לימוד חסידות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג ינואר 29, 2019 3:10 pm

מחאה האט געשריבן:בד"וו איך האב אמאל געטראפן הגה"ח ר' אלימלך פלאהר שליט"א לערנען ליקוטי אמרים ניטל נאכט באוצר הספרים שע"י כולל זכרון מנחם, האב איך אים געפרעגט אויב ער האלט נישט ניטל, האט ער מיר גענטפערט אז חסידות מעג מען...

אן אלטע שמועס.
באקאנט אז אזוי האט מען געהאלטן אין ליובאוויטש, ומטו משמי' דחד מאדמורי חב"ד: "א חסיד איז ער זיכער ניט געווען". אבער אנדערע האבן אנדערש געהאלטן און זיך נוהג געווען נישט עוסק צו זיין בחסידות ומוסר אין ניטל.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג ינואר 29, 2019 3:25 pm

איך האב נישט ארויס די כונה פון די מעשה, וואס איז אויב די מעשה מיט ר"ר זושא איז נישט אמת? און יעצט אז ס'איז יא אמת וואס איז?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6184
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג ינואר 29, 2019 5:01 pm

שיין צו זעהן אז דער חבד'סקער רבי (וואס כידוע האבן זיי די גרעסטע בית היוצר פון מעשיות ביז די פרטי פרטים) איז גאר דער מקור אז מ'דארף מדייק זיין ביי סיפורים...
דביה תחדי נפשא

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » דינסטאג ינואר 29, 2019 7:10 pm

חב"ד האט ממש דער גרעסטע בית היוצר? די אלע מעשה ביכלאך און תולדותין פון אלע רביס און ראשי ישיבות איז אלץ אמת לאמיתו?- דו מי א פייווער.
סרוסקי ביכלאך אמת גערעכט? מנחם גרליץ ספרים אמת יא? די רשימה ענדיקט זיך ניט פון וויפל באבע מעשיות איז פאראן.

איז דא אין ליובאוייטש מענטשן וואס פאנטאזירן מעשיות? יא, ווי אנדערע פלעצער אויך
איז דא אסאך אמתע מעשיות- אויכעט יא.

און וואס פונקט האט עס מיט דעם רבין. דער רבי האט זייער זייער מדייק געווען אין די סיפורים וואס ער האט דערציילט.

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג ינואר 29, 2019 8:17 pm

חמרא טבא האט געשריבן:שיין צו זעהן אז דער חבד'סקער רבי (וואס כידוע האבן זיי די גרעסטע בית היוצר פון מעשיות ביז די פרטי פרטים) איז גאר דער מקור אז מ'דארף מדייק זיין ביי סיפורים...

גוט...

אבער 'זאגארניש' ברענגט אויף א נקודה למחשבה, כמדומני אז דער לעצטער רבי אין חב"ד האט געהאט אן אנדערע הנהגה בנוגע סיפורי מעשיות, כלל נישט דומה צום שווער און צום זיידן.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ששת אלפים
תגובות: 6184
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג ינואר 29, 2019 8:22 pm

מ׳רעדט נישט פון חסידים וואס באקן וד״ל וע״ע בסיפורי מעשיות מהרבי ריי״צ המכונה זכרונות פון ליבאוויטשער רעבין ודוק

קען זיין ערט געהאט אן אנדערע הנהגה אבער וואס זיין שווער האט פארציילט איז געווען קדוש
דביה תחדי נפשא

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך ינואר 30, 2019 9:12 am

איך בין ניט אינטרעסירט אריינפארן אין א וויכוח וועגען די מעשיות פון רבי ריי"צ.

אבער דיין טענה איז ממש שלא מן הענין.

ווען איינער דערציילט מעשיות און מען זעט אז עס איז ניט אמת, קאן ער ניט זאגן אנדערע אז מען דארף זיכער מאכן אז מעשיות איז אמת.

