בלאט 1 פון 2

פראגרעמערס אין די קרעטשמע?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2007 4:06 pm
דורך Thinker
איך וואלט זייער נייגעריג געווען צו וויסן ווער אלץ אין די קרעטשמע ווייסט כאטש אביסל וועגן פראגרעמינג

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2007 4:12 pm
דורך מאשקע
איך קען אביסל VBA, אויב מ'קען דאס אנרופן פראגראמינג.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2007 4:12 pm
דורך לחיים ולברכה
דער וואס האט אויפגעבויעט די קרעטשמע.........

כ'מיין צו זאגן, פרעג ארענדאר.

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2007 4:26 pm
דורך Thinker
מאשקע, VBA הייסט פראגראמינג, אביסל VBA ווייס איך שוין נישט.... אלזא האב איך שוין איינער וואס פארשטייט א שפראך, ווער נאך?

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 18, 2007 9:12 pm
דורך קרעמער
דאכט זיך אז 'שוועמל' קען עפעס.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 20, 2007 4:32 pm
דורך קרעזי
איך האב א שטארקע ידיעה אין ++c, און ענליכע שפראכן ווי javascript וכדו'. אויך בין איך באהאווענט אין html און cgi/perl וכדו'. איך האב שוין לאנג נישט געטון דערינען, און איך האב א נאטור אז זאכן וועלכע איך טוה נישט פאר א שטיק צייט, ווערט ביי מיר פארגעסן...

אגב, פארוואס פרעגסטו דאס? האסט עפעס אן ארבעט וואס דארף צו געטון ווערן?

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 26, 2007 9:59 am
דורך Thinker
קרעזי האט געשריבן:אגב, פארוואס פרעגסטו דאס? האסט עפעס אן ארבעט וואס דארף צו געטון ווערן?

ניין, איך האב פשוט געוואלט וויסן מיט וועמען איך קען דא האבן א שפראך...

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 01, 2007 3:12 pm
דורך thefact
איך קען VB און VBA און אביסל אויך אנדערע זאכן אדרבה פרעגט...

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 02, 2007 3:05 am
דורך שוועמל
קרעמער האט געשריבן:דאכט זיך אז 'שוועמל' קען עפעס.


ער קען טאקע עפעס, אבער נישט פראגרעממינג דערווייל.
אפשר אין די צוקונפט האפנטליך.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 1:21 pm
דורך פאטאקי08
וויל מען עפעס אויפטאן פאר אידישקייט דא?
מהאמיר דאך דא א היבשע ליסטע פון פראגרעמערס דא
איך קען אויך עפעס VBA מייראסאפט עקססעס
איך וואלט געוואלט פרעגן אויב דער עולם איז נייגעריג צי בויען א קליינע "לוח" פראגרעם\דעטעבעיס

עס איז נישט קיין שווערע זאך

ביי די וועי די דאטא האב איך שוין מען דארף נאר א שטיקעל מומחה דעראויף

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 1:21 pm
דורך פאטאקי08
Thinker האט געשריבן:
קרעזי האט געשריבן:אגב, פארוואס פרעגסטו דאס? האסט עפעס אן ארבעט וואס דארף צו געטון ווערן?

ניין, איך האב פשוט געוואלט וויסן מיט וועמען איך קען דא האבן א שפראך...


טינקער ביסט נאך דא?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 2:23 pm
דורך thefact
פאטאקי08 האט געשריבן:וויל מען עפעס אויפטאן פאר אידישקייט דא?
מהאמיר דאך דא א היבשע ליסטע פון פראגרעמערס דא
איך קען אויך עפעס VBA מייראסאפט עקססעס
איך וואלט געוואלט פרעגן אויב דער עולם איז נייגעריג צי בויען א קליינע "לוח" פראגרעם\דעטעבעיס
עס איז נישט קיין שווערע זאך
ביי די וועי די דאטא האב איך שוין מען דארף נאר א שטיקעל מומחה דעראויף


פאטאקי,
איך קען דיר העלפען
איך קען ב"ה גאר גוט VBA מייראסאפט עקססעס (איך בין א טיטשער דערויף)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 3:58 pm
דורך פאטאקי08
ביסטו גרייט אינאיינעם צי בויען א פראגרעם אויפן אויבן דערמאנטן לוח?
אפשר קען איך ווערן דיין סטודענט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 3:59 pm
דורך thefact
יא!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 4:14 pm
דורך פאטאקי08
יא אויף וועלכע פראגע?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 4:25 pm
דורך thefact
ביידע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 4:49 pm
דורך פאטאקי08
ביז היינט פלעגט מיין טיטשער אין עם עס עקססעס זיין גוגל גרופס היינט האט דאס דזשעי נעט פארמאכט פאר מיר וועל איך דיר מוזן נעמען פאר מיין טיטשער וויפיל טשארדזשסטו?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 5:08 pm
דורך יאנאש
אה פונקט נעכטן האבעך געקלערט אנצופרעגן דא אויב איינער ווייסט פון א לוח הוסתות פאר אידישע קינדער.

איך מיין אז עס איז א גוטע פראדוקט, ווען נעמט מען זיך צו דער ארבעט?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 5:46 pm
דורך ליפא
עפעס א פראגרעם האב איך דא

http://www.gigasize.com/get.php?d=0dvgsomkyvb

שוין א לאנגע צייט, איך האב עס קיינמאל נישט אינסטאלד, סאו פרעג מיך נישט גארנישט.

און די אלע אזהרות וחרמות זענען שוין מסתמא אריינגעפראגרעמד, מילא ברויך מען אפילו נישט דערמאנען אז מ'טאר חלילה זיך נישט פארלאזן אויף דעם, עס איז נאר פאר.........

(מנהלים אראפ, אן אלטער בחור דרייט זיך דא)

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 6:21 pm
דורך פאטאקי08
ליפא שכח

דעי פראגרעם האט אבער נישט קיין פלאץ ווי צי לייגן א צייט פון טאג

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 27, 2007 9:16 pm
דורך thefact
פאטאקי08 האט געשריבן:ביז היינט פלעגט מיין טיטשער אין עם עס עקססעס זיין גוגל גרופס היינט האט דאס דזשעי נעט פארמאכט פאר מיר וועל איך דיר מוזן נעמען פאר מיין טיטשער וויפיל טשארדזשסטו?


שיק מיר אין פרטי אדער אימעיל אויב דו ווילסט טאקע א קאורס
אז דו מיינסט ביזנעס איים העיר טו סערוו יא

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 28, 2007 9:47 am
דורך 3x0
יאנאש און אלע אנדערע.

איך האב געהאט אמאל א פראגרעם פאר די לוח, אבער ווען איך האב געזאגט פאר מיין מורה הוראה דערוועגן, און געפרעגט צו ער וויל עס זען, האט ער מיר געזאגט א קאלטע ניין. און האט געזאגט אז עס איז שוין לאנג דא אן איסור דערויף פון התאחדות הרבנים. ווייל מען האט געטראפן זאכן וואס עס האט נישט גוט אויסגערעכנט.

פארעפענטליכט: פרייטאג דצמבר 28, 2007 10:45 am
דורך יאנאש
איך ווארף עס שוין ארויס פון מיין קאמפיוטער.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 14, 2014 9:52 am
דורך אלטן דור
אויב טויגט עטס יא ביטע קומט אריבער דא
viewtopic.php?f=53&t=21624&p=791341#p791341

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 8:38 am
דורך נאו פראבלעם
איך קען אביסל סי שארפ