Route Planner
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 08, 2007 9:26 am
טראץ וואס מיין שאלה איז געשריבן אין די אידישע שפראך, איז דאס קעפל געשריבן בלע"ז כדי מ'זאל גוט פארשטיין אויף וואסערע ענין דער אינהאלט טוט זיך באציען.
אלזא, אלץ איינער וואס דארף קעסיידער ארומפארן אין די געסלעך פון די שטאט ניו יארק, מאכן פארשידענער סטאפס וכדו', האבעך אלץ געהאפט צו אויסשטעלן א צעטל וואס זאל מיך פארשרייבן מיין גאנצע טריפ, דאס שנעלסטע וועג, די גרינגסטע, אן דארפן זיך ארומדרייען די וואן-וועי סטריטס, אן דארפן שטיין צענדליגע מאל ביי רויט-לייטס וכהנה וכהנה אזעלכע און ענליכע פראבלעמען. שוין וואכן לאנג וואס כ'טוה זיך מוטשען און זוכן א סאפטוועיר דערצו. כ'ווייס אז ס'איז דא אזוינס אבער כ'קען דאס נישט געפונען.
דערפאר טוה איך זיך ווענדן צו מיינע ליעבע כאוויירעם, ווער עס האט דאס מינדעסטע ידיעה פון אזא סארט פראגרעם זאל דאס ביטע מיטטיילן לטובתי.
יישר כח למפרע
הק' לחיים