עקסעל: הילף אין עקסעל

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי, thefact

Borough Park
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובהדורך Borough Park » פרייטאג ינואר 25, 2019 12:04 am

shimon7323 האט געשריבן:א ספעיס פארדעם און נאכדעם טריי אויך סזאל שוין זיין ענגליש.
אויך איז עס אויך א עקסטערע ליין פון אידישע ווערטער?

יא עס איז דא אידישע ווערטער
איך בין pro shots

בעסטע
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:42 am

תגובהדורך בעסטע » פרייטאג ינואר 25, 2019 12:17 am

20190125_000618.png
20190125_000618.png (326.69 KiB) געזעהן 416 מאל

20190125_000825.png
20190125_000825.png (279.72 KiB) געזעהן 416 מאל


I will explain a little bit better, and I'll also attach a picture of both sheets so you can see what I mean.
One sheet have a lot of accounts that are being worked on, and there's a few sheets with a lot of accounts separated by category.
The other sheet is basically a dashboard and each column is a full category.
Now I want on the dashboard to show me on each category the highest level there even only on 1 account, and also should update it self what ever way I'm moving the categories up or down.

קאנאדישע קאריספעדאנט
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 1:24 pm

פארשווינדענע אינפארמאציע

תגובהדורך קאנאדישע קאריספעדאנט » מאנטאג ינואר 28, 2019 6:26 pm

א עקסעל פיין מיט טראנזאקציעס, עס איז מיר פלוצים נעלם געווארן א גרויס חלק אינפארמאציע. איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי דאס האט פאסירט, עס פעלט בערך צוויי חדשים דאס מיינט ארבעט, געלט, חובות א. א. וו. אין גארבידש ל"ע
איך האב עס נישט געסעיווט אויף דרייוו אדער סיי ווי.
איינע פון די טייערע אייוועלט חברים זאלן זיך ביטע דערבארימען.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מאנטאג ינואר 28, 2019 7:21 pm

בס"ד

איינער קען אנווייזן ווי צו מאכן א "דאפלטע" טשארט, למשל, 1) סעילס פון א יאר, 2) פער יאר, און אויך 3) פער פראדוקט ליניע, למשל גראסערי, פענטרי, אא"וו.

געטראפן עפעס אינסטראקשענס אויף א "באר" טשארט מיט עקסיס לינקס, און צולייגן א "ליין" מיט עקסיס רעכטס, אבער די טשארט כאפט נישט אויף די סעלס אינפאו. בעסער געזאגט, איך ווייס נישט ווי אויסצושטעלן די סעלס אז די טשארט סיסטעם זאל אויפכאפן די דאפלטע עקסיס ווי עס דארף צו זיין.

גרייט צו צאלן, אויב גוטע שנעל ארבייט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » מאנטאג פאברואר 11, 2019 6:59 pm

זייער וויכטיג!
איך האב געשריבן א גאנצע רשימה מיט נעמן, אבער איך דארף ציטיילן די לעצטער נאמען אין לייגן אין א עקסטערע קאלום, ווי אזוי קען איך עס מאכן???

להודות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מאנטאג פאברואר 11, 2019 7:16 pm

ha ha האט געשריבן:זייער וויכטיג!
איך האב געשריבן א גאנצע רשימה מיט נעמן, אבער איך דארף ציטיילן די לעצטער נאמען אין לייגן אין א עקסטערע קאלום, ווי אזוי קען איך עס מאכן???


=LEFT(A2,FIND(" ",A2,1)-1)
אויב דארפסטו די אנדערע ווארט טויש לעפט צו רייט

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » מאנטאג פאברואר 11, 2019 7:50 pm

להודות האט געשריבן:
ha ha האט געשריבן:זייער וויכטיג!
איך האב געשריבן א גאנצע רשימה מיט נעמן, אבער איך דארף ציטיילן די לעצטער נאמען אין לייגן אין א עקסטערע קאלום, ווי אזוי קען איך עס מאכן???


=LEFT(A2,FIND(" ",A2,1)-1)
אויב דארפסטו די אנדערע ווארט טויש לעפט צו רייט

יישר כוח
ווי לייג איך עס אריין?

געהאפט
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

תגובהדורך געהאפט » מאנטאג פאברואר 11, 2019 8:08 pm

?can i calculate from to sheets

אוועטאר
ירום הודו
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 8:28 pm

תגובהדורך ירום הודו » מאנטאג פאברואר 11, 2019 9:20 pm

געהאפט האט געשריבן:?can i calculate from to sheets


ביטע בעסער ערקלערן די שאלה.
איר מיינט פון TWO SHEETS ?
אויב יא איז די ענטפער אז יא.
למשל אויב איר ווילט זען די טאטאל פון די ערשטע פערציג שורות פון קאלום A פון sheet1 און sheet2, אין א סעל אויף sheet3 דאן לייגט אריין די פאלגענדע פארמולא אין א סעל אין Sheet3:

קאוד: וועל אויס אלע

=SUM(Sheet1!A1:A40)+SUM(Sheet2!A1:A40)
ברוך שחלק מחכמתו ליראיו

להודות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מאנטאג פאברואר 11, 2019 10:13 pm

ha ha האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
ha ha האט געשריבן:זייער וויכטיג!
איך האב געשריבן א גאנצע רשימה מיט נעמן, אבער איך דארף ציטיילן די לעצטער נאמען אין לייגן אין א עקסטערע קאלום, ווי אזוי קען איך עס מאכן???


=LEFT(A2,FIND(" ",A2,1)-1)
אויב דארפסטו די אנדערע ווארט טויש לעפט צו רייט

יישר כוח
ווי לייג איך עס אריין?


דעי פארמאלע קוקט אין A2. טויש די רעפרענס (ביידע A2) צו די סעל ווי דו האסט די נאמען און שלעפ עס אראפ.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג פאברואר 11, 2019 10:52 pm

להודות האט געשריבן:
ha ha האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:
ha ha האט געשריבן:זייער וויכטיג!
איך האב געשריבן א גאנצע רשימה מיט נעמן, אבער איך דארף ציטיילן די לעצטער נאמען אין לייגן אין א עקסטערע קאלום, ווי אזוי קען איך עס מאכן???


=LEFT(A2,FIND(" ",A2,1)-1)
אויב דארפסטו די אנדערע ווארט טויש לעפט צו רייט

יישר כוח
ווי לייג איך עס אריין?


דעי פארמאלע קוקט אין A2. טויש די רעפרענס (ביידע A2) צו די סעל ווי דו האסט די נאמען און שלעפ עס אראפ.

די ריכטיגע פארמולע איז דאס viewtopic.php?p=574422#p574422

דודהמלך
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 5:41 pm

תגובהדורך דודהמלך » מאנטאג פאברואר 11, 2019 11:09 pm

להודות האט געשריבן:
ha ha האט געשריבן:זייער וויכטיג!
איך האב געשריבן א גאנצע רשימה מיט נעמן, אבער איך דארף ציטיילן די לעצטער נאמען אין לייגן אין א עקסטערע קאלום, ווי אזוי קען איך עס מאכן???


=LEFT(A2,FIND(" ",A2,1)-1)
אויב דארפסטו די אנדערע ווארט טויש לעפט צו רייט


Which formula is this?

להודות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:01 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:די ריכטיגע פארמולע איז דאס viewtopic.php?p=574422#p574422


וואסי שייך ריכטיג צו נישט? ס'טוט די דזשאב און פערטיג.
אפשר אויב ס'איז דא 3 ווערטער אין איין סעל וועט זיין א פראבלעם - נישט טעסטעד.

איך האב נישט געשריבן די קאוד נאר געמאכט א שנעלע סערטש צו העלפן א איד, סאו איך נעם עס בכלל נישט פערזענליך :)

להודות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:04 pm

דודהמלך האט געשריבן:Which formula is this?


A combination of Find and Left/Right. I found it online and only tested if it works. I didn't check how.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג פאברואר 12, 2019 2:35 pm

להודות האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:די ריכטיגע פארמולע איז דאס viewtopic.php?p=574422#p574422


וואסי שייך ריכטיג צו נישט? ס'טוט די דזשאב און פערטיג.
אפשר אויב ס'איז דא 3 ווערטער אין איין סעל וועט זיין א פראבלעם - נישט טעסטעד.

איך האב נישט געשריבן די קאוד נאר געמאכט א שנעלע סערטש צו העלפן א איד, סאו איך נעם עס בכלל נישט פערזענליך :)

אוודאי אזוי, דיין פארמולע איז נאר פאר די ערשטע ווארט אינעם סעל, וואס דאס מיינט אז אויב די לעצטע נאמען שטייט אלץ די לעצטע ווארט וועט עס נישט ארבייטן.

און דיין חשבון אז ס'גייט ארבייטן ביים טוישן צו רעכט איז א טעות. קוק איבער וואס די פארמולע טוט וועסטו פארשטיין פארוואס.

--
כ'גיי דיר מסביר זיין, אבער יתכן כ'בין כבד פה...

די פארמולע רעכט/לינק גיבט דיר ארויס די מספר פון אותיות פון דעם ספעציפישן סעל, געוואנדן וויפיל אותיות די זאגסט אים.
די פארמולע פיינד גיבט דיר די וויפילטע קערעקטער דאס וואס די זיכסט איז.

יעצט אין דעם פאל ווילסטו דאך זיכן דעם ספעיס, זאגט ער דיר די וויפילטע קערעקטער די ספעיס איז, רעכנסטו אראפ איין דהיינו די עצם ספעיס, און אזויפיל קערעקטער'ס דארפסטו האבן פןו אנפאנג כדי צו באקומען דעם ערשטן ווארט פון לינק'ס.

משא"כ ווען די לייגסט רעכט'ס, גייט ער דאך ווידער זיכן דעם ערשטן ספעיס אנגעהויבן פון לינק'ס, דאס מיינט אז אויב די ערשטע ווארט גייט זיין 10 קערעקטער'ס, און די לעצטע נאר 5, גייסטו באקומען פון רעכטס ביז 10 קערעקטערס.

כ'האף די פארשטייסט.

להודות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » דינסטאג פאברואר 12, 2019 8:19 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
להודות האט געשריבן:אפשר אויב ס'איז דא 3 ווערטער אין איין סעל וועט זיין א פראבלעם - נישט טעסטעד.

אוודאי אזוי, דיין פארמולע איז נאר פאר די ערשטע ווארט אינעם סעל, וואס דאס מיינט אז אויב די לעצטע נאמען שטייט אלץ די לעצטע ווארט וועט עס נישט ארבייטן.

און דיין חשבון אז ס'גייט ארבייטן ביים טוישן צו רעכט איז א טעות. קוק איבער וואס די פארמולע טוט וועסטו פארשטיין פארוואס.


פאר איך האב עס ארויף געברענגט האב איך געטעסטעד רייט און לעפט. ס'ארבעט.
פאר די מיטעלסטע ווארט פון 3 ווערטער איז מיר נישט איינגעפאלן צו טעסטען.
עכ"פ פאר 2 איז עס גוט.

נ.ב. שכויעח עניוועי פאר'ן מסביר זיין די פארמאלאס וואס איך וועל אי"ה ליינען ביי א צווייטע געלעגענהייט.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג פאברואר 12, 2019 9:34 pm

נעם לדוגמא די נאמען "אברהם צין", שטימט נאך אלץ?

להודות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » דינסטאג פאברואר 12, 2019 10:26 pm

:-(

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9290
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג פאברואר 12, 2019 11:01 pm

גראדע אויב נאר פאר צוויי ווערטער איז דא אן אנדערע וועג.

די ערשטע ווארט

קאוד: וועל אויס אלע

=LEFT(A2, FIND(" ",A2,1))


די צווייטע ווארט

קאוד: וועל אויס אלע

=RIGHT(A2,LEN(A2)-FIND(" ",A2,1))


אז מען רעדט שוין דערפון, לאמיר דא אריינקלעבן (לזכרון) וואס כ'האב אמאל געשריבן פאר איינעם מסביר צו זיין וואס די פארמולע צו באקומען נאר די לעצטע נאמען (אין פריערדיגן לינק) טוט:


לאמיר עס מאכן אין קורצן, כ'ווייס כ'בין א כבד פה צו קענען מסביר זיין, אבער כ'וועל דאך פראבירן, דא האסטו יענע פארמולע גראד.

קאוד: וועל אויס אלע

=RIGHT(A1,LEN(A1)-FIND("*",SUBSTITUTE(A1," ","*",LEN(A1)-LEN(SUBSTITUTE(A1," ","")))))


לאמיר גיין מיט א דוגמא, לאמיר זאגן דיין נאמען איז אשר זעליג פארקאש, די סכום אותיות פון דעם נאמען [מיט די ספעיסעס] איז 16.

יעצט אויב דארפסטו נאר די לעצטע נאמען איז דאס 6 אותיות.

לאמיר קודם צונעמען די פארמולע'ס וואס זיי טון, דערנאך וועסטו אליין שוין פארשטיין וואס דא פאסירט.

די פארמולע RIGHT גייט דיר ארויסגעבן די אותיות וואס שטייט אינעם אנגעגעבענעם סעל, אבער נאר לויט וויפיל אותיות די זאגסט אים, צב"ש אין אונזער פאל צו ארויסגעבן נאר דיין לעצטע נאמען, וואלט עס געדארפט שטיין אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

=RIGHT(A1,6)


די פארמולע LEN גיבט דיר א נאמבער וויפיל אותיות עס באשטייט דעם אנגעגעבענעם סעל [מיט די ספעיסעס], דאס מיינט און אונזער פאל [16] צו וויסן וופיל עס באשטייט דיין נאמען דארף מען שרייבן אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

=LEN(A1)


נעקסט איז די FIND פארמולע דאס גיבט דיר צוריק די נאמבער פון די פאזישן פון די אות אינעם סעל, דהיינו די וויפילטע אות איז דאס אינעם סעל, לדוגמא אז ער זאל דיר ארויסגעבן אז די אות ז וואס איז די 5'טע אות דארף מען שרייבן אזוי.

קאוד: וועל אויס אלע

=FIND("ז",A1)


נעקסט איז די SUBSTITUTE פארמולע, דאס איז פשוטו כמשמעו ער טוישט אויף איין אות צו אן אנדערע, אבער ער האט א אפשן צו אנשטעלן די וויפילטע מאל זאל ער עס טוישן, לדוגמא אין אונזער פאל איז דא צוויי ספעיסעס, ווען איך ווייס דאס קען איך שרייבן אזוי די פארמולע.

קאוד: וועל אויס אלע

=SUBSTITUTE(A1," ","*",2)


דאס הייסט ער זיכט פאר ספעיסעס אין דיין נאמען, און טוישט עס פאר *'ס אבער נישט אלע ספעיסעס, נאר די 2'טע ספעיס זאל ער טוישן.

איז יעצט אז מיר ווייסן שוין דאס לאמיר פראבירן זען וואס די אויבנדערמאנטע פארמעלע טוט.

צו מאכן אביסל גרינגער דעם דוגמא, טויש דיין נאמען אין A1 צו אשר זעליג*פארקאש, ס'איז די זעלבע סכום אותיות נאר געטוישט די לעצטע ספעיס פאר א * און לייג די פארמולע.

קאוד: וועל אויס אלע

=RIGHT(A1,LEN(A1)-FIND("*",A1))


ער גייט אזוי, ער גייט דיר געבן די אותיות רעכטסט פון דיין נאמען, וויפיל? גייט ער קוקט וויפיל אותיות איז דא אין דיין נאמען [16] מיינוס די נאמבער די וויפילטע אות די * איז [דאס טוט דאך די פיינד, ער געבט א נאמבער פון די פאזישן פונעם *], היות די * איז די 10'טע אות, רעכנט ער 16-10 סך הכל איז 6 אותיות וואס ער דארף ארויסגעבן אנגעהויבן פון רעכטס, דאס קומט אויס צו "פארקאש".

פיין דאס איז ווען איך האב א * אנשטאט א ספעיס פאר די לעצטע נאמען, וואס איז אויב כ'האב נישט, לייגט מען עס צו מיט די פארמולע.

קאוד: וועל אויס אלע

=SUBSTITUTE(A1," ","*",LEN(A1)-LEN(SUBSTITUTE(A1," ","")))


וואס ער טוט איז אזוי, די פארמולע האט אין זיך 4 חלקים.

1. די ערשטע זאך זאגסטו אים וועלכע סעל צו זיכן.

2. זאגסטו אים וואס ער זאל זיכן.

3. זאגסטו אים מיט וואס ער זאל עס טוישן.

4. זאגסטו אים אז ער זאל נישט טוישן אלעס וואס ער טרעפט נאר לויט די סכום וואס די שרייבסט.

קומט יעצט אויס אזוי, אונז ווילן דאך טרעפן די לעצטע ספעיס, און יענץ טוישן צו א *, נו, דארף מען דאך וויסן וויפיל ספעיסעס איז פארהאן אין יענעם'ס נאמען, ווייל אויב איז דא 3 ספעיסעס דארף ער נאר טוישן די 3'טע, דאס מיינט אין אנדערע ווערטער אז ווען איך האב א פארמולע וואס גיבט מיר די נאמבער פון ספעיסעס, דאס איז די ריכטיגע ספעיס נאמבער צו טוישן אין די נאמען, דהיינו 3 ספעיסיס, דאן די 3'טע ספעיס צו טוישן. [כ'האף פארשטייסט וואס איך שרייב, כ'האב עפעס נישט די שפראך עס מסביר צו זיין, אדער אפשר ליין ווייטער וועסטו בעסער כאפן וואס איך זאג]

דאס צו טרעפן איז זייער פשוט, מען רעכנט אויס וויפיל אותיות באשטייט דיין נאמען מיט די ספעיסעס [16], און מען רעכנט אראפ וויפיל אותיות עס באשטייט דיין נאמען אן די ספעיסעס [14] [16-14=2], און דאס איז די ספעיס נאמבער וואס דארף ווערן געטוישט צו א *, יעצט דאס איז די פארמולע דאס אויסצורעכענען.

קאוד: וועל אויס אלע

=LEN(A1)-LEN(SUBSTITUTE(A1," ",""))


יעצט האמיר שוין די גאנצע זאך, און לאמיר שנעל געבן א לויף איבער די גאנצע פארמולע

קאוד: וועל אויס אלע

=RIGHT(A1,LEN(A1)-FIND("*",SUBSTITUTE(A1," ","*",LEN(A1)-LEN(SUBSTITUTE(A1," ","")))))


אין אידיש: נעם רעכטס פון A1, סכום אותיות צו לייגן רעכן אזוי, די סכום אותיות אין דיין נאמען [16], מיינוס די פאזישען נאמבער פונעם * ווען איך טויש אויף די ספעיסעס פון דיין נאמען צו סטאר'ס, אבער נאר לויטן חשבון פון די סכום אותיות פון דיין נאמען מיינוס די סכום אותיות פון דיין נאמען אן די ספעיסעס [דהיינו די לעצטע ספעיס] [10] [16-10=6].

כ'האף איך בין גענוג קלאר... שלח

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג פאברואר 12, 2019 11:23 pm

זייער שיין און קלאר.
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...

להודות
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 5:02 pm

תגובהדורך להודות » מיטוואך פאברואר 13, 2019 7:07 pm

זייער קלאר.
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'ווייס כ'בין א כבד פה צו קענען מסביר זיין

אויב האסטו עפעס נישט גוט מסביר געווען איז עס דעי סענטענס.
סטאפ איט!


צוריק צו “מייקראסאפט עקסעל / עקסעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט