עקסעל: קאלקיולעישן / רעכענען פראצענט

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

עקסעל: קאלקיולעישן / רעכענען פראצענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

עטליכע פראגעס וואס ס'איז מיר לעיטלי נולד געווארן אין עקסעל, און ווער עס קען מיר העלפן וועט אים דער פון אויבן זיכער באצאלן מיט א גוטס. אמער, ער האט דאך ארויסגעהאלפן א אידן אין זיין נויט.

וואן - וויאזוי שטעל איך אן אז איין "גאנצער" קאלום זאל זיין דער SUM פון די ערשטע צוויי קאלומ'ס. למשל, איך וויל א "גאנץ" קאלום C זאל זיך אטומאטיש אהערשטעלן אלס א טאוטל פון קאלום A ענד B, אזוי ארום אז איך וועל למשל אריינטייפן א סכום הגון לכבוד שבת אין A5 און דערויף די הוספה אין B5, זאל מיר אטומאטיש דער C5 ארויסשפייען דעם סכהכל?
וזאת למודעי, אז אויף איינצעלע קאלומ'ס ווייס איך וויאזוי מ'מאכט דאס. כלומר, ווען איך האנדל בלויז מיט איין ענטערי, בין איך באקאנט וואס איך האב צוטוהן. מיין פראגע איז, וויאזוי איך שטעל אן א ליידיג SHEETאז קאלום C זאל זיך אטומאטישן אלס סך הכל פון A ענד B.

טו - איז שייך צו קאלקיולעיטן אויך פראצענט (הן פלוס און און הן מיינוס)? אויב יא, וויאזוי?

טרי - וויאזוי מאך איך אז איין געוויסער קאלום זאל זיך SUM'ן צו איין נומער, אן צו דארפן אריינטייפן דעם נומער. כלומר, איך וויל אז איין קעסטל, אדער קאלום, זאל זיין כסדר פלוס אדער טיימס 50, ס'טייטש איך וועל אריינקלאפן בלויז דעם נומער וואס כ'וויל אין קאלום A און ער זאל זיך מיר אטומאטיש פלוס'ן צו פופציג אין קאלום C, פארשטייט איך זאל נישט דארפן כסדר אריינקלאפן נאכאמאל און נאכאמאל דעם 50.

יישר כח למפרע
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

1) טייפ אריין =SUM(A:B) אדער AUTO SUM און סעלעקט וואס די ווילסט

2) מאך למשל =A1+50 און צי עס אראפ וועט אויסקימען אלעס + 50 אדער * טיימס 50
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

עקזאמפל
אטעטשמענטס
Zurech.xls
(13.5 KiB) געווארן דאונלאודעד 233 מאל
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

פאטאקי גיט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יישר כח דארפסמאן און פאטאקי. א באזונדערן יישר כח פאטאקי פארן זיך אנשטרענגען און מיר צייגן דיין סעמפל.

די ערשטע פראגע האסטו בלויז געענטפערט אויף איין קעסטעלע. מיין פראגע איז, וויאזוי איך קען סעלקעטן א "גאנצער" קאלום. למשל, אז איך טייפ אין A1, פלוס B1, זאל דער C1 אויסשפייען דעם טאוטל פון A1+B1 אטומאטיש. דאס זעלביגע ביי ROW 2, 3, 4 און אזוי ווייטער. אז איך טייפ למשל ביי A2 פלוס B2 זאל דער C2 אויסשפייען דעם טאוטל פון A2+B2, און אז איך טייפ ביי A3 פלוס B3 זאל דער C3 אויסשפייען דער טאוטל פון A3+B3.

יישר כח למפרע
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

די וועג וויאזוי איך מאך עס איז אזוי,

איך גיי צו די רעכטע אינטן ווינקל, און עס ווערט אזא פלאס (+) דאן דריק איך די לינקע מייז קנעפל, און איך שלעפ עס אראפ ווי סאך איך וויל.
זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

3X0 איך דאנק דיר, 3X0 איך לויב דיר, ווייל דו האסט מיר ארויס געהאלפן אין מיין אנגעצויגענע סיטואציע דא. האסט מיר געשפארט שעות על גבי שעות ארבעט. מיינט איר אז איך דאנק נישט, אדער לויב נישט, פאטאקי'ן אדער דארפסמאן? עךך, חלילה אזוי צו טראכטן! זיי האבן דאך מיר ארויסגעהאלפן בעת צר. זאל אייך ג-ט באצאלן אלדאס גוטס, פאר די טובה וואס איר האט געטוהן מיט מיר.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

איך בין א גרויסע עם הארץ ווען עס קומט צי דיע זאכן, אשר ע"כ בעט איך אז איר זאלט נישט לאכן פון מיין אמעראציס.


