עקסעל: הילף אין עקסעל

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6387
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 4:22 pm

אויך מיט א VLOOKUP , איך בין נישט אזא גיט בעל מסבר פרעג געלעגער אדער די פאקט

אויב די לייגסט ארויף א סעמםל וועל איך בעזה"ש דיר קענען העלפן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 6:09 pm

איך גיי עס נאכאמאל פראבירן מסביר צו זיין מיט מער דיטעילס,

לאמיר געבן א משל,
איך האב דא אן אפענע עקסעל שיעט,
און קאלום A1 וואס דאס איז די העדער שטייט NAME און קאלום B1 שטייט פארטי

יעצט און סעל A2 שטייט די נאמען בעילאוט און און סעל B2 שטייט זיין פארטיי דעמעקראט
און אזוי אויך און A3 שטייט עס עפעס און און B3 שטייט דעמעקראט,
און A4 שטייט יודעלע מענדעלזאון און און B4 שטייט רעפאבליקען
אא"וו, A5 וויכי, B5 רעפאבליקען.......

יעצט האב איך אפען א צווייטע שיעט וואס דארט שטייט נאר די נעמען וואו למשל A2 בעילאוט A3 עס עפעס A4 יודעלע A5 וויכי אא"וו,
יעצט די ווילסט אריין ברענגען און שיעט 2 די פארטיי פון די אלע מענטשען.

פארשטיי איך גוט דיין פארלאנג? אויב יא, לאזט מיך וויסן און איך וועל דיר עס מסביר זיין ניצענדיג די אויבערדערמאנטע משל, ס'איז זייער א גרינגע זאך.

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » דאנארשטאג מארטש 11, 2010 9:59 pm

[תשובה פון מיין ידיד:]
יא, עס זעהט אויס דו כאפסט וואס איך דארף.

מער דיטעיל'ד (זאלסט קענען מסביר זיין תיכף די נמשל..): איך האב 2 פיילס מיט ליסטעס פון מענטשן מיט אינפארמאציע, ווי אויך א קאלום פאר סעל נומערן. ביי טייל מענטשן זענען נישטא זייערע סעל נומערן, ביי טייל מענטשן איז עס דא - אבער נאר אויף איינע פון די ליסטעס. ד.ה. איינער איז געאפדעיט מיט זיין נומער "נאר" אין פייל 1, און דער דריטער נאר אין פייל 2.

"אבער", אויך ביי די נאמען און אדרעס קען אמאל זיין אז די אינפארמאציע איז נישט "גענוי" די זעלבע. סוי איז די שאלה וואס ער וועט טוהן אזא פאל. וועל איך באקומען אפציעס וואס איך וויל אויסוועהלן?

אוועטאר
פאכמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 338
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2009 2:34 pm

תגובהדורך פאכמאן » מאנטאג מארטש 15, 2010 1:11 pm

געלעגער, אַיֶכָּה?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מארטש 15, 2010 2:24 pm

אוי פאכמאן.. זיי מיר מוחל, איך האב אינגאנצען פארגעסן...
אקעי, ס'איז נאכנישט צו שפעט לאמיר יעצט אנפאנגען.

איך גיי קודם גיין אויף די אויבעדערמאנטע משל וואס איך האב געגעבן, אויב וועט אויספעלן וועל איך עטעטשען פיקטשערס אז ס'זאל זיין קלארער.

לויט מיין משל איז שיעט 2 דארט וואו איך וויל אריין ברענגען די פארטיי פון די נעמען וואס איך האב אויף דעם שיעט, (לויט דיר פאכמאן איז עס טעלעפאון נאמבערס, אבער איך גיי רעדן פון וואס איך האב אנגעפאנגען)

יעצט שטעל דיך אויף שיעט 2 אויף די קאלום וואו די ווילסט אריין ברענגען די אינפארמאציע, וואס וואו מיר רעדן יעצט איז דאס B2 און לייג אריין די סימבאל =
וואו נאר די לייגסט אריין די סימבאל גייט זיך אויף די לינקע זייט אויבן אויףשרייבן אפשענס און ס'גייט זיין וואו א דראפדאון, אויב פארשטייסטו נישט וועל איך לייגן א בילד, דארט וועסטו טרעפן די אפציע פון ווילאוקאפ, דריק אויף דעם וועסטו באקומען אויף דיין סקרין א באקס און און די באקס גייט זיין פיר ליידיגע ליינס,
צו פארשטיין וואס די באקס איז איז זייער פשוט, די גייסט יעצט זאגן פאר עקסעל אויף וואס צו קוקן (וואס ביי אונזער משל מיינט עס די נאמען) און נאכדעם גייסטו ווייזן פאר עקסעל אז די האסט נאך ערגעץ די זעלבע אינפארמאציע וואו דעם (וואס ביי אונז מיינט דאס שיעט 1 וואס דארט האבן מיר די זעלבע נעמען,) אבער און די אנדערע פלאץ (שיעט 1) האבן מיר נאך אינפארמאציע (פארטיי) וואס איך וויל אז ווען די זעהסט די נאמען (און שיעט 2) וואס מעטשט די זעלבע וואו שיעט 1 ברענג מיט די אנדערע אינפארמאציע וואס די האסט דארט (פארטיי),
יעצט שטעל דיך ארויף אויף די לעטער A פון שיעט 2 וועסטו זעהן אז די גאנצע קאלום איז געווארן געהיילייט, (און די באקס גייט זיך אויפשרייבן A:A)
יעצט גיי אראפ צו די צווייטע ליידיגע באקס און מיט די מייז גיי אריין און שיעט 1 און סעלעקט אזוי וואו פריער A אבער דא שלעפ מיט די B
(ווייל וואו געשמיעסט אויבן דארפסטו ווייזן פאר עקסעל וואו נאך די האסט די זעלבע אינפארמאציע (נאמען) און וואס די ווילסט אריין ברענגען (פארטיי)) יעצט און די באקס גייט זיך אויפשרייבן SHEET1! A:B
יעצט גיי אראפ צו די דריטע ליידיגע באקס און לייג אריין די נאמבער 2 (וואס דאס מיינט אז עקסעל זאל קאפיען די אינפארמאציע פון B די צווייטע קאלום,
און דריק ענטער.......

שעם דיך נישט איבער צופרעגן.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11583
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג מארטש 15, 2010 2:28 pm

פאר איך פארגעס וויל איך מיך באדאנקען פאר א חשוב'ע מיטגליד דא, איך ווייס נישט צו ער וויל איך זאל שרייבן זיין נאמען אבער איך וועל עס עניוועי שרייבן, ער איז שטיל און צוריקגעצויגן א זאך וואס איך ווייס נישט פארוואס,
זיין נאמען איז BIG PEN
ער האט געזעהן אז איך פרעג עפעס און ער האט מיך פראבירט צו העלפן, שפעטער פרעגט ער מיר צו זיין עצה האט געהאלפן, נאך א אימעיל אהון און צוריק זעה איך אז מיר האבן זיך פשוט נישט פארשטאנען און זיין עצה איז שוין גאר אן עצה,
וואס זאל איך איך זאגן, איך האב עס פראבירט און עס ארבעט וואנדערבאר!

ש'כח פעדער!

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » מאנטאג מארטש 22, 2010 12:03 pm

צוריק צו מיין פריערדיגע פראגע

פלייוואד האט געשריבן:יעצט האב איך א פרישע שאלה. איך האב 2 SHEETS מיט אנדערע אינפארמאציע בלויז 1 קאלום פארמאגט די זעלבע נומערן מער ווייניגער אבער נישט אין דעם זעלבן סעל.

