פרינטער "דזשעם" נאר ביי PDF...!

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

פרינטער "דזשעם" נאר ביי PDF...!

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 4:18 pm

בס"ד


את חטאי אני מזכיר היום...

שוין אפאר חדשים וואס איך מוטשע זיך מיט א ביטערע שווערע פראבלעם וואס האט מיך שוין ליידער מכשיל געווען מיט כעס און עצבות אסאך מאל, און איך האב מחליט געווען, גענוג איז גענוג.

דער פראבלעם איז, א "דזשעם" אין פרינטער, אבער דוקא נאר ווען מ'שיקט א "פי. די. עף." אויפ'ן דראט שאסיי צום פרינטער. ביי אלע אנדערע קאמפיוטער פיילס איז נישט שייך דער גאנצער פראבלעם, אבער ווען מ'שיקט א PDF ריקן זיך אריין יענע חברה און דער צעטל גיט זיך א פארקריפל טיף אין בויך פונעם פרינטער. האט שוין איינער אמאל געהאט אזא מעשה?

יא, כ'האב שוין אפאר מאל אינסטאלירט די "לעצטע" דרייווער פון יולערט פעקערד המכונה עיטש פי. ניין, עס האט נישט געהאלפן.

יא, כ'האב שוין פרובירט אפאר ווערסיעס פון עקראבאט רידער און עקראבאט פראו, און עס פאסירט נאך אלץ. ניין, עס האט נישט געהאלפן.

די גרעסטע פלא איז, וויאזוי קען א סאפטוועיר זאך ווי א פייל צו פרינטן ארויסברענגען א טעכנישע פאפירענע קורצשלוס. אין קורצן, וויאזוי קען א ווירטואלע פראבלעם מיט פייל און סאפטוועיר ברענגען א פיזישע טעכנישע קריפלינג אין די מאטארן און דרייערלעך פונעם פרינטער?

ווי געזאגט, גענוג איז גענוג, איך וויל מער נישט ליידן פון כעס און עצבות און טינטיגע פינגערס פון די פי. די. עף. דזשעם סענדוויטשעס.

ווער קען מיר העלפן?

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6428
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מאנטאג נובעמבער 22, 2010 4:21 pm

אפשר איז נישט גיט אונגעשטעלט די פעיפער, רויב מאל ווען איך האב אזא פראבלעם זעי איך אז עס איז געטוישט געווארען צו א A4 און עס דארף זיין א ליגעל
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
וואסהאלטסטו
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 3:31 pm

תגובהדורך וואסהאלטסטו » דאנארשטאג דעצמבער 30, 2010 4:36 pm

איך האב די זעלבע פראבלעים אבער ביי מיין "ווארד פייל'ס" עס האלט זיך נישט ביים פרינטען, בדרך כלל דארף איך עס מאכן פאר א פי די עף און דערנאך פרינטען!
עני העלפ?


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט