בלאט 1 פון 1
נייע קיבאורד פראבלעמען
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 23, 2010 6:53 pm
דורך מאנאגרעמס
איך האב מיך אקארשט געקויפט א נייע קיבאורד, זייער צופרידן ב"ה.
די צרה איז נאר אז די קיבאורד מאכט נישט דעם אלעמען באקאנטן 'קנעפל קלאפעכץ גערודער'. עס איז שטיל ווי אינמיטן ים. עס נערווירט מיר שרעקליך.
ווייסט איינער צו מ'קען עפעס טון דערצו?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 23, 2010 8:27 pm
דורך סאדע_באטל
די כלה איז צו שיין ????
וועלכע קיבאורד האסטו גענוצט ? אפשר רעקאמאנדירסטו עס פאר די ציבור אלס גאר א שטילע קיבאורד ?
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 23, 2010 8:46 pm
דורך טרעגער
מיין עצה, גיי צוריק צו די אלטע. א פארבענקטע נשמה,
דערמאנסט מיך פונעם תשורי מראש אמנה
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 23, 2010 9:10 pm
דורך מאנאגרעמס
סאדע_באטל האט געשריבן:די כלה איז צו שיין ????
וועלכע קיבאורד האסטו גענוצט ? אפשר רעקאמאנדירסטו עס פאר די ציבור אלס גאר א שטילע קיבאורד ?
MICROSOFT COMFORT CURVE 2000. ביי וואלמארט פאר $20.
טרעגער האט געשריבן:מיין עצה, גיי צוריק צו די אלטע. א פארבענקטע נשמה,
דערמאנסט מיך פונעם תשורי מראש אמנה
מיין אלטע איז חרוב. ס'האט אריינגערעגנט אין אפיס ארויף אויפן קיבאורד. איייי א געטרייע קיבאורד געוועזן...
פון וועלכע יוצר רעדסטו?
איך בין צוגעוואוינט צו א קיבאורד וואס ווען מ'קלאפט אויפ'נעם קלאפט ער צוריק בקול רעש. איך דערטראג עפעס נישט די שטילקייט, איך פיל ווי איך קען נישט ארבעטן - א_וואו א געבינדענער זאל פרובירן צו שרייבן...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 25, 2010 8:58 am
דורך הערשי קניהויז
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 25, 2010 9:38 am
דורך קאלטס און ווארעמס
גאנץ גוט אבער ער ארבייט נישט אויף די אידישע וועלט
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2014 10:38 pm
דורך leiby
נישט געטראפן קיין בעסערע אשכול ווי עס צו שרייבן, לייג איך עס דא.
געוויסע קאמפעניס האבן איינגעזעהן אז די גאנצע איידיע פון Number Lock איז איבריג און זיי האבן עס אראפגענומען.
קען זיין גאנץ א גוטע זאך, וואס טוט מען אבער אויב די נומערס ארבעטן נישט, נישט דא קיין שום באטאן עס צוריק אנצוצינדן. האב איך געכאפט אז די גאנצע סיבה פארוואס ס'האט זיך אויסגעלאשן איז ווייל איך בין געווען אריינגעלאגט צו יענעם רימאוטלי און איך האב דאך יא Num Lock, און פונקט האט זיך עס אויסגעלאשן ביי מיר, די עצה איז נאכאמאל אריינצולאגן און צוריק אנצינדן.