בלאט 1 פון 3

איך זיך א פראגראם צו קענען פרינטן אליין טשעקס

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2012 4:51 pm
דורך האלץ האקער
ווייסט איינער ווי מקען האבן פאר בחינם אדער פאר ביליג א פראגראם צי פרינטן טשעקס דאס הייסט איך האב אפאר אקאנטס ווי איך געב ארויס כסדר טשעקס איך מער נישט קיין געדילד יעדענס מאל אפיר צי זיכן א טשעק פון יענע אקאנט און וואלט גענימען איין פרינטער און דארט געהאלטן ליידיגע טשעקס און ארויס געפרינט כסד פון דארט און בשעת איך פרינט די טשעק זאל אויך ארויף גיין אלע אענדערע אינפארמעשן ווי למשל די אקונט נומבער מיט די באנק נומבער בקיצור איך וועל שוין ניש דארפן נעמען כסדר אנדערע טשעקס קען מיר איינער העלפן ?

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2012 5:52 pm
דורך שמן למאור
איך גלייב נישט אז העסט עס קענען טרעפן פאר אומזינסט, ווייל אפילו דער טייערער קוויק בוקס פארמאגט נישט דעם אפציע, מ'ארדערט נאר טשעקס פון יעדע אקאונט באזונדער, און ווען מ'ארדערט לייגט מען ארויף די אלע אקאונט אינפארמאציע

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2012 5:56 pm
דורך ווינקל
זיכער איז דא... כ'האב נישט די געדולד יעצט צו גוגל'ן.

דו ברויכסט אדער האבן א שפעציעלע טינט וואס פרינט מיט מייקרא אותיות (נישט אלע פרינטער פארמאגן די אפציע פאר אזא טאונער) אויב נישט וועט די באנק צוריקשיקן דיינע טשעקס.

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2012 6:00 pm
דורך ווינקל
אקעי דא האסטו איינס http://www.halfpricesoft.com/check-prin ... ftware.asp

הבהרה: כ'האב עס נישט פראבירט.

איך האב יארן צוריק גענוצט אזא עדד-אן מיט קוויקבוקס.

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2012 6:07 pm
דורך האלץ האקער
קודם ישר כח אידן פארן טרייען ארויס צוהעלפן.

ווייסטו אפשר צי דעס וועט מיר ארויף קימען ווען איך שיק פרינטן א טשעק פון קוויק בוקס ? לויט ווי סקיקט אויס יז א עקסטערע פראגראם צי פרינטן טשעקס איך זיך איינס וואס וועט ארויף קימען ווען איך שיק פרינטן א טשעק ביי קוויק בוקס

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2012 7:13 pm
דורך geek
ווינקל האט געשריבן:זיכער איז דא... כ'האב נישט די געדולד יעצט צו גוגל'ן.

דו ברויכסט אדער האבן א שפעציעלע טינט וואס פרינט מיט מייקרא אותיות (נישט אלע פרינטער פארמאגן די אפציע פאר אזא טאונער) אויב נישט וועט די באנק צוריקשיקן דיינע טשעקס.

היינט צוטאגס וועט אדורך גיין נא פראבלעם ביי רוב בענק

געשריבן: דינסטאג מארטש 13, 2012 8:16 pm
דורך ohrchodosh
איך קען א היימישע פראגראמער וואס האט געמאכט א פראגראם פאר דעם און אויכעט סקענט עס אריין טשעקס מיט א מעגליכקייט צו שיקן אין באנק און נאך גוטע פיטשערס. עס הייסט. MyBank זיין נאמבער איז 718-535-9033

געשריבן: מיטוואך מארטש 14, 2012 2:21 pm
דורך האלץ האקער
ישר כח אלע אידן סיי די וואס האבן דא געהאלפן און סיי און אישי תזכו למצות למעשה האמיר באשטעלט ביי https://www.versacheck.com/web/ אוך האף ב"ה אז איך האב גיט געקויפט.

דעס וועגן די טינט איז אויבן אויף נישט מער גילטיג

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 15, 2012 12:49 pm
דורך ווינקל
האלץ האקער האט געשריבן:דעס וועגן די טינט איז אויבן אויף נישט מער גילטיג

טעות, עיין כאן אז דאס איז א FDIC רעגולאציע. יא, אסאך מאל וועט זיך עס דורכשווערצן, אבער...

געשריבן: מיטוואך מאי 02, 2012 1:46 pm
דורך green sunday
i am useing Versa Check for years with no problems at all with the bank, good buy

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 20, 2014 4:19 pm
דורך עקבי הצאן
האלץ האקער האט געשריבן:ישר כח אלע אידן סיי די וואס האבן דא געהאלפן און סיי און אישי תזכו למצות למעשה האמיר באשטעלט ביי https://www.versacheck.com/web/ אוך האף ב"ה אז איך האב גיט געקויפט.

דעס וועגן די טינט איז אויבן אויף נישט מער גילטיג

וואס איז דיין עקספירינענס מיט דעם פראגרעם, קען מען פרינטן פון עטליכע אקאונטס טשעקס, מוז מען האבן זייער פאפיר אדער מען קען קויפן עני טשעק פאפיר?

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 20, 2014 4:47 pm
דורך הערליך
שוין יארן וואס איז נוץ ווערסע טשעק, אריינגעפיפן אינעם מיקרא רעגולאציע, און קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם מיט א טשעק, עס איז די בעסטע טול פאר איינער וואס נוצט מאלטיפל אקוינטס, עס טוט פיין מיט ארבייטן מיט קוויק בוך

געשריבן: דאנארשטאג מארטש 20, 2014 5:32 pm
דורך Shiala
I wrote something for excel if you want it

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 10:45 am
דורך יאנקל
האט איינער א בעסער פראגראם פון ווערסע טשעק ?
א פראגראם ווען עס איז אנגעשטעלט ביי קוויק בוקס צו נעמען פון א געוויסע אקאונט זאל ווערסע טשעק אויך נעמען אטומאטיש פון די אקאונט ?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 2:06 pm
דורך נערישער אינגרמאן
איך נוץ PrintBoss Select Edition, אין איך האב זייער הנאה.
אן איינמאליגען אפצאל פון $150, (איך האב באקומען פרייע סאפארט ביים אויפסעטן).

https://www.wellspringsoftware.com/Mark ... el_FB.aspx

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 2:16 pm
דורך יאנקל
נערישער אינגרמאן האט געשריבן:איך נוץ PrintBoss Select Edition, אין איך האב זייער הנאה.
אן איינמאליגען אפצאל פון $150, (איך האב באקומען פרייע סאפארט ביים אויפסעטן).

https://www.wellspringsoftware.com/Mark ... el_FB.aspx

פאר וויפיל USERS ?
האט עס די אפשען אז עס נעמט די זעלבע אקאונט ווואס מען האט אויסגעוועלט און קוויק בוקס ?
זיי האבן גוטע קאסטעמער סאפארט ?
מען מוז קויפן טשעקס ביי זיי?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 2:45 pm
דורך נערישער אינגרמאן
יאנקל האט געשריבן:
נערישער אינגרמאן האט געשריבן:איך נוץ PrintBoss Select Edition, אין איך האב זייער הנאה.
אן איינמאליגען אפצאל פון $150, (איך האב באקומען פרייע סאפארט ביים אויפסעטן).

https://www.wellspringsoftware.com/Mark ... el_FB.aspx

פאר וויפיל USERS ?
האט עס די אפשען אז עס נעמט די זעלבע אקאונט ווואס מען האט אויסגעוועלט און קוויק בוקס ?
זיי האבן גוטע קאסטעמער סאפארט ?
מען מוז קויפן טשעקס ביי זיי?

עטליכע יוזערס.
עס פיקט אויף די אקאונט פון ק"ב.
איך בין געווען זייער צופרידן פון די קאסטעמער סאפארט.
איך קויף נישט קיין טשעקס ביי זיי. (איך גלייך צו קויפן ביים איד)

איין חסרון וואס שטערט מיר, אז ס'האט נישט די אפציע אז יעדע אקאונט זאל האבן א באזונדערע סטייל, משא"כ "ווערסע טשעק" האט דאס יא.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 3:34 pm
דורך יאנקל
שכוח
ביקוצור דו וואלסט מיר צוגערעדט ענדערש PrintBoss ווי ווערסע טשעק , גערעכט ?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 4:03 pm
דורך נערישער אינגרמאן
אויב דיין געברויך איז נישט מער ווי פשוט פרינטן טשעקס, וואלט איך אזוי געראטן.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 4:45 pm
דורך יאנקל
נערישער אינגרמאן האט געשריבן:אויב דיין געברויך איז נישט מער ווי פשוט פרינטן טשעקס, וואלט איך אזוי געראטן.

זיי מסביר אביסל מער וואס מיינסטו פשוט פרינטן ? ווען איז בעסער ווערסע ?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 5:47 pm
דורך נערישער אינגרמאן
ווערסע טשעק האט מער אפציעס ווי למשל שיין דיזיינען, האלטן חשבון אויף די טשעקס וואס ווערן געשריבן.......

איבערליינענדיג דיין פראגע פארשטיי איך אז דיין עיקר פראבלעם מיט ווערסע איז אז ס'קען געשען א טעות דורך אויסוועלן די נישט ריכטיגע באנק אקאונט, ולפ"ז איז לכו' פרינט באסס בעסער פאר דיר.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 5:55 pm
דורך יאנקל
יאפ דעס איז מיין פראבלעם
אבער פרינט באס קען ארבעטען אויף א סערווער, איך מיין צוזאגן אז ווען איינער וועט מאכן א שטעק און דענאך וועט א צווייטער מאכן א שטעק ביי א צווייטע קאמפיוטער וועט עס נעמען די נעקסטע טשעק נאמבער ?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 6:03 pm
דורך נערישער אינגרמאן
יא
מיר זענען עטליכע יוזערס און ס'ארבייט פיין.

איך בין אבער נישט זיכער אז סוועט שטומען מיט דיין פראגע דא
viewtopic.php?p=1361854#p1361854
מינינג טא סעי איך בין נישט זיכער אז מ'קען אנשטעלן אין פרינט באסס פון וועלכע לעדל צו נעמען.
איך ניץ א באזודערע פרינטער ,וואס האט א מיקר טאנער Micr Toner בלע"ז, פאר טשעקס.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 6:09 pm
דורך יאנקל
ישר כוח פארן ענטפערן
קענסט מיר שיקן א לינק אדער קענסט מיר געבן די מאדל פון דיין קאמפיוטער ?

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 6:21 pm
דורך נערישער אינגרמאן
מיינסט אפשר פרינטער?