הפוך על הפוך לענג-אווער

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

הפוך על הפוך לענג-אווער

תגובהדורך thefact » מאנטאג פאברואר 19, 2007 11:08 am

אפדעיט 8/12/08
זייער וועבסייט איז http://www.langover.com
און א גראדע דאונלאוד לינק איז http://www.langover.com/LangOver.zip
און מדארף גארנישט טוישן אין די לענגוויטש אפשענס


א פראבלעם וואס מאכט זיך זייער אפט. און מסתמא פאר טויזענטער אנדערע אויך (בעיקר פאר די וואס טייפן נאך נישט אויסנווייניג):

איר האלט אינמיטן טייפן אידיש, און איר קוקט נאר אויפן קיבארד. נאכן אפטייפן א שורה צוויי, זעט איר אויפן סקרין אז האלב דערפון איז אין ענגליש, אדער פארקערט איר האלט אינמיטן טייפן ענגליש, און איר קוקט נאר אויפן קיבארד. נאכן אפטייפן א שורה צוויי, זעט איר אויפן סקרין אז האלב דערפון איז אידיש

עס איז פארהאן אפראגרעם (בחנם) פאר דעם פראבלעם

הפוך על הפוך איז אמחי',
איר היי-לייט דאס געשריבענע און איר געט א דרוק אויפן ווינדער קנעפל F10

נאך א מעגליכקייט, איר היי-לייט דאס געשריבענע, און איר געט א דרוק אויפן קנעפל F6 איבערצודרייען די ווערטער אין די זעלבע שפראך למשל פון "טלעוו עשידיא" וועט ווערן "אידישע וועלט" און פארקערט

http://www.freeware.co.il/HEBREW

זעהט די ווידיא פרעזענטעשאן http://www.freeware.co.il/HEBREW/zombit.mpg

נאר פארן דאונלאודן דארף מען טון ווי פאלגענד:
start>control panel>regional & language options>advanced
און סעלעקטן ביי non-unicode היברו אנשטאט ענגליש, אז נישט קען מען גארנישט לייענען.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 11:17 am

שכוח. מ'וועט עס פרובירן.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » מאנטאג פאברואר 19, 2007 11:48 am

איך האב עס שוין אלאנגע צייט, איך האב מורא'דיג הנאה דערפון. ייש"כ סייווי.

אוועטאר
ירא שמים
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2007 1:32 am
לאקאציע: פה ק"ק פישפיקלאדיין

תגובהדורך ירא שמים » מאנטאג פאברואר 19, 2007 1:17 pm

בס"ד

א יישר כוח עס איז א געוואלדיגע בייפאל
איך האב שוין לאנג געטראכט אז עס מיז זיין ערגעץ אזא פראגראם
איך האב שוין געשריבען גאנצעטע שורות אין נאכדעם דערזעהן אז עס איז אויף ענגליש עס איז נישט אזוי באטעם'ט
נאכאמאל א יישר כוח -טענק יוא -תודה רבה-מערסי באקאו-
רב ואב"ד ק"ק פישפיקלאדיין והגלילות

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג פאברואר 19, 2007 2:03 pm

אין מיינע יונגע יארן, האב איך אליינס געשריבן א "מעקראו" אין Visual Basic אין מייקראסאפט ווארד, וואס זאל אויפטוישן אן A פאר א שי"ן, א B פאר א נו"ן וכו'. אוי האב איך מיך געפלאגט.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג פאברואר 19, 2007 3:47 pm

מאשקע דאס מיינט דער ישמח משה, יגעתי ומצאתי תאמין, ווי קען זיין א מציאה אויב איז געווען א יגיעה? נארוואסדען, אמאל איז דא אז מען מוטשעט זיך אויף א זאך אבער עס גייט נישט, און א צווייט מאל לערנט מען א שווערע זאך און עס פארט געשמירט, דאס קומט ווייל מען האט זיך יענס מאל געמוטשעט.

די פאקט;

יישר כח פארן פראגראם, איך נוץ עס שוין א טאג צוויי (איך האב עס אויסגעפינען דורך דיר אויף א צווייט פלאץ), און עס איז מעכטיג.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » פרייטאג פאברואר 23, 2007 7:05 am

מאשקע האט געשריבן:אין מיינע יונגע יארן, האב איך אליינס געשריבן א "מעקראו" אין Visual Basic אין מייקראסאפט ווארד, וואס זאל אויפטוישן אן A פאר א שי"ן, א B פאר א נו"ן וכו'. אוי האב איך מיך געפלאגט.

אוי זכרני את הדגה, די פלאפי דיסק'ס וואס האט געדארפט זיין די רעוועלאציע אין די אידישע וועלט מאשקע'ס מעקרא'ס, יא עס וועט נאך קימען א צייט וואס מען וועט זאגען, איך געדענק נאך ווען מען פלעגט דריקען ספרים, אן מאשקע'ס מעקרא'ס, אוי נאסטאלגיע.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מוצ"ש פאברואר 24, 2007 8:55 pm

קאנאו: געדענקסט נאך טאקע אלעס וואס איך האב געטון אין ישיבה? אוי איז דאס געווען גוטע צייטן...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » זונטאג פאברואר 25, 2007 3:19 am

אלעס? ניין, אבער די מעקראו אויף די פלאפי דיסק, און די טייפ סעטינג דשאב וואס איז הפלא'דיג, ווען די ווייזט עס פאר איינעם וועט ער דיר קיינמאל נישט גלייבען אז עס איז געמאכט געווארען אויף מייקרעסאפט ווארד,
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 25, 2007 11:54 am

העי, דו געדענקסט נאך אלע מעקראוס וואס איך האב געמאכט? ווייל איך נישט.
ווען איך וואלט נישט געווען פארהייראט, וואלט איך צוריקגעגאנגען אביסל אין ישיבה...
An article a day keeps the babies away

לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2549
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

תגובהדורך לחיים ולברכה » זונטאג פאברואר 25, 2007 12:07 pm

יאך האב בעקומען פון איינעם א גאנצע סידי מיט קווארק פיילס פון אן אלטע צייטונג אויף אידיש געטייפט אין ענגליש (ווער ס'ווייסט אז קווארק ארבייט מיט פליפ פאנטס וואס ווייזט די ענגלישע אותיות פאר אידישע, למשל א T ווייזט ער אן אלף, אבער אין אמת'ן איז עס א T).
איך האב עס געוואלט האבן אין ווארד, האב איך דעמאלטס דאונלאודעד הפוך על הפוך, ס'איז אבער געווען אזוי פיהל ווערטער אז ער האט עס נישט געקענט הענדלען. האב איך זיך גענומען מאכן אויף איין פייל ריפלעיסעס (T מיט א אא"וו). כ'האב געזעהן אז ס'ארבייט, האב איך געמאכט א מעקראו וואס זאל עס טוהן אויף יעדן פייל. ס'האט געארבייט א מחיה.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג פאברואר 25, 2007 12:16 pm

נו, טויגסט דאך יא.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מיטוואך ינואר 02, 2008 8:16 pm

עס האט אויך א אפשען פון מאכען פון לאויערקעיס צו אפערקעיס
HELLO=hello

ווי אויך קען מען אליין אנשטעלן וועלכע F באטטאן זאל טוהן וואס
ווי אויך קען מען אנשטעלן וואס די מיטעלסטע מאוז באטען רעדל זאל טוהן

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך ינואר 02, 2008 9:48 pm

וואס זענען די קאמענדס דערצו?

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 9:18 am

Shift + F10

יישר כח פאטאקי, ווייסט נישט וויפיל קאפ וויי (פינגער וויי) דעס גייט מיר פארשפאטרן.

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 9:39 am

דער אפשן פון טוישן לאויער קעס צו אפער קעיס, וכן להיפך, איז פאראן אין ווארד זעלבסט אויך. ביי מיר ליגט דאס אפי' אויפן טול-באר.

גיי צו: טולס> קאסטעמייז> קאמענד> פורמעט> דארט איז פאראן א באטען "טשענדזש קעיס". כאפ'ן אן, ריק אים ארויף אויפן טול-באר, און מהיום והלאה איז ער צום באנוץ.

אוועטאר
גוטזאגער
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 10:07 am
לאקאציע: ביים מייקריפאן

תגובהדורך גוטזאגער » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 9:59 am

אויף סתם טייפן, איז ביי מיר נישט קיין פראבלעם, כ'קען איבערטייפן א גאנצע שורה אין א ספליט סעקענד, איידער דארפן צוריקגיין און מעקן.. ס'געדויערט לענגער.
אבער אויף איבערטוישען גאנצע בלעטער, ביסטו גערעכט, אז מ'דארף א פאטענט.
גוט געזאגט! זאג עפעס בעסער'ס??

אוועטאר
פיקח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 01, 2008 6:15 pm

תגובהדורך פיקח » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 11:29 am

איך האב עס שוין אויך געהטא א לאנגע צייט, יא עס קומט זיך גוט צינוץ, נאך א גוטע פראדאקט וואס איז צוגעשטעלט געווארען דורך אונז יודעלעך.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11169
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 1:59 pm

גוטזאגער האט געשריבן:אויף סתם טייפן, איז ביי מיר נישט קיין פראבלעם, כ'קען איבערטייפן א גאנצע שורה אין א ספליט סעקענד, איידער דארפן צוריקגיין און מעקן..


ניין מען דארף נישט צוריקגיין נאר דארט ווי מען שטייט גיט מען א דירק דעפ עף10 באטטאן און ער ווייסט שוין אליינס צוריקציגיין

אוועטאר
גוטזאגער
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 10:07 am
לאקאציע: ביים מייקריפאן

תגובהדורך גוטזאגער » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 4:14 pm

פון ווי ווייסט ער ווי מ'דארף פאר'רעכטן א ספעלינג?
גוט געזאגט! זאג עפעס בעסער'ס??

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 5:44 pm

איך האב עס דאונלאודעד און גארנישט און קען נישט גארנישט ליינען אלעס איז קוועסטשען מארקס און ליינס.

קען מיר איינער העלפן וואס מען ברויך אנשטעלן ביי קאנטראל פענעל?

שכח

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 5:53 pm

נאר פארן דאונלאודן דארף מען טון ווי פאלגענד:
start>control panel>regional & language options>advanced
און סעלעקטן ביי non-unicode היברו אנשטאט ענגליש, אז נישט קען מען גארנישט לייענען.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » דאנארשטאג ינואר 03, 2008 5:57 pm

שכח שוועמלי !

דאס הייסט איך מוז דאס אויסשפייען פון מיין קאמפיוטער אויף דערווייל ?
און דערנאך איינשלונגען/דאונלאודען נאכמאל?

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלטעבחורל » פרייטאג ינואר 04, 2008 10:56 am

שוועמלי! אפשר קענט איר מיר געבן עדווענסד הילף.
עס גייט עפעס נישט.

און ביי די וועי וועגן וואס די האסט געהייסן אז מאן דארף אנשטעלן ביי קאנטראל פענעל.
האבעך טאקע געזעהן ווי זיי שרייבן דאס ביים דאונלאודען.

עניוועי שכח.

אבער עס גייט נאך אלס נישט, איך דרוק F10 און גארנישט. עס ווערט א מגיפה פון 'קוועסטשען מארקס'

וואס טוט מען דא, איינער וויייסט?

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » פרייטאג ינואר 04, 2008 11:20 am

זארעכפעפער האט געשריבן:דער אפשן פון טוישן לאויער קעס צו אפער קעיס, וכן להיפך, איז פאראן אין ווארד זעלבסט אויך. ביי מיר ליגט דאס אפי' אויפן טול-באר.

גיי צו: טולס> קאסטעמייז> קאמענד> פורמעט> דארט איז פאראן א באטען "טשענדזש קעיס". כאפ'ן אן, ריק אים ארויף אויפן טול-באר, און מהיום והלאה איז ער צום באנוץ.


אדער קען מען דאס טון מיט א קיבאורד שארטקאט: שיפט+F3.
An article a day keeps the babies away


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט