לימוד חסידות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

שטעכעלע
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2009 10:14 pm

לימוד חסידות

תגובהדורך שטעכעלע » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:53 pm

כ'וואלט הערען דעת אחרים.. צו לימוד חסידות ומוסר איז מען מקיים מצות לימוד התורה ??
און אוב יא קען מען חסידסען א גאנצען טאג ??
עס איז מיר א מבוכה אוןדעם ענין
איך ווייס אז און חבד- לערנט מען דריי שעה חסידות.. טעגליך..
דעם הייליגען חזון איש (היינט די יארצייט ) האט עס זייער נישט געפאלען.. נאר ער האט זיך נישט געזיכט צו איינרייסען מיט זיי .......
הכלל....

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 6:43 am

דער הייליגער ראפשיצער רב זי"ע וועלכער איז אויכעט געווען א חסיד'ישער רבי שרייבט בלש"ק אין זרע קודש פ' תרומה: "עיקר החסידות ללמוד תורה בהתמדה", (עי"ש בדבה"ק.

עס זענען געווען אסאך מהלכים, למשל אין זידיטשוב קאמארנא (וכן דעת הגה"ק ממונקאטש) האט מען געהאלטן פון לערנען קבלה, אפילו נאך בעפארן 'מלא כריסו'.

אבער אין צאנז - סיגוט איז געווען די מהלך פון "לימוד התורה" כפשוטו, ווי עס איז ידוע לשון קדשו פון צאנזער רב זי"ע (שו"ת דברי חיים ח"ב יו"ד סי' מ"ז): "הלא זה חיינו לעסוק כל היום בגופי תורה והלכות ופלפול ולהשיב לשואלי דבר ואין אנו עוסקים בחכמת הקבלה מתוה"ק רק בשעה שבני אדם על מטתם ואנחנו מנדדים שינה אבל עיקר עסקינו בש"ס ופוסקים... שעוסקים בתורה יומם ולילה בגופי ופשטי הלכות בש"ס ושו"ע וספרי מוסר... עוסקים בתורה ש"ס ופוסקים להבין היטב ומייגעים על חי' מהרש"א ז"ל או מג"א להבין כראוי... מחמת ששמעתי מבני בליעל מאונגארין שמוציאים דיבה על מדינות פולין שאין עוסקים בפשטי התורה ובפרט החסידים לכן באהבתי אליו הודעתיו שלא יאמין לשפתי שוא כי לחסידים חביבים פשטי התורה עד למאוד ובפרט מי שזכהו ה' בחכמת האמת יודע מעלות פשטי התורה ושכל דברי הש"ס בנוי על סודות התורה כידוע לי"ח..."

אויף דעם סנגון איז אויך געווען בבית סיגוט ווי מען האט עוסק געווען בפשטות התורה און זיך ממית געווען באהלה של תורה, אינעם בריוו פונעם ישמח משה זי"ע צו בנו הגה"ק ר' אלעזר ניסן זי"ע דערמאנט ער אים כמה פעמים ער זאל זיך ממית זיין באהלה של תורה, "למען השי"ת תראה לקבוע שיעורין דאורייתא לגירסא בגמרא ותוס' והרא"ש עם חידושי זקנינו מהרש"א ז"ל ולחזור כמ"פ, וכן שיעור פוסק ללמוד ולחזור כמ"פ, ושיעור מקרא דהיינו תורה עם פרש"י ונביאים או כתיים סי' א' או ב' סימנים, ושעה אחת ביום לעיין היטב ביגיעה רבה עם כל עשתונותיך ומחשבותיך ורעיוניך", וכדו' ער דערמאנט אים אויך אז ער זאל זיך מרגיל זיין בעת הפנאי "קצת באיזה ספר מוסר בכל יום", ער דערמאנט אבער נישט ער זאל זיך קובע זיין א זמן אויף ספרי חסידות.

אזוי אויך די רביים מ'סאטמאר בעל דברי יואל ובעל ברך משה זי"ע פלעגן שטענדיג ביי די "פתיחה דרשות" דערמאנען די עיקר וועגן לימוד התורה, און זיך מייגע זיין על דברי חכמינו ז"ל ודברי הראשונים, און פלעגן אויך אזוי אין די זייט דערמאנען דעם חיוב פון לערנען ספרי מוסר וספרי חסידות, (און דער ברך משה ז"ל פלעגט בימיו זאגן מען זאל לערנען די ספרים פונעם פעטער).

עס איז אבער געווען מקומות ווי למשל אין חב"ד (ווי אויבנדערמאנט) ווי מען האט יא "עוסק" געווען אין געהויבענע זאכן, און מען זעהט די שיחות פון די אדמור"י חב"ד איז געווען געבויעט אויף געהויבענע מאמרים און טיפע יסודות. דער שרייבער פון די שורות איז געווען אייניגע יאר צוריק אין קראון הייטס (כתר גבוה...) געציילטע טעג נאך יו"ט סוכות, ווען עס איז געווען א געוואלדיגער גרויסער ציבור וועלכע זענען געקומען צו פארן, און פארנאכט'ס בעפאר מנחה איז די היכל הביהמ"ד (תש"ע-770) געווען געפאקט מיט לומדים, האבן מיר דאן ארומשפאצירט צווישן די טישן קוקן וואס דער עולם לערנט, די מציאות איז געווען אז אפשר 1 פראצענט פון די לערנער'ס האבן געהאט א גמ' אדער א שו"ע, 'אלע' אנדערע האבן געלערנט אדער ס' התניא אדער שיחות הרבי. ואידך פירושא זיל גמור.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 9:39 am

ב''ה
ראה בזה בספה''ק נפש -החיים להגר''ח מוולאזין .יש כאן קצת עירוב דברים ..
קבלה וספרי יראה הם שני דברים ..
וספרי חסידות הם מחולקים יש מהם ספרי יראה ויש מהם מחשבה ויש מהם קבלה .
ממילא הם לא נכנסים לסוג אחד .
אך מטרת כולם היא איך לראות שפלות האדם וגדלות השי''ת ולעבדו בלבב שלם
וליחדו במחשבה דיבור ומעשה בפועל ממש .

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 10:08 am

badatz האט געשריבן:ב''ה
ראה בזה בספה''ק נפש -החיים להגר''ח מוולאזין .יש כאן קצת עירוב דברים ..
קבלה וספרי יראה הם שני דברים ..
וספרי חסידות הם מחולקים יש מהם ספרי יראה ויש מהם מחשבה ויש מהם קבלה .
ממילא הם לא נכנסים לסוג אחד .
אך מטרת כולם היא איך לראות שפלות האדם וגדלות השי''ת ולעבדו בלבב שלם
וליחדו במחשבה דיבור ומעשה בפועל ממש .


יתכן שהם כן נכנסים בגדר אחד: כי כשלומדים ספרי חסידות - הן ספרי יראה הן ספרי מחשבה והן קבלה, רואים שיש למעלה ממנו, ואם חיים במחשבה ובהשקפה זו, אז ממילא רוצים להגיע ליותר ולעלות מעלה מעלה בתורה וביראה - ואז אפשר להתחיל לעבוד את ה' באמת ולא לחקור רק להיות תמים עם ה' - התהלך עמו בתמימות!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 1:25 pm

הלא ידוע כי ספרי חסידות בנוים על ספרי קבלה, כל היסודות מספרי חסידות כגון נועם אלימלך, מאור ושמש, מאור עינים, בני יששכר וכדו' (הגם שלא נראה לעינים בכל מקום) אבל כולם ממקור אחד יהלכון מדברי האריז"ל וגדולי המקובלים.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 1:27 pm

דאכט זיך אז אין תורת א' להגה"צ מ'שאפראן שרייבט ער אין איינע פון די מכתבים אז חסידות איז ווי א צוקערל, אביסל איז גוט, צופיל טויג נישט.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 2:43 pm

ליידער מוז מען אנמערקן מיט ווייטאג איבער געוויסע מקומות ווי מען לערנט תיכף חסידות, נאך פאר מען ווייסט פשוט'ע אידישקייט א' ב' יסודות.
און דאס זעלביגע טוט מען מיט בעלי תשובה, ווי מען איז זיי מסביר טיפע קבלה יסודות נאך פארן פשטות.

