בלאט 1 פון 1

Y2K גייט עס נאכאמאל פאסירן

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 5:18 pm
דורך thefact

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 5:20 pm
דורך thefact
אויב ווילט איר פארשטיין די ענין הערט א פאדקעסט

http://news.com.com/2324-11424_3-616023 ... g=podIndex

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 5:21 pm
דורך סאכדעס
נאך פאר איך וועל זיך אנשטרענגן ליינען דעם ענגלישן ארטיקל, וועל איך זיך ערלויבן צו ענפערן פשוט. Y2K האט קיינמאל נישט פאסירט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 5:48 pm
דורך thefact
איר דארפט זיך נישט אנשטרענגן ליינען דעם ענגלישן ארטיקל אויב ווילט איר פארשטיין דאס ענין "הערט" די פאדקעסט

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 5:56 pm
דורך שמעק_טאביק
פארוואס זאגסטו נישט גענוג קלאר ארויס פאר יעדן. דא רעדט זיך פון די נייע "דעילייט-סעיווינגס" צייטן, וואס מען גייט פון היינטיגס יאר, 2007, אנהויבן מיט 3 וואכן פריער ווי יעדן יאר, און זיך ענדיגן א וואך שפעטער. סך הכל, א חודש פארלענגערונג. און וויבאלד רוב סיסטעמען זענען נישט גרייט דערויף, קען הערשן א צומישעניש מיטן זייגער, סיי מיט קאמפיוטערס, סעל פאונ'ס, וכדומה.

גאט זאל באהיטן. וואס די נארישע טעכנאלאגיע האט שוין גורם געווען. אזויפיל צער און עגמת נפש. ווער דארף סעלפאונס? ס'איז דאך נישט מער ווי א קללה (אין צייטשריפט רופט ער דאס אן "ימח שמו", און אוי איז ער גערעכט!)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 8:13 pm
דורך קרעמער
סעלפאון'ס זענען א קללה, אבער נאך ווי.

איך האב אמאל געברענגט א ראיה אז סעלפאון'ס זענען א קללה - און איך וועל עס דא איבערשרייבן לכבוד יום הפורים הבעל"ט - פון דעם וואס מיר זעהן אז ווילאנג אדם הראשון האט נישט געזינדיגט, האט ער נישט פארמאגט קיין סעליולער טעלעפאן!

איי, וועט איר פרעגן, פון וואנעט נעמט איר דאס אז אדם הראשון האט ביזן חטא נישט פארמאגט קיין סעליולער טעלעפאן?

וועל איך אייך ערקלערן: קיין גארטל האט ער דאך נישט פארמאגט, אלא מאי, וואו האט ער דאס געהאלטן? הא?

הערשט נאכן חטא שטייט "ויתפרו עלה תאנה", אה, ס'איז צוגעקומען א פאסיק צום יוניפארם... צו מאכן פלאץ פאר די קללה פונעם סעלפאון!!!!!!!!!!!!!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 21, 2007 11:27 pm
דורך מאשקע
קרעמער: פונקט גוט לכבוד פורים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 10:03 pm
דורך abimlaibt
קרעמער האט געשריבן:סעלפאון'ס זענען א קללה, אבער נאך ווי.

איך האב אמאל געברענגט א ראיה אז סעלפאון'ס זענען א קללה - און איך וועל עס דא איבערשרייבן לכבוד יום הפורים הבעל"ט - פון דעם וואס מיר זעהן אז ווילאנג אדם הראשון האט נישט געזינדיגט, האט ער נישט פארמאגט קיין סעליולער טעלעפאן!

איי, וועט איר פרעגן, פון וואנעט נעמט איר דאס אז אדם הראשון האט ביזן חטא נישט פארמאגט קיין סעליולער טעלעפאן?

וועל איך אייך ערקלערן: קיין גארטל האט ער דאך נישט פארמאגט, אלא מאי, וואו האט ער דאס געהאלטן? הא?

הערשט נאכן חטא שטייט "ויתפרו עלה תאנה", אה, ס'איז צוגעקומען א פאסיק צום יוניפארם... צו מאכן פלאץ פאר די קללה פונעם סעלפאון!!!!!!!!!!!!!!!


פין דא האבעך א ראי' אז דו גייסט מיט שלייקעס ווייל............... ווי זאלסט עס האלטען?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 22, 2007 11:40 pm
דורך קרעמער
גראדע, אפילו ווען איך פלעג עס האבן, פלעג איך עס האלטן אינעם רעקל טאש... ווייל איך האב עס באקומען אן דעם ספעציעלן פאסיק האלטער, און מיין קארגשאפט האט מיר נישט ערלויבן צוצוקויפן דעם 'טייערן' צוגאבע.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 11:07 am
דורך איך_הער
קרעמער האט געשריבן: און מיין קארגשאפט .


נאך א שטיקל סימן, אויף אונזער קאזינשאפט.

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 2:03 pm
דורך קרעמער
מיר זענען דאך נאר קרובים דורך די יאכנע :|

פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 23, 2007 2:13 pm
דורך איך_הער
קרעמער האט געשריבן:מיר זענען דאך נאר קרובים דורך די יאכנע :|


זעט אויס אז דאס ארבעט אויך.