בלאט 1 פון 1

מייקראסאפט אוטלאק/גוגל קאלענדער - אריינברענגן אידישע לוח

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 5:27 pm
דורך moshele11211
ווער עס ווייסט קען מען אנשטעלן אין אוטלאק אז די קאלענדער זאל זיין היברא און עס קומען אריין די אידישע חדשים און יארן, וויל איך וויסן אויב עס איז דא א מעגליכקייט אריינצוברענגן די סדרות בראשית וכו' ווי אויך די ימים טובים ? די גיטסקייט איז אז איך קען ארויספרינטן א גרויסע לוח פאר מיין אפיס אויב איינער ווייסט פון אנדערע סייט ווי איך קען ארויספרינטן א אידישע לוח אין גרויס (גרויס מיין איך אזוי ווי ביכל, בערך א חודש אויף איין פעדש) וואלט עס געווען א מורא'דיגע טובה

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 6:54 pm
דורך פינטעל

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2011 11:48 pm
דורך moshele11211
טאקע דאס האב איך געזיכט א שכח פינטל, כאפ איך אבער נישט וויאזוי איך אימפארטעס צו מיין אוטלאק

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 12:47 am
דורך בחורהזעצער
איך האב געטשעקט די לינק איז טאקע נישט ריכטיג, די ריכטיגע לינק איז דאס. און דא קען מען ליינען אינסטרוקציעס ווי אזוי דאס צו אינסטאלן.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 10:26 am
דורך moshele11211
בחור הזעצער ביסטעך אזא צדיק יעצט ארבעטעס א גרויסן שכח זאל דיר עס זיין צו מצוה, ביי די וועי די צווייטע לינק האט שוין נישט אויסגעפעלט ווייל ווען די מאכסט פריוויא האט עס העכער דעם די גראד די אפשען פון, ווילסט עס אריינלייגן ? ווי ?, און עס ווערט גראד אלטעמאטיש אריינגעלייגט אינעם קאלענדער

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 11:42 am
דורך שמן למאור
ריזן יישר כח בחור הזעצער עס איז מורא'דיג גוט, יישר כח נאכאמאהל.....

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 09, 2011 1:04 pm
דורך בחורהזעצער
איטס מיי פלעזשער צו ארויסהעלפן מענטשן.

געשריבן: מאנטאג מאי 19, 2014 9:52 pm
דורך יאפין
גוגעל האט צוגעלייגט א נייע אפציע פאר א אידישע לוח,
גייט אריין אין סעטינגס און פארט אראפ ביז Alternative calendar: און דריקט אויף Hebrew calender און סעיווט.

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2014 8:31 am
דורך קנאפער ידען
יאפין האט געשריבן:גוגעל האט צוגעלייגט א נייע אפציע פאר א אידישע לוח,
גייט אריין אין סעטינגס און פארט אראפ ביז Alternative calendar: און דריקט אויף Hebrew calender און סעיווט.

א פיינע זאך.

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2014 8:35 pm
דורך geek
קנאפער ידען האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:גוגעל האט צוגעלייגט א נייע אפציע פאר א אידישע לוח,
גייט אריין אין סעטינגס און פארט אראפ ביז Alternative calendar: און דריקט אויף Hebrew calender און סעיווט.

א פיינע זאך.

Rt
Thanks

ס'האט נישט קיין איין אידישע יומא דפגרא

געשריבן: דינסטאג מאי 20, 2014 9:28 pm
דורך יאפין
גערעכט, דאס איז נאר פאר די דאטום, וואס ביז היינט האב איך גענוצט דאס
וואס האט געמיינט אן עקסטערע שורה,
פאר אנדערע קאלענדערס איז שוין דא די אפציע א לאנגע צייט, און די אידישע לוח האבן זיי זיך יעצט דערמאנט (בעסער שפעטער וואו קיינמאל...).

פאר יומא דפגרא פלעג איך נוצן דאס, אבער כ'וויל טוישן ווייל ס'איז דא דארטן ציוניסטישע חגאות..