בלאט 1 פון 1

פראגראם, קלארער ווי גוגעל ערד

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 4:15 pm
דורך צייטליך
אזוי ווי טאגליכט האט מיר צוגעשיקט א לינק ווי מ'קען מיטהאלטן לייוו די ראדיוא זענדונגען, און די שמיסעריי צווישן דעם קאנטראל טורעם מיטן פיילאט, פון עטליכע עירפאורט'ס, האביך שוין ארימגעקיקט אויף יענעם וועב-זייטל, האב איך דארט געפינען א נייע זאך וואס זיי האבן, ווי מ'קען זעהן אלע עירפארט'ס איבער די וועלט, וואס איז געכאפט געווארן דורך סעטעלייט, ס'איז אסאך קלארער ווי גוגעל, נאר מ'קען נישט אריינליייגן קיין אדרעעס, מ'מיז עס אליינס אויפזיכען, אבער פאר ווער ס'קען די מאפע איז עס נישט אזוי שווער.

גוט א קוק.
http://www.liveatc.net/feedmap/feedmap.html

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 4:20 pm
דורך בעל עגלה
בעפאר אלעם, אפשר שוקסטו מיר אויך די לינק ווי מען קען אלעס הערן לייוו??

הקאנה התאווה..... מוצאין... מן העולם

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 25, 2007 5:58 pm
דורך יגרסהדותא
דארט האט מען אלעס.

די מעפ איז משונהדיג קלאר, אבער ס'איז נאר פון די דעכער, מ'קען נישט אריינזעהן אויף די גאסן די סטאר'ס וכדומה.

ס'איז אויך זייער אפדעיטעט, (געבעסט לויט די הייזער וואס מ'האט געבויעט סוף ווינטער.)

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 26, 2007 11:24 am
דורך Anonymous
געוואלדיג.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 26, 2007 11:29 am
דורך קרעמער
א גרויסן יישר כח פאר די מאפע, איך האב עס נעכטן שטודירט א לענגערע צייט, עס איז הערליך שיין, פיל שענער ווי גוגעל-ערד.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 26, 2007 3:04 pm
דורך א אידעלע
יגרסהדותא האט געשריבן:דארט האט מען אלעס.

די מעפ איז משונהדיג קלאר, אבער ס'איז נאר פון די דעכער, מ'קען נישט אריינזעהן אויף די גאסן די סטאר'ס וכדומה.

ס'איז אויך זייער אפדעיטעט, (געבעסט לויט די הייזער וואס מ'האט געבויעט סוף ווינטער.)


יגר'ל;

איך ווייס נישט פון וועלכע געגענט דו רעדסט, אבער אין וויליאמסבורג קען מען נאך זען די סוכות אויף די דעכער און אין די בעקיארדס.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 26, 2007 4:26 pm
דורך abimlaibt
יא די סוכה ביים גרויסן ביהמ"ד שטייט דארט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 26, 2007 6:47 pm
דורך דארפסמאן
א גרויסן ישר כח , איך זיך שוין א פלאץ שוין זייער לאנג אין אויף גוגל קען איך עס נישט טרעפן אין יעצט האב איך עס געטראפן תזכו למצות

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2007 10:14 pm
דורך Thinker
דאס איז א גוטס! עט'ס ווייסט די מקור פון די אויסגעווענליכע קלארע מאפע???? דאס איז דאך local.live.com די באקאנטע מייקראסאפט'ס אלטערנאטיוו צו גוגל מאפע.