א פרינטער וואס מאכט פראבלעמען

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 1:55 pm

ס'ערשטע מאל ברויך מען א כמו-מומחה דערצו, וואס ווי עס שיינט וועט דאס אין אפאר תגובות נישט סאלווירט ווערן.

מען ברויך א ראוטער מיט קעיבלס.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 2:19 pm

דאן איז די לעצט-פארבליבענע עצה דערווייל מען זאל מיר אויסלערנען וויאזוי צו שיקן א פייל צו מיין פעקס מאשין

איז דאס מעגליך?

אויב נישט, איז די לעצטע פארבליבענע עצה איך זאל דאס אימעילן צו איינעם פון אייך, און יענער וועט מיר דאס צוריקפעקסן (אבער דאן דארף איך שוין ארויסגעבן מיין נומער, אביזרייהו דגילוי..)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 2:39 pm

פון וויפיל פעיזשעס רעדט מען (צו פעקסן)?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 2:40 pm

בערך דריי-פיר

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 3:33 pm

וואס מיינט איר? ווער האט זיך אנגערופן?

נו? איך געב אייך נאר איין צוטרעף (געס בלעז)!

יא! איר האט געטראפן!

דער גרויסער בעל טוב וחסד פון אייוועלט מר. זייער-נייגעריג האט מיר צוגעוויזן א סייט MYFAX.COM/FREE וואס האט מיר אריינגעפעקסט מיין אזוי-געגארטן צעטל!!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 5:21 pm

וואס איז די קעטש פון די MYFAX.COM?

זיי לאזן נאר 2 פעקסעס א טאג

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 5:26 pm

און וויאזוי געט מען זיך אן עצה?

מען לייגט אריין א צווייטע אימעיל אדרעסע !!!

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 5:30 pm

ווי תורה דארט איז חכמה...
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 5:58 pm

תרנגול האט געשריבן:ווי תורה דארט איז חכמה...

אהא. דערפאר איז עס מיר נישט אליינס בייגעפאלן..

אוועטאר
jkup50
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 09, 2010 2:45 pm
לאקאציע: איך וואלט אויך געוואלט וויסן!!

תגובהדורך jkup50 » דאנארשטאג אוגוסט 18, 2011 7:05 pm

שיק א אימעל צי jkup500@gmail.com איך האב אן עצה פאר דיר
יאנקעל די פופציגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוגוסט 19, 2011 2:17 pm

קרעמער, איך בין אויפן וועג צו דיר, גרייט מיר אן א נארהאפטיגן פרישטאג מיט קאלאמביאנישע קאווע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג אוגוסט 19, 2011 2:47 pm

ברוך הבא בשם השם ברכנוכם מבית ה'!

מיט גרויס פרייד נעמען מיר אויף דעם חשוב'ן גאסט וואס האט זיך מטריח געווען בטלטולא דגברא און דורכגעמאכט דעם גאנצן וועג מהתם להכא כדי צו פארריכטן אונזער פרינטער פראבלעם

בריך מתייך לשלם!

עס איז געווען אן ערהאבן בילד צו זעהן 2 אלטע ידידים פון די בחור'ישע יארן זיצן איבערגעבויגן (הלואי איבער א ספר..) איבער 2 לעפטאפס און דער מומחה צווישן זיי מאכט די נויטיגע פארבינדונגען צווישן דעם פרינטער און די קאמפיוטערס

א גרויסע שמחה איז ענטשטאנען ווען מען האט איינגעזען אז דער ראוטער וועט נישט אויספעלן, ווייל מיר פארמאגן ב"ה א מאודעם (זעהסטו, איך האב כלל נישט געפרעגט ווי אזא מן הארץ פריער אינעם אשכול אויב דער מאודעם קען גענוצט ווערן פאר דעם צוועק)

די איינציגסטע זאך וואס איז געבליבן ביי מיר פון שוועמל'ס פארמעגן, איז די ETHERNET ווייער, וואס ער טענה'ט אז ער האט דערפון טויזנטער (און פון זיין זוהן האט ער נאכגעזאגט "מיליאנען")

אויך בלייבט אונז איבער צו פרובירן באלד פאקטיש פרינטן דורך דעם פריש געשאפענעם נעטווארק (די 'טעסט' בלעטער זענען פיין אויסגעקומען, מען דארף נאר זעהן אויב דברי תורה וויל ער אויך דרוקן...), און זיך צו באדאנקן בפה מלא פאר דעם חבר נאמן משנים קדמוניות מר. שוועמל וואס האט נישט געשוינט קיין צייט און נערוון און זיך אריינלייגט ראשו ורובו צו פארריכטן דעם פראבלעם לשביעת רצון כל יושבי הקרעטשמע (ווייל אנדערש וואלט מען אפגעשפארט די גאנצע זאך... כמבואר באשכול זה לעיל)

האסט מיר אלע א פרייליכן שבת (פרייליך תרתי משמע, ווייל אויפן וועג ארויסצובאגלייטן דעם שוועמל איז פונקט אנגעקומען דער מענעדזשער וואס האט אונז בעין טובה פארבארגט א צווייטע כלי וואס מיר האבן שוין געוואלט בעטן פון אים עטליכע מעת לעת צו פארריכטן א צווייטע חפץ אין שטוב, וליהודים היתה אורה...)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוגוסט 19, 2011 3:22 pm

קרעמער האט געשריבן:ברוך הבא בשם השם ברכנוכם מבית ה'!מיט גרויס פרייד נעמען מיר אויף דעם חשוב'ן גאסט וואס האט זיך מטריח געווען בטלטולא דג'ברא און דורכגעמאכט דעם גאנצן וועג מהתם להכא כדי צו פארריכטן אונזער פרינטער פראבלעםבריך מתייך לשלם!


דאס באצאלסטו מיר צוריק, מיט א בפירוש'ע גילוי?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » פרייטאג אוגוסט 19, 2011 3:23 pm

איך פארשטיי נישט איין זאך
אין קאנטרי, קעמפ, כמדומה וואקסן שוועמלעך איבעראל ווי שוועמל נאך א רעגן, צמ וואס האט ויסגעפעלט צו ברענגען א שוועמל מריחוק מקום,
א הארבע פראגע
תיובתא

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוגוסט 19, 2011 3:25 pm

ווייסטו דען נישט אז שוועמלעך טויגן אויף כפרות?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש אוגוסט 20, 2011 10:37 pm

א גוטע וואך

מיר האבן בס"ד יעצט ארויסגעדרוקט די ערשטע פאר צעטלעך פונעם נייעם ווייערלאזן פרינטער...

עס שטעלט זיך ארויס אז די צובראכענע פארט איז געווען א ירידה לצורך עליה, אז מר. שוועמל האט מיר צוגעשטעלט א ווייערלאזן נעטווארק צו קענען פרינטן פון אנדערן עק הויז אן קיין ציענדיגע דראטן פונעם קאמפיוטער צום דרוקער.

יישר כחך נאכאמאל

אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 16, 2011 9:54 am
לאקאציע: צווישן זשאווא און זשאווא סקריפט...

תגובהדורך בחורהזעצער » מוצ"ש אוגוסט 20, 2011 10:58 pm

קרעמער!

עס וואלט געווען א שיינע זאך אז לכבוד המאורע זאלט איר אראפשרייבן אין קורצן, די סדר השתלשלות וויאזוי מען פראדוצירט א ווייערלעס פרינטער, מעגליך אז אנדערע וועלן אויך הנאה האבן.

פארשטייט זיך נאר אויב די צייט ערלויבט.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » זונטאג אוגוסט 21, 2011 3:41 am

פונקטליכע אנווייזונגען וועט שוועמל קענען געבן (אויב נישט קען ער אנרופן דעם אינגערמאן וועמען ער האט אנגערופן פרייטאג און יענער האט אים אביסל צוגעהאלפן [ער טענה'ט אז ער איז נישט קיין היזיגער])

איך ווייס אזויפיל אז דער ETHERNET ווייער באהעפט יעצט מיין פרינטער צום MODEM וואס איז איינגעשטעקט אין די וואנט, אבער היות דער MODEM איז מחובר צום קאמפיוטער אנע דראטן, קען איך פרינטן אנדעם וואס דראטן זאלן זיך ציען פונעם לעפטאפ צו סיי וועלכע מאשין.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » זונטאג מארטש 18, 2012 5:20 pm

לאמיר מחי' מתים זיין דעם אשכול, מיט א פרישער פראבלעם, ב"ה פאר דעם.

איך נוץ א פרינטער (א HP LaserJet 3330) איך האב נישט דעם סי.די. דערפון, און איך האב עס אינסטאלירט מיט א פייל וואס איך האב דאונלאודעד פון HP, עס האט פיין געארבעט.
ועל של עתה באתי, אז איך האב עס געוואלט אנאינסטאלן און רי-אינסטאלן, נישט וואוסענדיג וויאזוי מען טוט דאס, האב איך Deleted דעם פרינטער, און דערנאך האב איך עס פרובירט נאכאמאל צו אינסטאלירן פון דעם פייל, אזוי ווי ביים ערשטן מאל.