אבער אז איינער איז א חסיד אדוק ברבו און גלייבט אז אלץ וואס זיין רבי זאגט איז קדוש.דאס איז ווייל ער איז א חסיד מיט א רבי,
וואס האט עס מיט זאגן איינער ווען ער ליינט זיין מעשיות אז עס איז פאראן שאלות אין די מעשה און מען דארף זען צו שרייבען ריכטיג?

דער רבי האט כמעט ניט דערציילט מעשיות, די טויזענטע שעות וואס דער רבי האט גערעט איז פול מיט דברי תורה אדער עניני השעה וואס געהאלט וויכטיג רעדען וועגען דעם.


(ידיעות שונות וועמען מיינסטו ביים זיידען? דער רבי רש"ב? דער רבי רש"ב פלעגט רעדן חסידות יעדער וואך און פון עם גרויסע "המשכים" חסידות
פארברענגען האט ער נאר דריי מאל א יאר און דאן רעדען דברי התעווררות און אויך מעשיות-
אבער ניטא אסאך מעשיות - נאר צוויי ספרים פון אלע יארן צוזאמן פון פארברענגענס
נאר פון רבי ריי"צ איז דא א רבוי סיפורים)

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך ינואר 30, 2019 1:42 pm

zugurnish האט געשריבן:דער רבי האט כמעט ניט דערציילט מעשיות, די טויזענטע שעות וואס דער רבי האט גערעט איז פול מיט דברי תורה אדער עניני השעה וואס געהאלט וויכטיג רעדען וועגען דעם.

נכון, ווי שוין געשריבן אויבן, און דאס צייגט זייער אסאך

zugurnish האט געשריבן:(ידיעות שונות וועמען מיינסטו ביים זיידען? דער רבי רש"ב? דער רבי רש"ב פלעגט רעדן חסידות יעדער וואך און פון עם גרויסע "המשכים" חסידות
פארברענגען האט ער נאר דריי מאל א יאר און דאן רעדען דברי התעווררות און אויך מעשיות-
אבער ניטא אסאך מעשיות - נאר צוויי ספרים פון אלע יארן צוזאמן פון פארברענגענס
נאר פון רבי ריי"צ איז דא א רבוי סיפורים)

רוב מעשיות בנוגע גזע חב"ד האט דער ריי"ץ געהערט פון טאטן הרש"ב

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך ינואר 30, 2019 2:17 pm

איך בין ניט זיכער איהר זייט גערעכט.

ער האט געהערט פון דער באבע רבצין רבקה דער ווייב פון רבי מהר"ש,
פון פעטער דער רז"א דער עלטערע ברודער פון רבי רש"ב,
געהערט פון מלמדים און עלטערע חסידים וואס האבן געדרייט אין שטאט ליובאוויטש.

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג פאברואר 04, 2019 1:34 pm

מחאה האט געשריבן:בד"וו איך האב אמאל געטראפן הגה"ח ר' אלימלך פלאהר שליט"א לערנען ליקוטי אמרים ניטל נאכט באוצר הספרים שע"י כולל זכרון מנחם, האב איך אים געפרעגט אויב ער האלט נישט ניטל, האט ער מיר גענטפערט אז חסידות מעג מען...


דער מקור אויף דעם איז ר' יעקב שארר זצ"ל וואס האט פארציילט אז ער האט געזעהן דער רב ז"ל (=המלאך) לערנען חסידות אין ניטל, און ער האט איהם מעורר געווען אז עס איז יעצט ניטל האט דער רב ז"ל געענטפערט: חב"ד איז ריין אמונה קען ער נישט האבן קיין יניקה, און דער רב האט צוגעלייגט אז מען ווייסט ניט שאדט ניט (ואין צריך להזכיר את הלומד).

מחאה
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:10 pm

רב טקסט האט געשריבן:און דער רב האט צוגעלייגט אז מען ווייסט ניט שאדט ניט (ואין צריך להזכיר את הלומד).

דאס האט ער צוגעלייגט בכלל איבער לערנען אפי' גמ' וכדו'?
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

רב טקסט
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2009 1:34 pm
לאקאציע: כעת פה אייוועלט.קאם

תגובהדורך רב טקסט » מאנטאג פאברואר 04, 2019 2:20 pm

יא

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » מיטוואך פאברואר 27, 2019 1:27 pm

zugurnish האט געשריבן:המשך

איך האב געברענגט פריערדיקע דף ווי דער רבי שרייבט צו הרב זוין אז דער מעשה ווי ער שרייבט עס אז ר' זוסיא האט געהייסן גראבען אין קבר פון טאטע,
איז שווערלעך אננעמען מסתמה שרייבט דער רבי האט ער געהייסן גראבען ארום דעם קבר, ניט ממש אינעווייניק.

איך האב טאקע געפונען אין ספר שבחי צדיקים וואס איז געדרוקט געווארען אין וורשה אין תרמ"ד אז ער ברענגט דער מעשה און שרייבט טאקע אז ר' זוסיא האט געהייסן זוכן
"סביב לקבר אביו עד הדופן"

זע דא
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=27

מחאה
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:17 pm

איך פלעג נישט ליב האבן קיין ספרי חסידות, מחמת כמה סיבות וא' מהם איז ווייל כמה פעמים האב איך נישט פארשטאנען, און ווען יא האט ער גערעדט פון התקשרות לצדיקים וואס איך האב זיי נישט געטראפן, ביז איך האב אנגעטראפן מורי ורבי, א דורכגעווייקטע חסידישער איד ובפרט בחסידות חב"ד (נישט ליובאוויטש נאר חב"ד וד"ל) און ער האט מיט מיר געלערנט ספה"ק ליקוטי אמרים, און ער האט מיר מסביר געווען אז כדי צי שפירן א טעם אין חסידות דארף מען לערנען חסידות, און נישט בלויז קוקן חסידישע ספרים, און אזוי אויך האט ער מיר גע'עצה'ט צי לערנען ספרי חסידות וואס גייען נישט לפי סדר הפרשיות נאר לפי ענינים ווי שער התפלה, סידורו של שבת, יושר דברי אמת, דרך פיקודך, דרך מצוותך, ועוד, און גראדע אין חב"ד זענען פארהאן פיל פון די ספרים, און אזוי האב איך ב"ה באקומען א טעם אין חסידות בכלל, און אין חב"ד בפרט, אפילו די וואס גייען לפי סדר הפרשיות...
פ"וו שרייב איך דאס? וויל איך האלט אז 'לימוד' חסידות א זמן מסוים יעדן טאג, איז מורא'דיג וויכטיג, און ברענגט אריין א ליכטיגקייט אין אידישקייט און העלפט ברעכן די יצר, און אפשר איז א גוטע זאך מייעץ צו זייןן פאר די צעירים צו לערנען ספרים וואס גייען לפי הענינים, וואס דורך דעם וועלן זיי באקומען א טעם אין חסידות
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 4:26 pm

מו''ר הוא איש מפורסם?
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 8:26 pm

מחאה האט געשריבן: דרך פיקודך, דרך מצוותך, ועוד


בילדותי האבן מיר די צוויי ספרים אויפגעוועקט, בנוסף צום בני יששכר און... ישמח משה (הגם ע"פ פשטות קוקט עס נישט אויס אזוי, אבער ס'איז א חסידי'ש ספר אין א קורץ לשון).

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:37 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
מחאה האט געשריבן: דרך פיקודך, דרך מצוותך, ועוד


ישמח משה (הגם ע"פ פשטות קוקט עס נישט אויס אזוי, אבער ס'איז א חסידי'ש ספר אין א קורץ לשון).


ישמח משה איז זייער א שטארקע חסידישע ספר, חוץ דעם איז דא דארט שיינע דרושים אויך, אבער עס האט געוואלדיגע חסידישע טיפע בחינות, (חוץ דעם וואס די ספר איז פיל מיט שטיקער תניא)

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:25 pm

ר' שמעון שפיטצער שליט"א: איך והיכן ללמוד מהו חסידות
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=89142
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:32 pm

שמאטע האט געשריבן:ר' שמעון שפיטצער שליט"א: איך והיכן ללמוד מהו חסידות
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=89142


איך האב נאר זיין טעלעפאן ליין 7186868300 ווי קען מען עס דארט הערן?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:57 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
מחאה האט געשריבן: דרך פיקודך, דרך מצוותך, ועוד


ישמח משה (הגם ע"פ פשטות קוקט עס נישט אויס אזוי, אבער ס'איז א חסידי'ש ספר אין א קורץ לשון).


ישמח משה איז זייער א שטארקע חסידישע ספר, חוץ דעם איז דא דארט שיינע דרושים אויך, אבער עס האט געוואלדיגע חסידישע טיפע בחינות, (חוץ דעם וואס די ספר איז פיל מיט שטיקער תניא)


דער ישמח משה ציטירט דעם בעל התניא עטליכע מאל בספרו הק', זעה אין פרשיות: ויצא, בשלח, כי תשא, אחרי, דברים ועוד

מחאה
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 2:31 pm

סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:מו''ר הוא איש מפורסם?

ניין! ער איז א ערליכער אויסגעבויעטער איד וואס האט געהארעוועט אויף זיך בכל כחותיו, ועברו עליו הרבה קושיים בגשמיות ומ"מ עבד את קונו בשמחה ובטוב לבב... ודי בזה
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

אביונה
שר חמש מאות
תגובות: 644
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 2:38 pm

מחאה האט געשריבן:
סאטמארע ווארטזאגער האט געשריבן:מו''ר הוא איש מפורסם?

ניין! ער איז א ערליכער אויסגעבויעטער איד וואס האט געהארעוועט אויף זיך בכל כחותיו, ועברו עליו הרבה קושיים בגשמיות ומ"מ עבד את קונו בשמחה ובטוב לבב... ודי בזה

פון וועלכע שטאט מעג מען מגלה זיין?
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 773
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 3:43 pm

ס'איז דאך א קלארער שו"ע פונעם אלטע רבי אליין בהלכות תלמוד תורה, סוף סעי' א': "וחכמת הקבלה תחשב בכלל שליש בתלמוד"
IMG-20190919-WA0005.jpg
IMG-20190919-WA0005.jpg (179.35 KiB) געזעהן 863 מאל


און אויך סוף סעי' ט'
IMG-20190919-WA0006.jpg
IMG-20190919-WA0006.jpg (168.02 KiB) געזעהן 863 מאל


ובהקדמת המלקט בספר התניא
IMG-20190919-WA0007~2.jpg
IMG-20190919-WA0007~2.jpg (175.78 KiB) געזעהן 863 מאל


איז דאך קלאר אז ספרי מוסר ויראה איז נכלל במצות לימוד תורה
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

שמחהלע
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 12:50 pm

תגובהדורך שמחהלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 19, 2019 7:06 pm

שמאטע האט געשריבן:ר' שמעון שפיטצער שליט"א: איך והיכן ללמוד מהו חסידות
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=89142

הרה"ג ר' שמעון שליטא געט יעדן טאג א הערליכען שיעור אין חסידות מיט א מוראדיגע קלארקייט, מקען עס זעהן/הערן אויף TorahAnytime.

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » פרייטאג סעפטעמבער 20, 2019 3:13 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
שמאטע האט געשריבן:ר' שמעון שפיטצער שליט"א: איך והיכן ללמוד מהו חסידות
https://www.torahanytime.com/#/lectures?v=89142


איך האב נאר זיין טעלעפאן ליין 7186868300 ווי קען מען עס דארט הערן?

זעהט אויס אז אויף זיין ליין איז נאכנישט מסודר די "עניני חסידות" סעקשאן.

קענסט עס דערווייל הערן אויף ד "תורה צו יעדע צייט" פאון ליין.
אויף 718-298-2077
דריק נאמבער 9
דערנאך לייג אריין די 'שיעור איי.די. 89142" און "#"
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט