בלאט 1 פון 1

CCTV קאנעקטעד צום קאמפיוטער

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 25, 2010 10:19 am
דורך שוועמל
איך וויל אינסטולירן א CCTV (קלאסד סירקוט טי ווי) דאס איז א פשוטע סורוועילענס קאמערע צו האלטן אן עינא פקיחא ארום מיין אפיס.

היינט איז דאס מסתם א קלייניקייט, א קאמפיוטער האט דאך יעדער איינער ברויך מען בלויז איינשטעקן דערינען א קאמערע.
אבער איך זוך דערפאר א גוטן פראגראם וואס זאל דאס ראנען, זאל נאר אפכאפן אויב ס'יז דא אקטיוויטי, זאל זיך אפמעקן די אלטע יעדע זיבן טאג למשל, וכו' גוטע פיטשורס וואס קען צונוץ קומען, און בעיקר זאל נישט ציען קיין סאך ריסארסעס כדי נישט אראפשטייטערן דעם קאמפיוטער.

ווי אויך וואסערע הארדווער איז גוט צו נוצן, א יו עס בי קאמערע אדער א ווייערלעס וכו' וכו'.


ביטע טיילט מיר אייער עקספיריענס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 25, 2010 10:45 am
דורך ווער בין איך?
דו ווילסט עס קאנעקטעד צו דיין קאמפיוטער? און אויב איז טאקע דא א גנב דארט, נעמט ער צו די קאמפיוטער מיט די ווידיאו פון אים אויף דעם...... די בעסטע איז עס צו טוהן אנליין..

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 25, 2010 10:51 am
דורך שוועמל
א"כ אין לדבר סוף?

אלא מאי איך וויל נישט מאניטארן די אפיס זעלבסט, נאר בלויז ארום דעם אפיס פונדרויסן וכדומה.
די אפיס איז פארשפארט און מען רעדט נישט פון ווייסעך וואסערע איינברעכערס ווייל א"כ אין לדבר סוף.


חוץ מזה וואס מיינסטו אונליין?

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:12 am
דורך למעלה משבעים
מיין חבר האט אזאנס וואס די דארפסט אין זיין אפיס, און עס איז קאנעקטעט אנליין, דאס מיינט צו זאגן די קענסט אריין גיין פון וועלכע פלאנעט די ביזט צו זען וואס גייט פאר, עס ריקארד זיך אויך, ער מיינט אז נאך אפאר טעג מעקט זיך עס אויס.
די פראגרעם וואס ער האט דאכט זיך הייסט DVR Remote אדער H264 DVR עפעס אזוי.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:16 am
דורך שוועמל
דו רעדסט דא פון קאסטבארא מאשינען.

איך זוך דירעקט א ביליגע אופן דורך נוצן מיין קאמפיוטער, העכסטענס צוקויפן א קאמערע מיט א פראגראם דערפאר.

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:56 am
דורך ווער בין איך?
What I meant about online, is, that its possible to have that the recordings get uploaded to a online company instead of being saved to your computer.