בלאט 1 פון 1
קאמפ. פראג. וואס טוישט פאנטס
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 20, 2009 2:26 am
דורך טהור-עיניים
איך האב אן אלטן ענגלישן בוך, עס איז גוט אריינגעסקענט אין קאמפיוטער, און איך וואלט אים זייער געוואלט לייענען, אבל דא עקא, אז דער בוך איז געדרוקט מיט א פארצייטישן פאנט וואס איז זייער שווער צו ליינען היינטיגע צייטן, מען באנוצט זיך שוין היינט כמעט נישט מיט דעם, בפרט נאך אז עס איז אן אלטער דרוק - כאטש גאנץ קלאר, אבער אלט.
אצינד איז מיין פראגע, איך האב געהערט אז עס איז דא אזא סארט פראגראם וואס קען נעמען די פאנטס, און עס אויטאמאטיש טוישן אויף געהעריגע נייע פאנטס, וואס איך וועל בעז"ה קענען ליינען.
אויב איז דא איינער ווער עס ווייסט פון דעם, אדער ער ווייסט פון איינעם וואס שטעלט צו אזא סערוויס, זאל ער אזוי גוט זיין און עס דא מעלדן, און איך וועל אים שטארק דאנקבאר זיין, גאר שטארק דאנקבאר זיין דערפאר.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 20, 2009 8:43 am
דורך וואדקע
דארפסט האבן א גוטע OCR פראגרעם
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 2:35 am
דורך טהור-עיניים
זיי נישט ברוגז, אבער דו רעדסט צו מיר טערקיש. וואס איז דאס א סי אר פראגרעם, וואס טוט דאס, ווי באקום איך דאס, וויפיל קאסט דאס, איז עס קאמפליצירט צו נוצן. כו'
איך האב נישט די מינדעסטע השגה אין דעם, ביטע מיר אינפארמירן.
א גרויס שערקויעח
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 3:46 am
דורך ווארום
פאר אלעס קענסטו טרייען עס צו סעיווען אלס TIF פייל
און טריי, פראביר אויב עס גייט ביי:
Microsoft Office Document Imaging
דארפט עס זיכער האבן אויף דיין פיסי.
אובי גייט נישט דארט מיזטו איינהאלדען א בעסערע OCR.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 22, 2009 7:20 am
דורך וואדקע
כ'על טרייען מסביר צו זיין,
דיין פראבלעם איז נישט אז דו קענסט נישט 'טוישן' די פאנד דיין פראבלעם איז אז עס איז בכלל נישט דא קיין פאנט אויף דיין פייל, דהיינו ווען דו טייפסט למשל אין WORD דאן פארשטייט די קאמפיוטער אז די אלע פירקעלערייען זענען נישט סתם אזוי נאר עס איז א "פאנט" אין ער ווייסט אז דו האסט געטייפט א A דעריבער קענסטו סעלעקטען די A אין עס טוישן אויף סיי וועלעכע אנדערע A דו האסט אין קאמפיוטער, משא"כ ווען דו סקענסט אריין סיי וואס אין קאמפיוטער דאן ווערט די גאנצע פעידש ווי א פיקטשער, א A איז ביי אים פונקט אזוי אפאר ציווארפענע ליינס ווי עני אנדערע פיקטשער אין ער ווייסט נישט מבחין צו זיין,
די OCR איז א ספעשיל פראגרעם וואס קוקט דורך די גאנצע פיקטשער אין ער איז געלערנט אויפצוכאפן וועלעכע טייל פון די פיקטשער ענדעלט צו איינע פון די פאנדס וואס ער האט אין באזיס אין דאן עפענט ער אויף א WORD פעידש אין ער שרייבט דארט אריין מיט 'פאנדס' אלס וואס ער האט געטראפען
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 26, 2009 10:53 pm
דורך טהור-עיניים
שערקויעך רעב וואדקע (בד"וו, וועלכע ברענד וואדקע ביסטו, כ'אף איינס וואס איך האב ליב)
האסט מיר זייער שיין מסביר געווען וואס דער ocr פראגראם איז, יעצט ווי קען מען דאס באקומען, א דער ווער שטעלט צו דעם סערוויס?
איך האב נישט קיין השגה אין דעם.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 19, 2010 8:17 pm
דורך cash
טהור-עיניים האט געשריבן:שערקויעך רעב וואדקע (בד"וו, וועלכע ברענד וואדקע ביסטו, כ'אף איינס וואס איך האב ליב)
האסט מיר זייער שיין מסביר געווען וואס דער ocr פראגראם איז, יעצט ווי קען מען דאס באקומען, א דער ווער שטעלט צו דעם סערוויס?
איך האב נישט קיין השגה אין דעם.
I would also like to know more about this "ocr" program and where I can get it !!
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2014 11:17 am
דורך אליקים געציל