אבער יעצט פייפט ער אויף מיר מיט א גרויסן פייפער, און ער האלט נישט ביים פרינטן....
ווען איך פרוביר צו פרינטן קומט ארויס אן עראר, און פארטיג, גיי ווייס פארוואס ער מאכט אן עראר, איך האב שוין פרובירט Troubleshooting, איך האב שוין ריסטארטעד דעם קאמפיוטער און ריסטארטעד דעם פרינטער, אבער עס זעט נישט אויס ווי דאס וועט לעזן דעם פראבלעם.

אפשר קען מיר איינער העלפן?

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אפריל 26, 2012 12:29 pm

וואזוי זאל מען העלפן ווען דו זאגסט נישט וואס די ערראר איז?

ווען מען מעקט אויס דעם פרינטער, בלייבט די פרינטער דרייווער אינסטאלד.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 1:31 am

אקעי, אלס פותח האשכול קום איך יעצט צוריק מיט א נייעם פראבלעם, ענלעך צו וואס אונזער גרויסער מייסד האט געהאט צוויי זומערס צוריק. איך האב א פרינטער, (נישט דעם איבער וועלכן איך האב אנגעהויבן דעם אשכול, יענער ליגט שוין לאנג אין גאביטש) וועלכער האט אויפגעהערט צו ארבעטן, נאך א גרונטליכער אונטערזיכונג האב איך אנטדעקט אז דער פארט פון דעם פרינטער ווי מען שטעקט איים דעם יו עס בי קעיבל איז פלעין ארויס פון פלאץ, דאס לעכל איז ליידיג. זעהט אויס איינס פון די קינדער האט געמאכט די מעשה דערמיט.

איך האב גערופן א בעל מלאכה, זאגט ער מיר אז טוישן דעם שטיקל גייט מיר קאסטן באלד ווי א נייער פרינטער, אבער היות איך האב דאך פלאץ פאר דעם אנדערן מין קעיבל, זאל איך מיר יענץ איינהאדלען. געזאגט און געטוהן, איך גיי אין געשעפט און ער איז מיר מסביר אז צו דעם דארף איך האב א ראוטער, איך האב שוין כמעט געקויפט דעם ראוטער מיט דעם קעיבל, אבער אזוי שמועסנדיג איז ארויסגעקומען אז מיין פרינטער האט ווייערלעס קעיפעביליטיס.

זאגט ער דאן קויף א ווייערלעס ראוטער קענסטו מאכן דעם פרינטער ארבעטן ווייערלעס. איך פרעג אים צו עס איז א קאמפליצירטע זאך עס צו אינסטאלירן, און ער זאגט מיר, נעה גארנישט, עס קומען גרינגע אינסטראקשנס, עסט עס קענען מאכן. איך זעה נישט קיין אינסטראקשנס בכלל, נאר א דיסק, איך האב שוין מורא, קען מיר איינער העלפן און אנצייגן וויאזוי איך קען דאס אינסטאלירן? איך דארף דעם פרינטער זייער וויכטיג, עס קאסט מיר געלט און עגמת נפש דאס אז איך האב דאס נישט.

ווער עס פארשטייט צו דעם זאל מיר ביטע ארויסהעלפן (שוועמל, אפשר וואלסטו געקומען צו מיר אויך, אפשר קען איך אויך זיין דיין חבר פון אמאל?)
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 5:46 pm

טייערע ברידער, איך בין פלעין צובראכן. איך פארשטיי אז איך בין נישט אזוי חשוב ווי קרעמער ע"ה, אבער איך בין דאך דאך עפעס א בשר ודם, מיין נשמה איז דאך נישט קיין ראזשינקע, איך פרעג דא פאר א שטיקל עדווייס, און א גאנצער טאג גייט אדורך, ואין פוצה ומוצה, קיינער מאכצעך נישט וויסנדיג, מען פלעין איגנארירט מיך. עס טוט מיר וויי. זאגט מיר כאטש גיי אין דערערד, זאגט מיר עפעס, מאכט זיך כאטש וויסנדיג פון מיר.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 5:48 pm

סארי, איך וואלט דיר גערן געהאלפן אבער איך קען מיך נישט אויס
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 6:28 pm

שנאפס האט געשריבן:סארי, איך וואלט דיר גערן געהאלפן אבער איך קען מיך נישט אויס
נישט, איז נישט קיין אפציע...

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג דעצמבער 13, 2012 6:39 pm

וואס איז די מעשה? וועלכע ראוטער האסטו געקויפט, שרייב ארויף די מאדעל נאמבער.


צוריק צו “הארדווער, פראגרעמס, און פארשידענס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט