אזוי אדער נאך ערגער ווי א פרישע i5.
און אוודאי גלייך איך צו קוואד קאור צו דועל קאור זינט דאס איז דער טשעינדזש אין דער פשוט'ער אפפערינג פון אינטעל. סאו אויב איינער וויל קאמפערן א כלי מיט אן i7 פון צוויי דורות צוריק צו אן היינטיגער i5 דארף ער וויסן אז דער נייער איי 5 איז א קוואד קאור! אין אין מאלטי-קאור פערפארמענס (אסאך פראגראמען יוטעלייזן דאס) איז עס אסאך אסאך בעסער. און נישט נאר דאס נאר אפילו אין סינגעל טרעדעד פראסעס איז ער נאך אזוי גוט ווי דער אלטער איי זיבן און אפשר נאך אפילו בעסער (איז נייער און אפטימייזט האט העכערע טורבאו ספיד און האט מער קעש), און דאס אלעס מיט צומאל א געין אין בעטערי לייף פאר שוואכערע באנוץ ווייל דער בעיס ספיד איז אזוי נידריג.
--------------
אגב אמערעדטשוין פון פראסעסערס...
כלים מיט דער פרישער AMD לעפטאפ פראסעסערס האבן זיך הערש אנגעהויבן צו באווייזן און די טעסטערס טענה'ן אז עס מיעט אדער אפילו ביעט אינטעל און אוודאי פאר ביליגערע פרייזן. דאס איז גוטע נייעס פאר אונז פשוט'ע קויפער.
זיי האבן דריי ליינס, AMD רייזאן 3, 5, און 7 עס איז בערך אזויווי דער i3, i5, און i7. אבער דער Ryzen 5 2500U קומט נאך ארויס בעסער ווי דער היינטיגער i5 אין טעסטס, אדער לכה"פ גאר נאנט דערצו.