בלאט 1 פון 1

רעקארדירן אלעס וואס ווערט געטון אויפ'ן קאמפיוטער [מסודר]

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 8:13 am
דורך קרעזי
איך לאז אסאך מאל מיין קאמפיוטער אנגעצינדן, און איך גיי אוועק, און עס דרייען זיך פארשידענע עלעמענטן ארום מיין קאמפיוטער. זיי ווייסען אלע אז איך בין נישט מסכים אז מען זאל אנרירן דעם קאמפיוטער, אבער עם כל זה בין איך חושד אז טייל ערלויבן זיך יא אנצורירן און מאכן זיך היימיש אויף מיין קאמפיוטער. איך ווייס אז איך קען מאכן א פעסווארד וכדו' וואס זאל דאס צושפארן, אבער איך וויל דאס נישט טון מחמת כמה סיבות שאכהמ"ל.

ווי אזוי קען איך וואוסען וואס מען האט געטון אויף מיין קאמפיוטער אין די צייט ווען איך בין נישט געווען דערביי?

איך וואלט זייער דאנקבאר געווען פאר אייער הילף.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 8:17 am
דורך 3x0
עס איז דא פראגרעמס וואס ריקארדען אלעס וואס עס טוט זיך אויפן דעסקטאפ, איך ווייס נישט קיין נעמנען, איך ווייס נישט קיין פרייזן, נישט די מעלות, און נישט די חסרונות.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 8:30 am
דורך קרעזי
אט אט טאקע דאס זוכען מיר. (דער אויבנדערמאנטע זאץ דארף געלייענט ווערן מיט א ליטווישען אקצענט. אזוינס ווי א ליטווישע ראש ישיבה זאגנדיג אן אלול דרשה, אדער שאפן אפאר חלות'ן פאר ר' חיים למשל...)

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 8:34 am
דורך 3x0
דא האסטו אזא פראגרעם http://www.softaward.com/8240.html , פאר 39.95, קענסט עס פראבירן פאר 30 טעג.

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 10:45 am
דורך קרעזי
דו ווייסט דאך אז מיר אידן צאלן נאר פאר מצות און אתרוגים. אלעס אויסער דעם נעמט מען אן דעם כלל פון כל העולם לא נברא אלא בשבילי, און משוגע דארף איך זיין צו צאלן?....

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 10:49 am
דורך 3x0
קודם טריי עס אויס פאר 30 טעג, דערנאך וועסטו קענען טרייען פון א אנדערע קאמפעני..

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 10:52 am
דורך מאשקע
און נאכדעם וועט מען זיך וואונדערן פארוואס ס'איז דא אנטיסעמיטיזם אויף די וועלט...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 11:04 am
דורך לחיים ולברכה
מאשקע, פון וואנעט זאל די קאמפאני וויסן אז א קרעזי איז א איד?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 11:07 am
דורך מאשקע
ווער דען האט אזא פאני נאמען, אז נישט א איד?...

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 13, 2007 7:24 pm
דורך שמעק_טאביק
קרעזי האט געשריבן:דו ווייסט דאך אז מיר אידן צאלן נאר פאר מצות און אתרוגים..


און מיר צאלן טאקע אזויפיל דערפאר אז אלע אנדערע הוצאות וואס מיר צאלן נישט איז שוין אריינגערעכנט אין די מצות און אתרוגים...

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 9:16 am
דורך 3x0
שמעק_טאביק האט געשריבן:
קרעזי האט געשריבן:דו ווייסט דאך אז מיר אידן צאלן נאר פאר מצות און אתרוגים..


און מיר צאלן טאקע אזויפיל דערפאר אז אלע אנדערע הוצאות וואס מיר צאלן נישט איז שוין אריינגערעכנט אין די מצות און אתרוגים...

חחח, צוויי גוטע תגובות.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 14, 2007 9:18 am
דורך מאשקע
גוט גוט...