שוטה
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 12:30 am

מצות 'לימוד' התורה [לאפוקי פון מצות ידיעת התורה - עיין הלכות ת"ת] פארוואס דען נישט?
וואס איז לימוד חסידות ערגער ווי יעדע שטיקעל תורה, בפרט עפ"י הביאור הידוע אין פרק ה' פון ספר התניא וואס איז דען א חילוק צו ער פארשטייט אז אויב ראובן וועט זאגען כך וכך און שמעון כך וכך איז דער רצון ה' כך וכך אדער ער פארשטייט א אנדערע חלק פונעם רצון ה', ואדרבא איפכא מסתברא ואכמ"ל.

נאר וואס דען ס'קען זיין אפשר ביטול תורה מצד הווארט הידוע [אפשר פון ר' חיים] אז ביטול תורה באיכות [יגיעה וכו'] איז אויך ביטול תורה, ולפי זכרוני ברענגען זיי צו דעם א ראיה פון די גמ' מגילה מבטלין ת"ת לשמוע מקרא מגילה דלכאורה תקשי מגילה איז דאך אויך תורה אלא מאי כנ"ל.

אגב [לגבי דעם וואס לפי דבריך איז דעם חזון איש נישט געפאלען די דריי שעה חסידות] דער סדר האט שוין דער רש"ב נ"ע איינגעפירט, ודי בזה.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 9:53 am

געהערט פון א יוד וואס דרייט זיך ביי די מלאכים (חב"ד) אז די מלאך האט געזאגט אז חסידות לערנט מען נאר נאך דעם וואס מען האט געלערנט 4-5 שעה רציפות גמרא תוס'
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 1:44 am

שוטה האט געשריבן:אגב [לגבי דעם וואס לפי דבריך איז דעם חזון איש נישט געפאלען די דריי שעה חסידות] דער סדר האט שוין דער רש"ב נ"ע איינגעפירט, ודי בזה.


דארפסמאן האט געשריבן:געהערט פון א יוד וואס דרייט זיך ביי די מלאכים (חב"ד) אז די מלאך האט געזאגט אז חסידות לערנט מען נאר נאך דעם וואס מען האט געלערנט 4-5 שעה רציפות גמרא תוס'


ד.ה. אז דער מלאך וואס איז געווען א שטיק חב"ד האט מפרש געווען אז 'חסידות' לערנט מען נאך 4-5 שעה גמ' תוס'. אבער לאו דוקא אז דעם מלאך'ס ווערטער זענען ארויפגעגאנגען אויפן מהרש"ב'ס ווערטער, ווייל לפי ידיעתי האט דער מלאך שוין פון מהרש"ב נישט געהאלטן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 9:26 am

כבוד הרב המרקד,
איבער דעם שייכות פונעם מלאך צום רש"ב לייענט אינעם אשכול איבער דעם מלאך אין 'על הצדיקים' עס איז נישט דוקא מוכרח כדבריכם, יש ראיות לכאן ולכאן

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 9:38 am

מיללער האט געשריבן:כבוד הרב המרקד,
איבער דעם שייכות פונעם מלאך צום רש"ב לייענט אינעם אשכול איבער דעם מלאך אין 'על הצדיקים' עס איז נישט דוקא מוכרח כדבריכם, יש ראיות לכאן ולכאן


דאס איז זיכער אז דער מלאך איז שוין אוועק געגאנגען פונעם רש"ב, און אין חב"ד האט מען יא געהאלטן דוקא מוכרח כדבריו. עס איז דא א יומן וואס ר' יואל כהן ראש החוזר בחב"ד וואס ער שרייבט אלץ בחור אין די תש"י יאהרן, ווען דער ליובאוויטשער רבי האט איהם געשיקט צו די מלאכים - זייער אינטערעסאנט.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 10:51 am

אוודאי איז מען מקיים מצות לימוד התורה מיט חסידות אין קבלה, אין אויב מלערענט עס בעיון איז דא יגיעות התורה אויך.

נאר פאר רוב מענטשען וויבאלד די ענינים זענען "הויכע זאכען" וואס מפארשטייט נישט אינגאנצען (מעשה מרכבה), וועגען דעם איז נישט געאיינגיט צי לערנען די זאכען ציסאך, נאר עס דארף גיין בהדרגה. אין די מאס אויף דעם איז געווען יעדע פלאץ אנדערש; אין חב"ד אויך אין זידוטשוב אין קמארנא האט מען געלערנט מער, אין אנדערע פלעצער ווייניגער וכו'.

דאס איז דער ענין חכמה מרובה ממעשיו וואס קען שאטען (כ"ש אויב מרעדט זיך איין אז מפארשטייט דאס אינגאנצען). משא"כ נגלות התורה וואס מקען פארשטיין אינגאצען, קען מען נישט צי שטארק פארפארן דורך חכמה מרובה ממעשיו; וועגן דעם מיז מען עוסק זיין בעיקר אין נגלות התורה.

אין אה"נ גרויסע צדיקים (בפרט אין די מיטל/עלטערע יארען) האבען זיי שוין כמעט נישט עוסק געווען אין נגלה, נאר האבען טאקע עוסק געווען נאר אין די ענינים.
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 12:56 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 12:23 pm

מיללער האט געשריבן:כבוד הרב המרקד,
איבער דעם שייכות פונעם מלאך צום רש"ב לייענט אינעם אשכול איבער דעם מלאך אין 'על הצדיקים' עס איז נישט דוקא מוכרח כדבריכם, יש ראיות לכאן ולכאן


כבוד הרב מסקרענטאן הבירה...

כנראה זענט איר שוין משמש ברבנות אסאך יאר, (נאכן אויפגעבן דעם משקה פארקויף אין עלטערן איסט סייד...) און די מוח ארבייט שוין נישט אזוי איי איי איי. נאכן נאכקוקן אין 'על הצדיקים' בנוגע דעם מלאך זעה איך אז דארט בלייבט ביי יעדעם במסקנא אז דער מלאך האט זיך נישט פארטראגן מיטן מהריי"צ (מען קריגט זיך נאר ארום און ארום וכיוצ"ב).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 12:28 pm

מיטן ריי"צ ביסטו גערעכט, מיר ריידן דאך פונעם רש"ב

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג נובעמבער 05, 2009 12:42 pm

אנטשולדיגט הרב מסקרענטאן שליט"א, השי"ת זאל אייך געבן אסאך כח להנהיג את העדה הק'.

איצט צוריק צום ענין פון חסידות, ווי אייניגע האבן ערווערנט בענין חב"ד וכדו', האב איך געזעהן אין ס' מפיהם ומפי כתבם (ח"ב ע' קמא) זכרונות פון הרב רפאל זלמן הכהן לעווין ע"ה בן הגה"ק המלאך זצ"ל, און כ'וועל מעתיק זיין הנוגע לענינינו: "מיין טאטע האט געהאט א קביעות צו לערנען יעדן טאג אין די ספרים פונעם מיטעלער רבי'ן, אזוי אויך האט ער עוסק געווען אסאך אין ס' מהר"ל, ובמיוחד אין ס' תפארת ישראל למהר"ל, ובס' מורה נבוכים. אזוי אויך האט ער מיט מיר - זייענדיג אלט 11-12 יאר - געלערנט ספרי מהר"ל (נתיבה התורה אין ס' נתיבות עולם האט ער מיט מיר געלערנט אינגאנצן), ספר ליקוטי תורה להתניא, כל ספר ליקוטי אמרים להתניא (און נישט ספר שער היחוד והאמונה), וחלק מס' טעמי המצות לצ"צ בעניני קרי"ש ותפלה".

אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6442
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך דארפסמאן » זונטאג נובעמבער 08, 2009 3:31 pm

א טענצל! האט געשריבן:ד.ה. אז דער מלאך וואס איז געווען א שטיק חב"ד האט מפרש געווען אז 'חסידות' לערנט מען נאך 4-5 שעה גמ' תוס'. אבער לאו דוקא אז דעם מלאך'ס ווערטער זענען ארויפגעגאנגען אויפן מהרש"ב'ס ווערטער, ווייל לפי ידיעתי האט דער מלאך שוין פון מהרש"ב נישט געהאלטן.



דער מלאך איז נאכען מהר"ש געגאנגען לערנען קיין קאפוסט (מגן אבות ועוד) אין נאכדכעם ציריק געקימען צום מרש"ב אין דער מרש"ב האט אים אים געבעטן צו לערנען מיט זיין זין ר' יוסף יצחק ביז זיי האבען זיך ציטיילט

ב.ד.וו. נאכען מהר"ש האט מען זיך געקריגט צו וועם די מלאך זאל גיין, יעדער האט אים האבען ווייל ער איז געווען מוח נפלאה א קאפ אין א מוח וואס מען טרעף נישט
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 6:21 am

מיללער האט געשריבן:איבער דעם שייכות פונעם מלאך צום רש"ב לייענט אינעם אשכול איבער דעם מלאך אין 'על הצדיקים'

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 9:12 am

דאס איז קלאר אז מיטן לערנען ספרי חסידות איז מען מקיים די מצוה פון לימוד התורה, אלע רבי'ס און מנהיגים פון די פריערדיגע דורות האבן פארלאנגט אז מ'זאל לערנען ספרי חסידות באופן לימוד אויף הלכה למעשה. ווי דער סקווערער רבי האט געזאגט: פונקט ווי מען קען נישט זיין קיין למדן אהן לערנען ש"ס ופוסקים, קען מען נישט זיין קיין חסיד'ישער אינגערמאן אהן לערנען ספרי חסידות. ד.ה. אז מ'דארף דאס לערנען אויף ארויסצונעמען א הדרכה, אזי עס פונקט אזוי לימוד התורה ווי ווען מ'לערנט הלכות שבת.

מאידך גיסא, לערנען א גאנצן טאג חסידות איז צופיל. קוקט אויף די חסיד'ישע אידן פונעם פריערדיגן דור, אפילו די היינטיגע ערחיכע דערהויבענע חסידישע אידן, הארעווען אויף לימוד תורת הנגלה יומם ולילה, דאס איז די יסוד און עיקר, און ווען דאס גייט צוזאמען מיט ספרי חסידות, דאן איז עס בשלימות!
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 9:43 am

ברוקלין האט געשריבן:נאר פאר רוב מענטשען וויבאלד די ענינים זענען "הויכע זאכען" וואס מפארשטייט נישט אינגאנצען (מעשה מרכבה), וועגען דעם איז נישט געאיינגיט צי לערנען די זאכען ציסאך, נאר עס דארף גיין בהדרגה.


אז דו האסט צוגערירט די נושא וויל איך ארויסברענגן מיין ווייטאג וואס באדערט מיר שוין יארן.

דאס איז א געוויסע שרעקעדיגע לבוש וואס מ'האט אנגעטוהן אויף די ספרי חסידות! מ'האט מגדיר געווען די ספרי החסידות אלס העכערע זאכן, וואס איז שווער צו פארשטיין! אסאך בחורים און אינגעלייט האלטן זיך צוליב דעם צוריק פון לערנען ספרי חסידות "ווייל ס'איז צו הויעך פאר מיר".

דאס איז א טעות מוחלט!

נעמט ארויס א "נועם מגדים", א "תולדות יעקב יוסף", א "רב ייבי", אה! זיס ווי צוקער! קלארע הדרכות אין עבודת ה'! הערליכע פשטים אין פסוק! יעדע ספר האט זיך זיין אייגענארטיגקייט, און איבעראל איז אויך דא ענינים וואס אונז פארשטיי מיר נישט ביזן סוף און מיר ווייסן נישט וויאזוי די זאכן אויבן אין הימל זעהן אויס, אבער מ'קען אייביג פארשטיין וואס דער צדיק וויל ארויסברענגן!

דאס איז אמת, אז צווישן די פולע ספרים פון תלמידי בעש"ט, ותלמידי תלמידיו, ותלמידיהם וכו' זענען דא ספרים וואס זענען עוסק אין העכערע ענינים וואס איז שווער פאר פשוטע אידן צו פארשטיין ביזן סוף, (בפרט למתחילים), אבער דאס אז מ'האט בא'טיטולט די חסידישע ספרים אלס שווערע העכערע ענינים איז נישט ריכטיג, און כנ"ל האלטן זיך אסאך אידן אפ פון אנהייבן, וואס ווען זיי זאלן נאר אנהייבן בליקן וועלן זיי זען אז טאקע פאר אונזער דור זענען די אלע זאכן געשריבן געווארן.

און אפילו די ענינים ווי די עשר ספירות, ז' מידות, עולמות עליונות, וכדומה וכדומה, קען מען אויך פארשטיין - וויפיל ס'פעלט אויס צו פארשטיין לפי השגתינו, ווען מ'איז עוסק אין דעם, און מ'לערנט עס קלאר. פונקט ווי פאר א כיתה ה' אינגל איז אנהייב שווער צו פארשטיין די פונקטליכער אפטייטש פון "יאוש שלא מדעת"; א ישיבה לצעירים בחור ברויך זיך צוגעוויינען צום סגנון פון די ראשונים, וכו', ברויך מען דערהערן און פארשטיין די נייע ענינים וואס די חסידי'שע ספרים ברענגן.

זאל מען שוין בקרוב זוכה זיין צום ביאת מלך המשיח, לכשיפוצו מעיינות החסידות חוצה!
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 12:07 pm

עס וואלט געווען ראטזאם אז יעדעס בחור'ל אנגעהויבן פון די בר מצוה, זאל זיך נעמען דעם ספר "מאור ושמש" וואס רעדט צום 'מענטש', און הארעוועט אויף אמונת והתקשרות הצדיקים, און פאשטייט זיך אויך אויף מדות טובות ועבודת ה'. און דערנאך וואלט ער זיך פילייכט גענומען צו אנדערע חסידישע ספרים וואס רעדן העכער'ס אויך.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג נובעמבער 09, 2009 3:07 pm

משיח האט געשריבן:
ברוקלין האט געשריבן:נאר פאר רוב מענטשען וויבאלד די ענינים זענען "הויכע זאכען" וואס מפארשטייט נישט אינגאנצען (מעשה מרכבה), וועגען דעם איז נישט געאיינגיט צי לערנען די זאכען ציסאך, נאר עס דארף גיין בהדרגה.


אז דו האסט צוגערירט די נושא וויל איך ארויסברענגן מיין ווייטאג וואס באדערט מיר שוין יארן.

דאס איז א געוויסע שרעקעדיגע לבוש וואס מ'האט אנגעטוהן אויף די ספרי חסידות! מ'האט מגדיר געווען די ספרי החסידות אלס העכערע זאכן, וואס איז שווער צו פארשטיין! אסאך בחורים און אינגעלייט האלטן זיך צוליב דעם צוריק פון לערנען ספרי חסידות "ווייל ס'איז צו הויעך פאר מיר".

דאס איז א טעות מוחלט!


כ'וואלט נאר געוואלט מוסיף זיין אז פאר די וואס מוטשענען זיך מיט די "עשר ספירות", "אור המקיף", "שבירת הכלים" וכדו', איז כדאי זיך איינצוהאנדלען דעם הערליכן ספר "שפתי חן"-הקדמה לספרי חסידות, ווי די אלע ענינים ווערן מבואר אויף א וואונדערבארן אופן.

טעמו וראו כי טוב!

יוסלמאן
שר האלף
תגובות: 1698
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 9:47 am

תגובהדורך יוסלמאן » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 9:14 am

פון ר' יוסף חיים האב איך געהערט אז א בלאט גמרא איז מער פון אלעם, לימוד התורה איז מען יוצא מיט עפעס אנדערש אויך, אבער די געוואלדיגע סגולת פון לימוד התורה קומט פון בלעטער גמרא, ווי זאגט מען א ממרא: א בלאט גמרא נעמט אראפ א טפח בלאטע.

אלע צדיקים און תלמידי בעל שם זענען קודם געווען גאונים עצומים בנגלה און דערנאך האבן זיי זיך גענומען צו נסתר. ס'מיינט נישט אז מ'זאל נישט לערנען נועם אלימלך ווילאנג מ'איז נישט מסיים שס ופוסקים, נאר דער עיקר לימוד ברויך זיין גמרא תוס' ומהרש"א. נאר ס'זאל זיין בקדושה וטהרה.

די וועלט דערציילט אז ר' חיים וולאזינער האט באזוכט ביים קאזניצער מגיד, איז ער זייער נתפעל געווארן פון זיין גאונת, כידוע איז ער געווען א גאון עולם, האט ער געזאגט אז מ'האט נישט געקענט זעהן אויף אים אז ער איז א חסיד חוץ ווען ער האט געזאגט "די רשב"א" האט ער צוגעלייגט "דער הייליגער רשב"א".
הק' יוסף שלמה
מיושבי הקרעטשמע יצ"וו
קומט אריין און כאפט א טרונק (ד')

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:27 am

הרב יוסלמאן שליט"א דאס אז קודם קומט נגלה ד.ה. מסיים זיין ש"ס ופוסקים וכדו', און דערנאך ערשט נסתר דאס שרייבט דאך דער רמב"ם אז ס'דארף זיין "מלא כריסו בש"ס ופוסקים".

און לגבי לימוד התורה וואס איר שרייבט אז די געוואלדיגע סגולה פון לימוד התורה איז נאר טאקע ביי דפים גמרא, וויל איך דא מעתיק זיין הייליגע ווערטער, דברים קדושים קילורין לעינים, פון הייליגן נועם מגדים זי"ע וואס איז זיכער נישט באוואוסט פאר יעדן ווייל ווען יא פילייכט וואלט די וועלט געווען מער נזהר דערין.

אין די הקדמה פון זיין ספר ברענגט ער אראפ דעם באקאנטן רמב"ם (הל' איסו"ב פכ"ב הכ"א) "יפנה עצמו ומחשבתו לדברי תורה וירחיב דעתו בחכמה, שאין מחשבת עריות מתגברת אלא בלב פנוי מן החכמה", עכ"ל הרמב"ם. שרייבט דער נועם מגדים אזוי: "הנה נשים לב להתבונן באמרי קודש הרמב"ם ז"ל, שלא די לו במה שכתב יפנה עצמו ומחשבתו לתורה, רק הוסיף לומר וירחיב דעתו בחכמה, והכוונה כי הלומד בלי עיון הגם שטוב הוא להעביר מחשבות רעות, עם כל זה אינו כמו המעמיק ומעיין בעיון רב ועמוק בתורה ובהלכותיה ודיניה, כי אז צריך לפשוט עצמו מכל וכל מעסק העולם, רק כאילו בא יבא אל הקודש פנימה ואז נמלט ונושע מכל הרהור רע, ולא זו בלבד רק בא יבא לדביקות הבורא ב"ה באהבה רבה והתלהבות גדול על ידי זה", עכלה"ק.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג נובעמבער 10, 2009 11:35 am

יוסלמאן האט געשריבן:פון ר' יוסף חיים האב איך געהערט אז א בלאט גמרא איז מער פון אלעם, לימוד התורה איז מען יוצא מיט עפעס אנדערש אויך, אבער די געוואלדיגע סגולת פון לימוד התורה קומט פון בלעטער גמרא, ווי זאגט מען א ממרא: א בלאט גמרא נעמט אראפ א טפח בלאטע.


אבער אז די עיקר איז אז מען דארף לערנען מיט א העכערקייט, ד.ה. אז בשעת מען לערנט זאל מען וויסן אז דאס איז א חלק פון עבדות ה'! און דאס לערנט מען זיך ארויס פון די ספרי חסידות.
איז אויב איינער לערנט נגלה, און ער האט נישט קיין שיעור קבוע אין ספרי חסידות, לערנט ער נאר אלץ לימוד התורה, אהן קיין עבדות ה'!!!!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט