בלאט 1 פון 2
קיבארד סטיקער'ס
פארעפענטליכט: מיטוואך אוקטובר 18, 2006 10:22 pm
דורך מעסטערמיינד
איך זוך וואו מ'קען קויפן סטיקער'ס מיט די אידישע אותיות דערויף וואס מ'קלעבט ארויף אויפן קיבארד, איז אויב איינער ווייסט זאל ער מיך ביטע לאזן וויסען,
יישר כח למפרע,
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 19, 2006 8:42 am
דורך 3x0
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 19, 2006 12:09 pm
דורך בןהרחמן
איך האב עס געקויפט פאר עטליכע יאהר צוריק ביי טיב-טוב אין וומס"ב, איך שטעל מיך פאר אז ער האט עס מסתמא, ביי מיר איז עס שוין זייער לאנג אפגעריבן און איך ברויך עס שוין נישט ביי מירווייל איך קען שוין מער ווייניגער אלע קנעפלעך.
אגב, אפשר קומט דער אשכול ביי הילף
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 19, 2006 1:19 pm
דורך מעסטערמיינד
יישר כח, טרי אוי עס איז שוין אויפן וועג.
יישר כח בעני פארן שרייבען ,
אגב דאס באלאנגט יא דא ווייל ליוט ווי איך פארשטיי איז יענער פארום נאר פאר הילף בנוגע די סייט,
דאס איז וואס דער ארענדער שרייבט דארט,
- קאוד:
הילף - און וויכטיגע מודעות
אלעס וואס איר ווילט און דארפט וויסען איבער אונזער קרעטשמע אויב דארפט איר הילף אין געוויסע נושא דאן קוקט דא
כך נראה לפענ"ד. ס'קען זיין אז איך בין נישט גערעכט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 19, 2006 2:50 pm
דורך סאכדעס
כאב שוין לאנג געהאט א קלער איבער דעם ענין צו הילף און וויכטיגע מודעות איז נאר פאר די קרעטשמע ענינים, אדער איז דאס פאר אלעם און אלעס, איצט ברענגט דאך מעסטער א קלארע מקור/ראי' אז דאס איז נאר פאר קרעטשמע ענינים, נו אפשר זאל מען רעדן מיט ארענדער אז ער זאל לאזן דעם ענין פאר אלעמען?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 19, 2006 8:02 pm
דורך פענסטער
די הילף פארעם איז פאר אלעמען נישט נאר פאר קרעטשמע ענינים, איי ארענדער האט געשריבען וואס ער האט געשריבן, נו! זאל ער עס טוישען, אבער ס'איז קלאר אז ס'איז פאר אלע ענינים.
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 20, 2006 11:17 am
דורך סאכדעס
א יישר כוח פענסטער פאר דיין הערה, נו אפשר שיקן מיר א אישית פאר ארענדאר זאל דאס טוישן, כ'פיל נישט זיכער עס צו נוצן אן רשות.
פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 22, 2006 7:52 am
דורך cano
סאכדעס האט געשריבן:א יישר כוח פענסטער פאר דיין הערה, נו אפשר שיקן מיר א אישית פאר ארענדאר זאל דאס טוישן, כ'פיל נישט זיכער עס צו נוצן אן רשות.
ניצען וואס?
נישט ארענדער אליין דארף דאס טוישען? אזוי זעט דאך אויס פון פענסטער'ס ווערטער
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 23, 2006 12:53 pm
דורך קרעזי
אפשר ביסטו מיר מסביר צו וואס די דארפסט די סטיקערס, צו וואס? מיין קיבארד האט נישט קיין אידיש אות אויף זיך און איך קום מיר אויס גאנץ פיין אן דעם. איך מיין אז איך גיי אראפקראצען די ענגלישע אותיות אויך. עס פעלט ממש נישט אויס...
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 23, 2006 9:33 pm
דורך שוועמל
לאז דיך אפ פון די נארישע סטיקערס, צוליב דריי טעמים:
די אינק אויף די סטיקערס קומען אראפ,
די סטיקערס אליין קומען אראפ,
די קיבארד בלייבט אנגעקלעפט און מיאוס.
די עצה איז צו איינהאנדלען א אידישע קיבארד, דא האסטו א לינק פון גוגל מיט אייניגע סייטס וואס פארקויפן דאס.
http://www.google.com/search?hl=en&q=hebrew+keybord
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 23, 2006 9:51 pm
דורך מעסטערמיינד
קרעזי
דאס וועט דיר עפעס ערקלערען
שוועמעל איך דארף דאס פאר מיין לעפטאפ, אבער יישר כח עניוועי ס'קען מיר נאך צוניץ קומען פאר מיין דעסקטאפ.
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 6:54 am
דורך קרעזי
הער אויס, אז די קאנסט נישט, קאנסטו דאך נישט. וואס איז שייך צו טאן?
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 24, 2006 9:14 am
דורך נאטורליך
ביי focus אין בורופארק 13טע עוועניא פאר פינף דאללאר
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 02, 2006 11:46 pm
דורך מעסטערמיינד
יישר כח פאר אלע העלפערס און עצה געבערס זאל אייך גאט באצאלען פארן חסד..
מיט גרויס פרייד האב איך ערהאלטן די קיבארד סטיקערס, און כ'האף אז מ'וועט עס אנזעהן אויף מיינע תגובות..
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:03 am
דורך שוועמל
יא איך מיין מען זעהט עס גוט אן ב"ה.......
דיינע פינגער האבן זיך ווי צוגעקלעפט צו די סטיקערס, דו הערסט נישט אויף טייפן ........
אההה ברוך השם פאר דעם....
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 03, 2006 12:29 am
דורך מעסטערמיינד
נישט ממש אבער עפעס אזוי וואס
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 7:03 pm
דורך Anonymous
איך מיין אז מעסטערמיינד, דארף שוין ווייטער סטיקערס, וד"ל
אידישע סטיקערס פאר די קיבאוררד
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2007 1:25 pm
דורך cano
i ned hebrew stickers for my keybord
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2007 1:34 pm
דורך סאכדעס
השם ימלא חסרונך, כ'מיין אז עמעץ האט עס שויןגעזוכט דא.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 20, 2007 11:03 am
דורך מאשקע
http://www.jewishsoftware.com/products/ ... rs_837.asp
קוק דארט אונטן איז דא נאך אפאר סארט. ס'ווענדט זיך צו דיין קיבאורד איז ווייס אדער שווארץ.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 27, 2007 4:27 pm
דורך דארפסמאן
ישר כח מאשקע איך דארף שוין אויך נייע
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 10:09 am
דורך לחיים ולברכה
מ'גייט פארקויפן די זכות פון קויפן אידישע סטיקער פאר קאנאו. ווער ס'וועט זיין גרייט צו צאלן דאס מערסטע צו האבן די סעחיע צו מהנה זיין ר' קאנאו, עמיר עם אויסרימען אויף די בילבארדס פונעם קרעטשמע עוועניו.
געגאנגן.
א דאלער די מצוות.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 10:11 am
דורך מאשקע
א דאלער פופציג.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 10:13 am
דורך לחיים ולברכה
צוויי דאלער.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 28, 2007 10:21 am
דורך מאשקע
ניינציג צענט.