Team viewer

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

מ'מוז אבער מאכן אן אקאונט מיט טים וויוער אז ס' זאל ארבעטן, ווי אויך פרוביר עס איינמאל בעפאר דו ביסט אין די קאנטרי צו מאכן זיכער אז אלעס קלאפט (צומאל קען זיין אז די נעטווארק אדאפטער האט נישט WOL ענעיבלד)
...
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

עין טובה האט געשריבן:מ'מוז אבער מאכן אן אקאונט מיט טים וויוער אז ס' זאל ארבעטן, ווי אויך פרוביר עס איינמאל בעפאר דו ביסט אין די קאנטרי צו מאכן זיכער אז אלעס קלאפט (צומאל קען זיין אז די נעטווארק אדאפטער האט נישט WOL ענעיבלד)

אן אקאונט מיינסטו מסתם פאר באצאלט. אבער אי משום הא, קען מען דאך סתם אנשטעלן די סעטינגס אויפן קאמפיוטער אז עס נישט גיין שלאפן. אבער מיין פילינג זאגט מיך אז עס איז נישט געזונט פאר א קאמפיוטער צי בלייבן אויף דער וואך 24/7...
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

מ'דארף נישט באצאלן פאר א פערסאנעל אקאונט מיט אין וויוער
...
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

א ביסעל ריסערטש האט מיך געוויזן אז עס טוט זיך א ריזיגע דעבאטע אויב לאזן לויפן א קאמפיוטער א לענגערע צייט קען עם שעדיגן. אבער דאס יעדער מודה אז אויב עס ליגט אין א ווארימע פלאץ איז זעכער נישט גוט. ממילא איז עס נישט קיין גוטע עצה פאר די זוממער.

ומכאן הקריאה יוצאת כנ"ל, ווייסט איינער וויאזוי מען מאכט wake up lan און קען עס מסביר זיין אויף מאמע לשון?

תזכו למצוות
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

wakeonlan איבער די אינטערנעט ארבעט נישט אלעמאל (אפילו מען איז שוין מצליח)
איך האב שוין געהאט מיט געוויסער ראוטערס וואס נאך אפאר שעה "פארגעסען זיי די קאמפיוטער"
אבער אויב דו ווילסט דיך שפילען זאג איך דיך א טיפ אז די IP איז פון די פאבליק און די מעק עדרעס איז פון די קאומפיוטער נישט פון די ראוטער (ווייל א חלק פון די מעדזשיק פעקעט איז די מעק עדרעס)
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

עניבאדי צי מסביר'ן קלאר ווי אזוי מען מאכט wakeon lan?
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30704
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יונתן האט געשריבן:עניבאדי צי מסביר'ן קלאר ווי אזוי מען מאכט wakeon lan?

עס איז נישט דער גרינגסטער זאך צו טון, סאו עס איז אביסל שווער צו מסבירן קלאר פאר איינעם וואס עס פעלט אים אסאך הקדמות. דער שאלה וואס דו קענסט שוין ביז איצטער וואס פון דעם ווען מען דיר קענען פרובירן צו מסביר זיין ווייטער.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

האב איך געריפן עטליכע קאמפיוטער עקספערטן, און איך האב באקומען קעגנזייטיגע ענטפערס, ווייס איך הערשט נישט ווער איז גערעכט. איינער זאגט אז מען מוז לאזן די קאמפיוטער אויף, און עס איז נישטא א גוטע מהלך צי אויפוועקן פונדערויסן. אן אנדערער זאגט גאר אז טיעם וויאער האט שוין אריינגעבויט א סיסטעם און מען דארף גארנישט אויפסעטן, נאר מסדר זיין די סעטטינגס אין טיעם וויאער אליינס (כמעט זיכער איז ער נישט גערעכט).

ווייטער האב איך געליינט אן עצה אז מען קען אנשטעלן אין די bias אז די קאמפיוטער זאל זיך אליינס אויפוועקן אין א פראגראמירטע צייט. זאגט מיך אבער אן עקספערט אז מען קען נישט.

בקיצור, ס'קאפ דרייט זיך שוין...
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30704
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קודם כל מיינעך אז עס שאדט נישט צו לאזן דער קאמפיוטער אנגעצינדן אגאנצן צייט. דער מערסטע וואס דו קענסט טון איז עס ריסטארטן יעדע שטיקל צייט אליינס (איינמאל א וואך אר סאו) פשוט צו אנהויבן פונדאסניי.

טיעם וויאוער האט אריינגעבויעט Wake On LAN (אויב מען סיינט אריין מיט אן אקאונט), אבער דאס מיינט נישט אז מען קען פשוט אנצינדן יענץ און עס ארבעט. מען דארף נאכאלץ אנשטעלן דער בייאוס/נעטווארק-קארד/ראוטער וכדו'. וואס עס שפארט אבער איז דער קאפוויי פון אליינס שיקן דער סיגנאל צום קאמפיוטער זיך צו אויפוועקן מיט אן עקסטערע עפפ/פראגראם.

עס זענען דא BIOS פירמווער וואס האבן אן אפציע זיך צו אויפוועקן ביי א באשטומטע צייט, אבער כמובן אז עס איז שווער צו זאגן צו דיינער האט עס. (דאס איז איינער פון די פראבלעמען פון דיר גיידן פונקטליך, ווייל קיינער ווייסט נישט פונקטליך וועלכע בייאוס/ראוטער/נעטווארק-קארד דו האסט דיר צו קענען זאגן וויאזוי זאכן זענען ביי דיר, און אפילו מען ווייסט די מאדעלן מוז נישט זיין מען האט עקסעס צו איינס פונקט די זעלבע צו קענען קוקן.) עס קען הייסן Resume by Alarm, Resume on RTC Alarm, אדער Power on By RTC Alarm, אדער אנדערע נעמען.

אויך איז גוט (ווידער אויב דיין קאמפיווטער האט אזא אפציע) צו אנשטעלן אין דער בייאוס אז עס זאל זיך אוטא-ריסטארטן ווען ער באקומט צוריק פאוער, סאו למשל אויב עס איז דא א בלעקאוט וועט עס אליינס צוריקקומען נאך וואס די לעקטער קומט צוריק ארויף.

עכ"פ פאר דיין צעמישעניש, איז דער סיבה ווייל עס איז טאקע א צעמישעניש! עס איז נישט דא קיין וואן-קליק וועג דאס צו טון און דערפאר איז עס היבש קאמפלעצירט צו מאכן גוט אויב מען קען זיך נישט אויס.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

א גרויסן דאנק. שוין גארנישט אזא "קנאפע" ידען...
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

קנאפער ידען האט געשריבן:קודם כל מיינעך אז עס שאדט נישט צו לאזן דער קאמפיוטער אנגעצינדן אגאנצן צייט. דער מערסטע וואס דו קענסט טון איז עס ריסטארטן יעדע שטיקל צייט אליינס (איינמאל א וואך אר סאו) פשוט צו אנהויבן פונדאסניי.

ער זאגט אז זיין פראבלעם איז אז עס ליגט אין גאר א הייסע פלאץ וואס אויף דעם העלפט נישט געבען א ריסטארט
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30704
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:

ער זאגט נישט אז עס ליגט אין גאר א הייסע פלאץ נאר אז עס איז נישט גוט בכלל זומער ווייל עס ליגט אין "א ווארימע פלאץ". און דאס איז פשוט נישט ריכטיג. אויב עס ליגט אינדארס און נישט קיין ספעציעל זון-בראטענדע פלאץ אינעם הויז איז זומער אויך נישט צו הייס אויב ליגט עס נישט פארקוועטשט אין א פארמאכטע דומפיגע שאפע. דער איינציגסטער זאך פארוואס עס זאל יא אויסמאכן דאס נישט לאזן אפען איז וועגן דער נייער סטארט און דאס קען ער טון מיט א ריסטארט.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

in my router settings there is a section Virtual Servers / Port Forwarding, and in order to "add" I need to put in the following: inbound port, local port, type, and private ip address. so the type a chose "both", ip I entered 192.168.0.6 (this is my pc). now what do I need for the port numbers? somebody told me 9833 for inbound and 5938 for local. but it doesn't work

i'm really desperate for help
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

דו ווילסט אויפוועקן די קאמפיוטער פון סליפ, אדער פון א שאט דאון?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30704
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יונתן האט געשריבן:in my router settings there is a section Virtual Servers / Port Forwarding, and in order to "add" I need to put in the following: inbound port, local port, type, and private ip address. so the type a chose "both", ip I entered 192.168.0.6 (this is my pc). now what do I need for the port numbers? somebody told me 9833 for inbound and 5938 for local. but it doesn't work

i'm really desperate for help

וועיק אן לען נוצט נארמאל (דאס מיינט דער לאוקעל פארט) UDP פארט 9.

וואס מיינט אז עס ארבעט נישט? וויאזוי טרייסטו עס צו אויפוועקן?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

Silent האט געשריבן:דו ווילסט אויפוועקן די קאמפיוטער פון סליפ, אדער פון א שאט דאון?

ווילן וויל איך פון דאטדאון. פרובירט האב איך עס אויף סליפ.

איך מיין אז אויף ווינדאוס איז נישט קיין חילוק, נאר מעק לאזט נישט אויפוועקן פון שאטדאון
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

קנאפער ידען האט געשריבן:

אויף טיעם וויוער אליין, און אויך אויף
wakeonlan.me/
וויאזוי ווייס איך אז די port forwarding איז די פראבלעם? ווייל ווען איך שיק די וועקער דורך די dns domain name זאגט ער אז עס איז געשיקט געווארן צי מיין עכטע ראוטערס איי פי אדרעס. דאס מיינט אז דער חלק ארבעט שוין, איך דארף זעהן אז די ראוטער זאל עס שיקן ווייטער צום קאמפיוטער. און דא בין איך סטאק. :-(
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30704
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יונתן האט געשריבן:אויף טיעם וויוער אליין, און אויך אויף

האסט געמאכט לאוקעל פארט פאר 9? איז עס אנגעשטעלט אינעם בייאוס און אינעם נעטווארק קארד שוין?
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
Silent
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 03, 2013 11:41 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Silent »

יונתן האט געשריבן:
Silent האט געשריבן:דו ווילסט אויפוועקן די קאמפיוטער פון סליפ, אדער פון א שאט דאון?

ווילן וויל איך פון דאטדאון. פרובירט האב איך עס אויף סליפ.

איך מיין אז אויף ווינדאוס איז נישט קיין חילוק, נאר מעק לאזט נישט אויפוועקן פון שאטדאון

אויפצוועקן פון סליפ קענסטו מאכן א סקעדזשלד טעסק פאר יעדן צופרי און קאנפיגערן עס זאל אויפוועקן די קאמפיוטער.
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

קנאפער ידען האט געשריבן:
יונתן האט געשריבן:אויף טיעם וויוער אליין, און אויך אויף
wakeonlan.me/
וויאזוי ווייס איך אז די port forwarding איז די פראבלעם? ווייל ווען איך שיק די וועקער דורך די dns domain name זאגט ער אז עס איז געשיקט געווארן צי מיין עכטע ראוטערס איי פי אדרעס. דאס מיינט אז דער חלק ארבעט שוין, איך דארף זעהן אז די ראוטער זאל עס שיקן ווייטער צום קאמפיוטער. און דא בין איך סטאק. :-(

האסט געמאכט לאוקעל פארט פאר 9? איז עס אנגעשטעלט אינעם בייאוס און אינעם נעטווארק קארד שוין?

שוין געמאכט אלע פארטס פאר 9.
שוין אנגעשטעלט אין בייאס און אין נעטווארק
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
יונתן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 12:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונתן »

Silent האט געשריבן:
יונתן האט געשריבן:
Silent האט געשריבן:דו ווילסט אויפוועקן די קאמפיוטער פון סליפ, אדער פון א שאט דאון?

ווילן וויל איך פון דאטדאון. פרובירט האב איך עס אויף סליפ.

איך מיין אז אויף ווינדאוס איז נישט קיין חילוק, נאר מעק לאזט נישט אויפוועקן פון שאטדאון

אויפצוועקן פון סליפ קענסטו מאכן א סקעדזשלד טעסק פאר יעדן צופרי און קאנפיגערן עס זאל אויפוועקן די קאמפיוטער.

אמת, אבער אזוי איז מען מער אין קאנטראל. אפשר וועל איך עפעס דארפן מוצאי שבת, און אפשר איין טאג וועל איך עס נישט ניצן וכדומה
Looking for experienced bookkeeper/controller to oversee your finances or make your business more profitable? Please PM me
splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך splinter »

וואס פשט אז איך קען נישט הערן די סאונד פון די רימאוט קאמפיוטער,
פון א אפאר קאמפיוטערס ארבעט עס יא.

סאונד איז אפען
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

יונתן האט געשריבן:עניבאדי צי מסביר'ן קלאר ווי אזוי מען מאכט wakeon lan?

האט זיך מיר געמאכט אפאר מינוט יעצט, וועל איך אביסל שרייבן...

Wake On Lan אדער WoL איז א טעכנאלאגיע וואס ערלויבט אויסגעלאשענע קאמפיוטערס צו ווערן אנגעצינדן ביים באקומען א געוויסע נעטווארק מעסעדזש.
די מעסעדזש קומט געווענליך פון אן אנדערע קאמפיוטער אדער סמארטפאון וואס איז מחובר אויף די זעלבע לאקאל עריע נעטווארק (א היים אדער קליינע ביזנעס נעטווארק, לאקאל עריע נעטווארק, Local Area Network, LAN מיינט אז די גאנצע נעטווארק איז מחובר אונטער איין ראוטער, אנדערש ווי א ווייד עריע נעטווארק, Wide Area Network WAN וואס איז ראוטערס וואס זענען מחובר צו ראוטערס)
בשנת תשנ"ז איז געגרינדעט געווארן די Advanced Manageability Alliance דורך אייביעם און אינטעל וואס זיי האבן ארויסגעשטעלט די WoL טעכנאלאגיע שפעטער אין יאר, פסח צייט.
די וועג וויאזוי די אינפארמאציע אדער סיי וואספארא זאך ("דאטא") גייט פון איין קאמפיוטער צו די אנדערע איז דורך "פעקעטס", אדער "פרעימס" וואס ווערן געשיקט פון איין אדרעס צו די אנדערע. ווען א קאמפיוטער איז אנגעצינדן וועט ער זיין אויף סטענד-ביי, ער וועט ווארטן צו באקומען סיי וועלכע אינפארמאציע אדרעסירט צו אים.
ווען קאמפיוטער אלף שיקט דאטא צו קאמפיוטער בית, וועט אלף אריינלייגן די מעק אדרעס פון בית אין די פרעים און עס ארויסשיקן אויף די נעטווארק. גימל, וואס באקומט אויך די פרעים, עפנט די פרעים און קוקט אויב ס'איז אדרעסירט צו זיין מעק אדרעס, זיך דערזעהנדיג אז ס'איז נישט אדרעסירט צו אים, לאזט ער אפ די פעקל און לאזט אנדערע זיך מטפל זיין דערמיט... בית ווידער, ווען די פרעים קומט אן צו אים, זעהט ער אז ס'איז אדרעסירט צו זיין מעק אדרעס, וועט ער נעמען די פרעים און עס אריינשיקן טיפער אין די קאמפיוטער פאר באהאנדלונג. (נמביגד"פ, ס'איז פיל ברייטער דערפון)

שטעלט זיך אבער די פראגע וויאזוי ווייסט קאמפיוטער אלף די מעק אדרעס פון קאמפיוטער בית? די פשוטע וועג וויאזוי ער ווייסט עס איז אז ער שיקט ארויס א "בראדקעסט" ער עפנט זיין מייקראפאן און ער שרייט "שיק מיר דיין מעק אדרעס", יעדער אויפן נעטווארק באקומט די בראדקעסט, (וואס איז אלע 255 בייטס, FF) און יעדער שיקט צוריק, "דאס איז מיין אייפי אדרעס און מעק אדרעס"
די ניק (Network Interface Card – NIC) וואס איז די ערשטע לעיער צו באקומען די פרעימס, איז אנגעשטעלט צו אקצעפטירן יעדע פרעים וואס איז אדרעסירט צו FF:FF:FF:FF:FF:FF (די בראדקעסט אדרעס) בנוסף צו וואס ער אקצעפטירט פרעימס דירעקטירט צו זיין מעק אדרעס.
עניוועי, איך גיי שוין דא צו ווייט, צוריק צום נושא, ווען דו ווילסט אויפוועקן א קאמפיוטער אין די נעטווארק, שיקסטו ארויס א “magic packet” דאס איז א פרעים וואס האט אין זיך די בראדקעסט אדרעס, אזוי אז יעדער זאל עס אקצעפטירן, און דערנאך האט עס די מעק אדרעס MAC Address פון די קאמפיוטער וואס דו ווילסט אויפוועקן.
די קאמפיוטער וואס איז אויסגעלאשן, אבער איז אנגעשטעלט זיך צו אויפוועקן מיט א מעדזשיק פעקעט, וועט אלס בלייבן אויף א גאר נידריגע פאוער סטעיט, און וועט זיך אלס צוהערן צו בראדקעסט פרעימס און אויב איז עס א מעדזשיק פעקעט וועט ער אנצינדן די קאמפיוטער דורך די זעלבע וועג ווי דו צינדסט עס אן ביים דרוקן די פאוער קנעפל.

דאס אלעס איז גוט אויף לאקאל עריע נעטווארקס, דאס אליין וועט נישט ארבעטן אויף די אינטערנעט. בכדי ס'זאל ארבעטן אויף די אינטערנעט, מוז די ראוטער צום ערשט זיין אויסגעשטעלט די מעגליכקייט פון טרענספערן בראודקעסט אויף א געוויסע וועג (נארמאלערהייט האט א ראוטער פיינט בראודקעסטס שנאת מוות...) און בנוסף צו אנשטעלן די ראוטער זאל דורכלאזן די סאבנעט דירעקטעט בראדקעסט מוז מען מאכן זיכער אז ער לאזט נישט דורך א יעדע בראודקעסט, ווייל דעמאלט שטעלסטו אויס דיין נעטווארק פאר אטאקעס... בקיצור, ס'איז דא וועגן צו מאכן די מעדזשיק פעקעט ארבעטן אינדרויסן פון די לאקאל נעטווארק, אבער אזויווי די נאמען זאגט שוין Wake On LAN איז עס בעיקר דעזיינט צו ארבעטן אין א לאקאלע נעטווארק.

ע"כ איבער "וועק אויף לען" אויפן שפיץ גאפל.

עין טובה פאר קנ"א וויסנשאפט
...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 30704
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נייס! א דאנק.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

שרייב תגובה

צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”