איך וויל מאכן א פארמולא וואס זאל מיר געבן ווי פאלגענד: אויב געפינט זיך די נומער אין ביידע SHEETS נישט דווקא אין די זעלבע סעל זאל איך באקומען א "A" , אויב געפינט זי עס נאר אויף SHEET נומער1 זאל איך באקומען א "B", און אויב נאר אויף SHEET 2 דאן זאל איך באקומען א "C"

ייש"כ למפרע


יעצט איך האב פרובירט אזוי, אויף SHEET 1 האב איך געלייגט אזוי:

("IF(A2=VLOOKUP(A2,Sheet2!A:A,1),"a","c=

און אויף SHEET 2 האב איך געטאהן דאס זעלבע:

("IF(A2=VLOOKUP(A2,Sheet1!A:A,1),"a","b=

אויף SHEET 1 האט עס געארבייט, אבער אויף SHEET 2 נישט, וואס איז פשט?????

big pen
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 9:31 pm

תגובהדורך big pen » דינסטאג מארטש 23, 2010 11:34 am

פלייוואד פרוביר דאס אויס
אין שיעט איינס שרייב דאס פאלגענדע

קאוד: וועל אויס אלע

=IF(ISERROR(MATCH(A2,Sheet2!a:a,0)),"b","a")

און אין שיעט צוויי שרייב דאס

קאוד: וועל אויס אלע

=IF(ISERROR(MATCH(a2,Sheet1!A:A,0)),"c","a")

לויט דעם קאוד וועט אויסקומען A מיינט אז ס'שטייט אין ביידע , B נאר אין שיעט איינס, C נאר אין שיעט צוויי

אויב איר האט סיי וואס פאר א פראגע אויף די קאוד ביטע מיך קאנטאקטן אין אימעיל

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » מיטוואך אפריל 14, 2010 1:33 pm

איך האב א SHEET וואס אין קאלום A איז דא דאטא פון קאטעגאריעס, און אין קאלום B איז א DESCRIPTION פון די קאטעגאריעס.

אין אן אנדערן SHEET האב איך א ליסטע פון פראדוקטן אויף קאלום A און קאטעגאריעס אויף קאלום B, און אין קאלום C וויל איך אריינלייגן די DESCRIPTION פון די קאטעגאריעס וואס געפינט זיך אויפן ערשטן SHEET,

וויאזוי מאך איך דאס?

bobke
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » מיטוואך אפריל 14, 2010 2:26 pm

Use the Vlookup function

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » מיטוואך אפריל 14, 2010 2:48 pm

איך האב דענוצט די VLOOKUP אבער עס געט מיר די לעצטע DESCRIPTION אויף אלע קאטעגאריעס,

איך האב גראדע געזעהן איינעם ארומרעדן פון דעם דא אבער איך האב נישט קיין סאלושען פאר מיר.

לכאורה דארף מען צוזאמשטעלן VLOOKUP מיט נאך א FUNCTION איך ווייס נאר נישט וואס, און וויאזוי,

big pen
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 9:31 pm

תגובהדורך big pen » מיטוואך אפריל 14, 2010 2:54 pm

הרב פלייוואד ביטע לייג ארויף א סעמפל און מיר וועלן פראבירן אייך צו העלפן
אדער קענט איר מיר עס שיקן און אימעיל biggpenn@gmail.com

bobke
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2009 11:13 am

תגובהדורך bobke » מיטוואך אפריל 14, 2010 7:10 pm

did you select approximate match or exact match ?

פלייוואד
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2009 3:46 pm

תגובהדורך פלייוואד » דאנארשטאג אפריל 15, 2010 10:17 am

א גרויסן יישר כח פאר BIG PEN ווואס האט מיר געהאלפן אין אימעיל.

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2274
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:48 am

איך עפן אויף געוויסע עקסעל פיילס, שרייבט זיך אויף אויבן "compatibility mode",

איך קען נאר זעהן וואס דארט דטייט, איך קען גארנישט טוהן, נישט שרייבן, מעקן,

וויאזוי גיב איך מיר א עצה?

וויכטיג!!!!!!!

נעכטן האב איך געהעריג געקענט ארבעטן דערמיט.
"משיח ה' שמו חיים" (אוהחה"ק)

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 1:47 pm

איז שייך צו מאכן אין א עקסעל פייל אז די קאסטומערס וואס האבן א באלאנס זאל אויטאמאטיש ווערן יענע קעסטל למשל די קאליר רויט, און די קאסטומערס וואס האבן קרעדיט זאל אויטאמאטיש ווערן למשל די קאליר גרין?

(איך שטעל דא ארויף א סעמפל)
צוגעלייגטע
sample.xls
(45 KiB) דאונלאודעד 70 מאל

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 3:36 pm

איך האף אז איך האב זיך גוט מסביר געווען.

מיין שאלה איז צו ווען איינער וואס האט איינגעקויפט פאר למשל $200, און ער האט באצאלט $300, און ער וויל אז עס זאל בלייבן קרעדיט, זאל אויטאמאטיש ווערן גרין די טעב ווי עס שטייט אז ער האט קרעדיט $100.

דאס זעלבע ווען איינער האט איינגעקויפט פאר $100 און ער האט באצאלט נאר $50, זאל ווערן רויט זיין באלאנס טעב.

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 3:42 pm

באמבאסטיש האט געשריבן:איך האף אז איך האב זיך גוט מסביר געווען.

מיין שאלה איז צו ווען איינער וואס האט איינגעקויפט פאר למשל $200, און ער האט באצאלט $300, און ער וויל אז עס זאל בלייבן קרעדיט, זאל אויטאמאטיש ווערן גרין די טעב ווי עס שטייט אז ער האט קרעדיט $100.

דאס זעלבע ווען איינער האט איינגעקויפט פאר $100 און ער האט באצאלט נאר $50, זאל ווערן רויט זיין באלאנס טעב.

ניץ קאנדישאנעל פארמאטינג. conditional formating

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 3:58 pm

אפשר קעסטו אביסל מער מסביר זיין וויאזוי מען באנוצט זיך מיט די אפציע וואס דו ברענגסט (פארשטייט זיך נאר וואס איז נוגע לענינינו)

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7772
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 4:05 pm

עס זעט מיר אויס ווי דו ניצט א פריערדיגע עקסעל ווערסיע וואס איך האב נישט, און איך דענק נישט וואו דאס ליגט דארט.

ביי 2010 ליגט עס דא אונטער די האום טעב, זע בילד
conditional formating.JPG

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 4:14 pm

איך פארמאג 2007.

וואו עס ליגט ווייס איך אויך ב"ה, איך פרעג נאר וויאזוי מען באנוצט זיך דערמיט לענינינו.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מיטוואך נובעמבער 24, 2010 10:10 pm

די ערשטע אין די רייע "היילייט סעלס רול'ס" גיי צו מאר רול'ס, און שטעל עס אן אזוי.

פארמעלע.JPG

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2998
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 12:29 pm

איז דא אזא זאך ווי אפצוטיילען איין קאליום און האלב למשל אויב 1 ביז 5 דארף איך א ברייטע שורה און פון 6 און ווייטער דארף איך די זעלבע שורה צוטיילט און צוויי?
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
למעלה משבעים
שר שבעת אלפים
תגובות: 7576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 12:48 pm

דאכט זיך אין עקסעל איז נישטא די אפשען פון ספליטן א סעל, קענסט אפשר פראבירן צו מערדזשען צוויי קאלום'ס, און פון 6 און ווייטער זאל נישט זיין געמערדזשט, איך ווייס נאר נישט ווען די גייסט וועלן סארטן אויב עס וועט נישט ווערן צופארן.... :oops:

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג נובעמבער 25, 2010 3:44 pm

קהת האט געשריבן:איז דא אזא זאך ווי אפצוטיילען איין קאליום און האלב למשל אויב 1 ביז 5 דארף איך א ברייטע שורה און פון 6 און ווייטער דארף איך די זעלבע שורה צוטיילט און צוויי?

זיי בעסער מסביר


צוריק צו “מייקראסאפט עקסעל / עקסעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט