בעוונתינו הרבים איז מיין נעטבוך אראפגעפאלן נעכטן און די סקרין האט זיך צובראכן, איך האב קאנעקטעד די קאמפיוטער צו א אנדערע סקרין און אלעס ארבעט געהעריג, איך האב געקאלט די געשעפט ווי כ'האב עס געקויפט זאגן זיי מיר אז מ'קען גארנישט טוהן חוץ פון קויפן א נייע, יעצט זאגט מיר איינער אז מ'קען יא טוישן די סקרין,
די שאלה איז אויב איינער האט געהאט אזא סארט מעשה, צו מ'קען טוישן די סקרין, צו ס'לוינט זיך, וויפיהל ס'דארף צו קאסטן וכדו'
א שיינעם דאנק
טוישן סקרין פאר לעפטאפ
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 473
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2011 7:11 pm
- לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM
חלפתא האט געשריבן:בעוונתינו הרבים איז מיין נעטבוך אראפגעפאלן נעכטן און די סקרין האט זיך צובראכן, איך האב קאנעקטעד די קאמפיוטער צו א אנדערע סקרין און אלעס ארבעט געהעריג, איך האב געקאלט די געשעפט ווי כ'האב עס געקויפט זאגן זיי מיר אז מ'קען גארנישט טוהן חוץ פון קויפן א נייע, יעצט זאגט מיר איינער אז מ'קען יא טוישן די סקרין,
די שאלה איז אויב איינער האט געהאט אזא סארט מעשה, צו מ'קען טוישן די סקרין, צו ס'לוינט זיך, וויפיהל ס'דארף צו קאסטן וכדו'
א שיינעם דאנק
בדדידי הוי עובדא דער סקרינ פון מיין לעפטאף האט זיך ג'זעגענט מיין טעק האט מיר ג'עצהט קויפען א נייעם קאמפיוטער טוישען א סקרין איז יענץ עסק און צי קויפען אן עקסטערנעל איז אויך נישט ביליג צי מיין מזל האט מיין ידיד ג'האט אן איבעריגען עקסטערנל אבער עס איז גרעסער ווי דער קאמפיוטער פאר איינעם וואס שלעפט זיך ארום מיט דעם מאשין איז דאס נישט
קיין עסק
אז איך ווער נעלם ווער ווער וועט זיך בענקען????
איך זיך צו קויפן א סקרין פאר מיין לעפטאפ (Acer One 725 - 0826), האב איך געסורטשט גוגל דעם אויבנדערמאנטע מאדעל, זעה איך דא אז זיי ווייזן מיר סקרינס פאר דעם מאדעל אבער זיי זאגן: Make sure new screen has same size, resolution, backlight as your old one
איז מיין שאלה, קען טאקע זיין אז דער זעלבע מאדעל זאל האבן פארשידענע סארט סקרינס? און בעיקר, וויאזוי קען איך טשעקן די פרטים פון מיין אלטע סקרין?
איז מיין שאלה, קען טאקע זיין אז דער זעלבע מאדעל זאל האבן פארשידענע סארט סקרינס? און בעיקר, וויאזוי קען איך טשעקן די פרטים פון מיין אלטע סקרין?