ווי אזוי שטעלט מען אן אין עקסעל אז קאלעם D זאל זיין די טאטאל פון קאלעם B מיינוס קאלעם C?

ווי אזוי מאכט מען אז צום סוף זאל שטיין די טאטעל פון א יעדע קאלעם?

איך וועל אייך שטארק דאנקבאר זיין אויב איר קענט געבן א גיכער ענטפער.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

אין קאלום D דריק = דאן קליק אויף די B און דאן דריק די - דאן קליק אויף די C קאלום און דריק ענטער. כאפסט?

אויב פארשטיי איך וואס דו מיינסט צופרעגן, איז עס די זעלבע וועג ווי פריער, נאר לייג צו וויפל קאלומס די ווילסט.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

איך דארף גרויס רחמי שמים וארץ

איך האב אן עקסעל שיעט וואס קאלום עי איז די ערשטע נאמען און קאלום בי איז די לעצטע נאמען, קאלום סי און די איז סכומים פון געלט און איך וויל אז עס זאל צאמרעכענען סי מיט די און מיך געבן 15 פראצענט פון די טאטעל פון ביידע צוזאמען.
איז עס מעגליך? איז עס שווער? קען מיר איינער העלפן דערמיט?

יישר כח
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

קאוד: וועל אויס אלע

=SUM(C1,D1)*0.15
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

עס איז זייער גרינג, מאך אזוי
=
SUM(C1+D1)/100*15
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

ווי לייג איך דער קאוד?

און איך וויל נישט נאר סי און די 1 איך וויל די גאנצע קאלום זאל אזוי זיין
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

די לייגסט עס אין E1, סעלעקט סי 1 צוזאמען מיט די 1 צו עס אראפ ביי די רעכטע זייט, אויב פארשטייסטו נישט וואס איך מיין קענסטו זיך מעלדן צו מיר אין פריוואט, איך ווייס נישט וויאזוי צו מאכן דא א בילד פון א עקסעל פייל
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

שמן זית האט געשריבן: איך ווייס נישט וויאזוי צו מאכן דא א בילד פון א עקסעל פייל


מאך א פרינט סקרין
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

וויאזוי מאכט מען א פרינט סקרין?
אוועטאר
שטרויזאק
שר חמש מאות
תגובות: 509
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 10, 2008 9:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטרויזאק »

עס איז דא א קנעפל וואס שטייט דערויף Print Screen
ווען מען דריקט דאס, מאכט מען א קאפי פון די סקרין, און נאכדעם קען מען עס אריין פעיסטן אין ווארד אדער פעינט (Control +V).

קוק דא פאר נאך אינפארמאציע.
אטעטשמענטס
image71.png
image71.png (62.25 KiB) געזען 3394 מאל
איך גלייך צו בארגן געלט פון א פעססימיסט, ער ווייסט שוין אז איך גיי קיינמאל נישט באצאלן...
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ווער בין איך דא האסטו א סעמפל
אטעטשמענטס
Excel help.doc
(142 KiB) געווארן דאונלאודעד 194 מאל
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן זית »

ווען איך האב שוין א בילד פונעם סקרין וויאזוי לייג איך ארויף?
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

שמן זית האט געשריבן:ווער בין איך דא האסטו א סעמפל



איך פארשטיי נישט

אפשר צוריק אין טאלק וועל איך בעסער פארשטיין

וכאן המקום להודות פאר הרב הגאון הצדיק מצדיקי הדור ר' שמן זית 'זך' שליט"א פאר'ן זיך אפגעבן מיט מיר נעכטן נאכט א שיין ביסל צייט מיט'ן ארויסהעלפן אין עקסעל

ממנו ילמדו וכן יעשו
אהבה רבה
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2008 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהבה רבה »

שמן זית האט געשריבן:עס איז זייער גרינג, מאך אזוי
=
SUM(C1+D1)/100*15


די זעלבע זאך קען מען מאכן אזוי
SUM(C2+D2)*15%=
שרייב תגובה

צוריק צו “מייקראסאפט עקסעל / עקסעס”