הישיבה-הראש ישיבה-האב-התלמיד

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

הישיבה-הראש ישיבה-האב-התלמיד

תגובהדורך badatz » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 2:00 pm

בעזהשי''ת ח' מר חשוון יוד''ה של הרה''ק מראזלא נבג''מ בעל דעת קדושים תש''ע
היות שאנחנו ב''ה כולנו הורים ומורים ...והתחיל הזמן ....עלה בדעתי לחשוב ולנתח את העניין.......

א] מה צריך להיות צורת הישיבה?
ב] מה צריך להיות מעלות המלמד...המגיד שיעור ?
ג] מה צריך לעשות האבא, אבי התלמיד?
ד] מה צריך להיות בקשת התלמיד?

כל הדברים האלו לדעתי צריכים להצלחת התלמיד .

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22369
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 2:08 pm

אן אריינגיין ארינעם ענין, דאס איז זיכער אז אייער דריטע פראגע איז די ערשטע פעליג, דאס הויבט זיך אן נאך ווען דער פאטער איז א בחור.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 2:46 pm

farshlufen האט געשריבן:אן אריינגיין ארינעם ענין, דאס איז זיכער אז אייער דריטע פראגע איז די ערשטע פעליג, דאס הויבט זיך אן נאך ווען דער פאטער איז א בחור.

אולי זה מתחיל מיט דעמ'ס טאטען טאטע וכו' וכו' עד אדם הראשון .וא''כ אין לדבר סוף .
אני לא בא בטענות!!! רק פאזיטיוו ...מה צריך האבא ''כעת'' בפועל ממ''ש לעשות .הלא מען קען נישט דרייען דעם זייגער צוריק ----החכם עיניו בראשו--- על להבא מכאן ואילך חושבנא .

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 3:00 pm

מספרים: שפעם בא איש א' להרה"ק מבעלזא זי"ע בשאלת 'מתי מתחיל חינוך הבנים', ענה הרב זצ"ל 'בשנת הי"ג', שאל האיש ועד אז? ע"ז ענה הרב זצ"ל: כוונתי היתה שבשנת הי"ג לחיי האב - בהיותו בר מצוה כבר צריך הוא לעבוד על חינוך בניו.
אבל זהו על העבר, ומכאן ואילך צריכים קאפיטל תהלים!
שמעתי פעם שהאדמו"ר מסקווירא זצ"ל אמר לבנו להבחל"ח האדמו"ר מסקווירא שליט"א: אחרי כל העצות בעניני חינוך דארף מען נאך א קאפיטל תהלים.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 3:05 pm

אל מע"כ הרב באדא"ץ שליט"א
לענ"ד געפעלט מיר נישט אייער קאצקער שארפקייט, איך האלט איר דארפט אביסל נאכלאזן דערפון.
כעין וואס ווערט דערציילט איבער הגה"ק בעל אבני נזר זצ"ל וועלכער איז געווען אנגעטראגן ביי מרן הקדוש בעל דברי חיים זי"ע, און דער ד"ח האט אים פארהערט, נאכדעם האט ער אים געוואלט פארהערן נאכאמאל, האט דער אבנ"ז געענטפערט מיט זיין שארפקייט אז דאס גאנצע ענין וואס מען פארהערט א בחור פאר א שידוך איז כדי נישט עובר צו זיין אויף די בגמרא (פסחים דף מט:) הנותן בתו לע"ה כאילו כופתה ומניחה לפני ארי, אבער איך - המשיך האבנ"ז - כבר הוכחתי א"ע בבחינה הראשונה שאיני בגדר עם הארץ ואני בחזקת ת"ח, ובאמת הרי גם מן הדין היה לבחון את אבי הכלה כדי לבדוק שלוקחים בת ת"ח כדאיתא שם בגמ', אמנם דרך העולם אינו כן, כיון שמעמידין אותו על חזקתו שכשהוא (אבי הכלה) בעצמו נתחתן הרי נבחן על ידי חותנו, אמנם כיון שכבודו רוצה לבחון אותי פעם שניה, הרי מראה בזה שאין סומכין על החזקות, אם כן הרי מן הדין שגם כבודו יעמוד עוה"פ אל אבן הבוחן.
ומרן הד"ח דיבר עמו עוד ואז נוכח לראות שאינו לפי דרכו כי הוא חריף מדי, ולא מצא חן בעיניו את דרך החריפות של בית קאצק וכדו', ואמר לו: ווען דו וועסט אריינקומען צו אונז אין שטוב וועסטו שוין אוועקלייגן די קאצקער ברייטקייט, והוא בחריפותו ענה שאדרבה ההיפך הוא הנכון שהוא יטה את מרן הקדוש לדרכו, ע"כ הנוגע לענינינו, (והובא הסיפור בשלימות בס' נפלאים מעשיך ע' קפו ממה שקיבל מרבו הגה"צ מפאיע זצ"ל הי"ד).
ולענינינו, אז כבוד בד"ץ איז געקומען שרייבן בתוכינו, נראה שיתאפק מכל הברייטקייט... (לאו דוקא כאן, רק בכלליות בכ"מ שהוא כותב כגון במאשין מצות וכיוצ"ב).

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 3:29 pm

א טענצל! האט געשריבן:אל מע"כ הרב באדא"ץ שליט"א
לענ"ד געפעלט מיר נישט אייער קאצקער שארפקייט, איך האלט איר דארפט אביסל נאכלאזן דערפון.

ולענינינו, אז כבוד בד"ץ איז געקומען שרייבן בתוכינו, נראה שיתאפק מכל הברייטקייט... (לאו דוקא כאן, רק בכלליות בכ"מ שהוא כותב כגון במאשין מצות וכיוצ"ב).

ב''ה
קודם כל וויא זעהסט דוא שארפקייט אין דעם מאמר [אולי אזוי וויא סיא ידוע דיא מעשה דער גנב זאל ארויס גיין פין מקוה ..ריפט זיך אהן איינער וואס עפעס זאל איך ארויס גיין ...אויף דעם '''גנב''' ברענט דאס היטל]
צווייטענ'ס אויב דיא קענסט נאמבער'ס געב א קיק בייא וועלעכע נאמבער דוא טאנצט אין בייא וועלעכע נאמבער דער ספרא דדיינא פין אונזער בד''ץ האלט .ממילא וואס שרייבסט דוא ''בד''ץ איז געקומען שרייבען
בתוכנו . אין בכלל נישט דיך מיינט מיין שרייבען .

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 3:32 pm

א טענצל! האט געשריבן:אל מע"כ הרב באדא"ץ שליט"א
לענ"ד געפעלט מיר נישט אייער קאצקער שארפקייט, איך האלט איר דארפט אביסל נאכלאזן דערפון.
ולענינינו, אז כבוד בד"ץ איז געקומען שרייבן בתוכינו, נראה שיתאפק מכל הברייטקייט... (לאו דוקא כאן, רק בכלליות בכ"מ שהוא כותב כגון במאשין מצות וכיוצ"ב).


'טענצל' איך וואלט אייך ענדערש גערופן 'שפרינגער', איהר שפרינגט אויף צו שנעל, איהר זענט זייער האַקל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 3:48 pm

רבותי, צוריק נושא ביטע, א דאנק.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 4:20 pm

ר'אמת איז, דער עולם זאל זיך בלויז אביסל אומקוקן, וועט מען זעהן שטיבער, עלטערן וואס זענען בעצם אויך מחנכים, קלוגע דורכגעווייקטע חסידישע אידן, (איך רעד אינגאנצן נישט פון די דערביטערטע וואס קען מעגליך זיין א שולד צו א פראבלעם), און די קינדער? א ווייטוג צו רעדן.
עס איז קלאר ווי דער טאג, אז קיין איינער קען נישט נעמען קיין קרעדיט פאר זיך אויב אים איז עס יא געלונגען.
און איך העל אייך זאגן נאך עפעס: א שטוב ווי מען דאווענט אסאך, א שטוב ווי מען זאגט אסאך תהילים אין תפילות, דערקענט זיך עס אויף די קינדער, די איינציגסטע מיטל וואס איז בדוק ומנוסה.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

ניין
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 16, 2007 10:14 pm

תגובהדורך ניין » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 10:59 pm

שעפטיל האט געשריבן:ר'אמת איז, דער עולם זאל זיך בלויז אביסל אומקוקן, וועט מען זעהן שטיבער, עלטערן וואס זענען בעצם אויך מחנכים, קלוגע דורכגעווייקטע חסידישע אידן, (איך רעד אינגאנצן נישט פון די דערביטערטע וואס קען מעגליך זיין א שולד צו א פראבלעם), און די קינדער? א ווייטוג צו רעדן.
עס איז קלאר ווי דער טאג, אז קיין איינער קען נישט נעמען קיין קרעדיט פאר זיך אויב אים איז עס יא געלונגען.
און איך העל אייך זאגן נאך עפעס: א שטוב ווי מען דאווענט אסאך, א שטוב ווי מען זאגט אסאך תהילים אין תפילות, דערקענט זיך עס אויף די קינדער, די איינציגסטע מיטל וואס איז בדוק ומנוסה.





עס איז – ווי יעדע זאך אויף דער וועלט און אפשר נאך אביסל מער – קאמפליצירט, און אראפצושטעלן פונקטליכע כללים איז כמעט אוממעגליך. מ'קען נישט זאגן אינסטרוקציעס וואס אויב וועסטו פאלגן די פינף סעיפים וועסטו האבן א קינד דעם גאון און צדיק. אבער לאמיר זאגן וואס ליגט אויפ'ן קאפ.
ערשטנס, שעפטיל, איך וועל דיר ווייזן גענוג און נאך שטיבער וואס די עלטערן האבן געגאסן מער טרערן און געזאגט תפילות ווי וויפיל שעה'ן עס איז דא, און זיי האבן אויך נישט מצליח געווען, סאו מ'קען דאס אויך נישט זאגן , יעדער בעה"ב אפילו איז מתפלל אויף קינדער , כ"ש יעדער ערליכער און פרומער איד, ממילא די אלע גוטע אידן מיט נישט די בעסטע קינדער איז דאך יעדער פון זיי א קשיא. תפילה קען העלפן? זיכער. עס מוז העלפן? אנטשולדיגט אבער פאקט ווייזט אז נישט. דער אויבערשטער פירט א וועלט, אסאך מאל אנדערש ווי דער מענטש וויל און טיפער ווי א מענטש באגרייפט.
לגבי וואס א טאטע קען טון? קודם הקדמה. פאקט איז יעדער מענטש ווערט געבוירן און וואקסט אויף מיט געוויסע נאטורן (לויט ירושת אבות (דזשינס) און לויט סביבה), און מיט א גוטן אדער שוואכערן קאפ. דאס קען מען שווער טוישן און רוב בלייבן דערמיט (איר קענט זיך טענהן דערויף און אלע מעשיות וועלן נאר איבערצייגן אז "עס איז דא" וואס טוישן, אבער דאס מערהייט בלייבט דערמיט. און ווי ספרים שרייבן איז דער מענטש , יעדער מיט זיינע טבעיות, געקומען זיך צו ספראווען דערמיט און זיך אויסארבעטן לויט זיין אייגענע מדריגה.
פאקט איז, רובא דרובא מענטשן ביי די דרייסיג יאר, וועלן זיינע חבירים זאגן אז ער איז פונקט ווי ביי די 13 יאר. (פארשטייט זיך יעדער וואקסט אויף, אבער די עצם יסודות זענען די זעלבע, פאר ווער עס קען אביסל אנאליזירן). ווייטער, קען מען ברענגען מעשיות, און עס איז טאקע דא וואס זענען נייע מענטשן און נישט צום דערקענען, אבער מיר רעדן פון רוב מענטשן. דאס מיינט אזוי, דער מיט'ן גוטן קאפ האט פיל גרעסערע שאנסן צו לערנען און פארשטיין ווען זיין מלמד און שפטער מגי"ש לערנט פאר, דעריבער וועט ער געווענליך לערנען. ער וועט לערנען מוסר, השקפה וכ'ו', און ער וועט זיי פארשטיין, ארויסנעמען דבר מתוך דבר, און זיך אויסארבעטן א וועג אין עבדות השם. ווידער דער מיט'ן שוואכן קאפ, וועט שווערער דארפן ארבעטן, צוליב זיין נישט פארשטיין קען ער אריינגיין אין פארשידענע פראבלעמען און זיך מער דארפן פלאגן, . די זעלבע, דער מיט גוטע מידות, וועט גרינגער שטייגן. ער וועט אויסהערן, ער וועט פאלגן נאטורליך. דער מיט שלעכטע מידות, צי חוצפה, כעס, שלעכט, וכו' , וועט ענדערש זיך אנקלאפן אין פראבלעמען.
און דא קומען אריין די עלטערן. די ארבעט פון עלטערן איז זיך צו קענען אפגעבן און באגלייטן דעם קינד, לויט זיין ספעציפישן לעוול, עפ"י דרכו, אז ער זאל אויסוואקסן דאס בעסטע וואס מעגליך "פאר דעם קינד".
אויב האט איינער פאלגזאמע טיפ קינדער מיט גוטע קעפ, גוטע מידות, וועלן זיי סייווי געווענליך אויסוואקסן גוט . די עלטערן דארפן דעמאלט פשוט נאר זיכער מאכן נישט צו שטערן און אפהרגענען. אבער עס איז נישט זייער קרעדיט. דעמאלט איז א קונץ נאר פון די עלטערן צו מאכן אז די אויסנאמליכע פאטענציעל פון זיינע געלונגענע קינדער זאלן זיין אזוי הויך ווי עס קען זיין. זיי זאלן אויסוואקסן נישט סתם פיינע אידן, נאר ריכטיגע מושלמים.
אויב האט מען קינדער מיט נישט די בעסטע טבעיות אדער מוח, איז די אויפגאבע פונעם טאטן זיי צו באגלייטן און העלפן אז זיי זאלן זיין די בעסטע "וואס זיי קענען זיין". אויב וועט דאס קינד זיין פון די גוטע בינונים, איז דאס א שטארקע קונץ און די בעסטע וואס עס האט זיך פארלאנגט פונעם טאטן. ווייל אן גוטע עלטערן, וואלט ער געווען א חלש.
לדעתי איז דאס די באטעם ליין. אויב האט איינער נישט גוטע קינדער, דארף מען נאר וויסן אויב זענען זיי נאטורליך אזוי, קען זיין אז זיי וואלט געווען סאך ערגער אויב נישט די גוטע הדרכה פון די עלטערן. אויב וואלט דער גוטער ראובן געווען זיינס א קינד, וואלט ער אים זיכער אויך געקענט העלפן שטייגן ביזן הימל. אבער אזוי ווי ער האט געהאט שמעון, האט ער זיך געדארפט פלאגן און ארבעטן שווער אים צו מאכן זיין א וואוילער בעה"ב, וואס איז מקפיד אויף זמן קרי"ש.
יעצט, קומט אויס לויט דעם, וואס איז א הויפט שליסל צו זיין גוטע עלטערן, ווי איך קוק עס אן, איז עס צו האבן א גוטע רילעישאנשיפ מיט'ן קינד. צו קענען קאמיוניקירן מיט אים די מערסטע און בעסטע וואס מעגליך. ווייל אייביג לויט זיין לעוועל, מאך זיכער אז דו פארשטייסט זיך מיט אים. אויב איז ער גוט, וועט ער דאך אויטאמאטיש קלעבן צו דיר , און וועסט אים קענען לערנען און העלפן שטייגן. אויב איז ער א שוואכערער, איז דאך דאס דער עיקר, אז ער זאל זיך האלטן נאנט מיטט'ן טאטן, באקומען די נויטיגע סופארט און שטיצע, אז ער זאל נישט אוועקפאלן און כאטש אויסוואקסן וואס ער קען יא אויסוואקסן. דאס האט די בעסטע שאנסן צו געשען אויב איז ער אין נאנטן פארבינדונג מיט'ן טאטן. ער ווייסט דער טאטע איז אויף זיין זייט, און ער האט אים ליב אהבת נפש.
און דאס מיין איך איז א שטארקע פראבלעם היינט, אז אסאך האבן ווייניג צייט און געדולד צו די קינדער. מיר האבן צופיל אויפ'ן קאפ, ביזנעס, חבירים, שולן, טעכנאלאגיע, קינדער שפירן נישט ווי זיי זענען די נאמבער 1 אויף די ליסטע פון זאכן וואס דער טאטע האט געדולד. און זיי זענן גוט מבינים, ווייסן מיר אלע. אויך, געווענליך איז לאמיר זאגן 75 פראצענט פון וואס מ'קאמוניקירט מיט'ן קינד אויף א נעגאטיוון וועג. ווייל נאר ווען ער איז שלעכט, קוקט מען אויף אים און מ'גיבט אים דעם פארדינטן פסק. סתם א ליבליכע שמועס אדער פארברענג איז גאנץ זעלטן, און זיכער א פערטל פון וויפיל עס פעלט זיך אויס פאר'ן קינד. אזוי בויעט זיך א גאנץ שוואכער קשר אין די יוגנט. ווען דאס קינד ווערט עלטער, ביי די טינעידזש יארן, דעמאלט וויל שוין דער טאטע ווערן נאנט צום קינד, אבער עס איז שוין אביסל צו שפעט. מ'קען מאריך זיין איבער די נקודה א יובל יארן, אבער צייט לאזט נישט.
אויב איז מען גענוג נאנט מיט'ן קינד, וועט ער אין רוב פעלער געווענליך אויסוואקסן "ווי ער קען זיין". נישט אז ער מוז יעצט באקומען א גוטן קאפ, גוטע נאטורן און א גוטן ווילן צו לערנען, עס מוז דאך נישט זיין אז יעדער קינד וואס גייט אריין אין חדר און האט "די בעסטע עלטערן" דארף פונקט זיין אויך דער יונגל מיט'ן גוטן קאפ און נאטורן, אבער ער וועט כאטש אויסוואקסן דאס בעסטע ווי "ער קען" . און דאס איז די ארבעט פון א טאטן. מאכן אז זיין קינד זאל אויסוואקסן אזוי גוט ווי ער האט די כוחות צו זיין. יעדער לפי דרגא דיליה.
דאס איז אויפ'ן שפיץ פונעם שפיץ גאפל ווי איך קוק אן דעם ענין און כ'האף אז גענוג קלאר עט ליסט פאר ווער עס וויל פארשטיין.

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » מאנטאג אוקטובער 26, 2009 11:48 pm

הרב ניין, דיין תגובה איז שפתים יישק.
רבי שמשון פינקוס פארציילט אין איינע פון זיינע ספרים אזוי: זיין שוויגער איז געליגן קראנק אין שפיטאל נעבעך, זי האט געהאט א זון א גרויסן ראש ישיבה, די גאנצע ישיבה האט געזאגט תהילים אומאויפהערליך עטליכע טעג אין א צי, משמורות נאך משמורות. פון הימל האט מען אבער אנדערש געוואלט. שטייענדיג ביי די לווי' האט ער געקלערט צו זיך ווי אזוי געשעהט אזאנס?? שטייען 500 בחורים וואס לערנען א גאנצן טאג, זיי הערן נישט אויף צו זאגן תהילים, און גארנישט, מען איגנארירט געהעריג פון הימל.
זאגט ער אז ער האט דאס געקלערט: ווען עפעס איז אנגעשריבן פון הימל, דארף דאס פאסירן. איי די אלע תפילות? אלעס איז קאי וקיימא, פאר שפעטער און פאר אנדערע זמנים.
לענינינו: קיין שום מיטל איז היינט נישט געווארן געשטעלט אז דאס איז וואס שטעלט דעם חינוך מער ווייניגער אין פלאץ אן קיין איבריגע שווערעקייטן, כדברך. איין מיטל איז יא דא, אן אויסגעפרואווטער סגולה, תהילים און תפילות. דאס מיינט נישט אז ווען עפעס איז נישט כשורה פאנגט מען אן ליארמען; נאך פאר אלעם, איז דאס די איינציגסטע זאך וואס מען קען ווייזן אז יא, דאס קען העלפן קאנטראלירן.
איי, האסטעך א מוראדיגע טענה, די קומסט מיט ליסטעס. נו, אויף דעם קענען מיר נישט מער ווי צושאקלען מיטן פסוק הנסתרות לד' אלוקינו.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 12:13 pm

אז מען טראכט אביסל אריין, זעהט מען אז לכאורה ליגט היינט די חינוך הבנים אויף די מאמעס.
די מענער זענען טרוד על המחי' ועל הכלכלה, און די פרויען געבן זיך אפ אין שטוב מיט די קינדער.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22369
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 12:23 pm

פרעגער, ווער לערנט אויס די קינדער ווי אזוי צו דאווענען ווי א חסיד'ישער איד און ווי אזוי צו רעכט אפלערנען א אידיש ווארט, אויך די מאמעס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 12:39 pm

farshlufen האט געשריבן:פרעגער, ווער לערנט אויס די קינדער ווי אזוי צו דאווענען ווי א חסיד'ישער איד און ווי אזוי צו רעכט אפלערנען א אידיש ווארט, אויך די מאמעס?


ווער פיהרט די קינדער אין חדר יעדן טאג? ווער ווארט אפ די קינדער פון חדר יעדן טאג? ווער הערט אויס די קינדער ביים אהיים קומען פון חדר ווי אזוי די טאג איז פאריבער (מיט אלע פראבלעמע)?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 12:40 pm

farshlufen האט געשריבן:פרעגער, ווער לערנט אויס די קינדער ווי אזוי צו דאווענען ווי א חסיד'ישער איד און ווי אזוי צו רעכט אפלערנען א אידיש ווארט, אויך די מאמעס?


און זאג נאר: איז דער טאטע טאקע דער בעסטער 'סעמפעל' פאר זיין קינד אין בית המדרש?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22369
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 12:46 pm

הרב פרעגער, איך האב געהאט חשק צו ענטפערן, ומנעתי את עצמי משום שחדא קושיא מתרצת חבירתה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 12:56 pm

farshlufen האט געשריבן:הרב פרעגער, איך האב געהאט חשק צו ענטפערן, ומנעתי את עצמי משום שחדא קושיא מתרצת חבירתה.


לא הבנתי!! המציאות היא: שהאמהות הם המטפלים עם הבנים והבנות יותר מהאבות. ואולי משום כך - הקדים הכתוב הבנות - כה תאמר לבית יעקב ותגיד לבני ישראל.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22369
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 1:18 pm

פרעגער האט געשריבן:לא הבנתי!! המציאות היא: שהאמהות הם המטפלים עם הבנים והבנות יותר מהאבות.

לו יהא שאינו מטפל עמהם, התנהגותו בין אדם למקום ובין אדם לחבירו אינו משפיע עליהם?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 3:22 pm

פרעגער האט געשריבן:ווער פיהרט די קינדער אין חדר יעדן טאג? ווער ווארט אפ די קינדער פון חדר יעדן טאג? ווער הערט אויס די קינדער ביים אהיים קומען פון חדר ווי אזוי די טאג איז פאריבער (מיט אלע פראבלעמע)?

the poilishe goiteh :wink: :wink: :wink:
the SCY is the limit

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22369
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 3:25 pm

ר' שמחה, יענס געלעכטער, ס'איז א ביטערער פאקט ליידער.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 4:22 pm

farshlufen האט געשריבן:
פרעגער האט געשריבן:לא הבנתי!! המציאות היא: שהאמהות הם המטפלים עם הבנים והבנות יותר מהאבות.

לו יהא שאינו מטפל עמהם, התנהגותו בין אדם למקום ובין אדם לחבירו אינו משפיע עליהם?


אמת דבריך, אבל מדובר האשכול הוא מה צריכים ההורים לעשות?
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » דינסטאג אוקטובער 27, 2009 8:43 pm

בעזהשי''ת
שכחתי ...... והוא העיקר ''''''החברים ''''' מבשרי אחזה .אצלי החברים של בני הם היו עיקר ההשפעה ...
כמאמר המשנה ....קנה לך חבר ...
פלא הוא אצלי שהחברים המגיבים רובם כותבים רק על הבית שממנו יוצא הילד בודאי שזה הוא המקום הראשון . ובודאי שלהדזינ'ס יש השפעה
אע''פ שהדבר צריך בירור והסברה איך זה מסתדר עם הבחירה שניתנה לאדם .במשנה אנו לומדים הווה גולה למקום תורה . א''כ רואים אנו
שהמקום גורם ....יצאת צדיק מן '''המקום'' עושה רושם .
והאמת היא מה מחפש אדם לבנו....אם בכלל הוא מחפש ....אם בנו ''''הגדול'''' הוא לא כל הבעה''ב והמבין . והישיבה עושה לו טובה שמכניסה
את בנו [אם הוא לא גביר] לישיבה .הברירות הם כמעט לא בידו . והמג''ש עושה לו טובה שמדבר איתו .ממש שפיכות דמים לההורים עד שרואים
את בניהם מסודרים בישיבה ....ההשפלה שהם עוברים הם יותר מחיבוט הקבר ל''ע. אני גדלתי לפני המהפכה של ישיבות מצוינות .אע''פ שכל ימי
למדתי בפרייוועט ישיבות . אך זוכרני איך הראש ישיבה דיבר ושיתף את אאמו''ר ז''ל בכל המהלך שירגיש שגם הוא חלק מהחינוך אע''פ שהם היו
משבט הליטאי .ואבי הי' חסיד במלא מובן המילה.אבי' ז''ל הרגיש נח לדבר ולבא לבקר. והי' בא כל שנה באמצע הקייץ על שבת לשבות במסגרת הישיבה .
אע''פ שלא הי' עשיר .עוד אאריך אי''ה בזה

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 1:45 pm

נכונים כל דבריך - הרב בד"צ שליט"א
ובנוגע לקשר ראשי הישיבות עם ההורים, יתכן That the system was abused והרבה הורים באו ללמד המחנכים איך לחנך את בניהם, ואם ח"ו נהגו בבניהם באופן שטרענ"ג באו בטרוניא וכדומה, ע"כ נפסק הקשר
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 2:35 pm

באדאטץ;
אנחנו ממתינים על ההמשך. יש חן ""מיוחד"" לקרוא את האמאליג"ע מעשיות.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 289
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:51 pm

תגובהדורך ליפשיץ » מיטוואך אוקטובער 28, 2009 2:53 pm

רב בד"צנ'ס צייטן זענען טאקע אנדערש פון אונזערע צייטן פון ביידע זייטן. ס'איז א טו וועי סטריט. סיי מצד ההורים און סיי מצד הראשי ישיבות הנקראים בלע"ז מגידי שיעורים.

זייט וויסן אז זינט די מגידי שיעורים זענען געקומען צו דער החלטה אז רוב עלטערן פארשטייען נישט צו זייערע קינדער, זיי ווילן בלויז הערן גוטע גריסן און אויב דערליווערט מען זיי אמאל שלעכטע נייעס וועלן זיי באשולדיגען דעם מגיד שיעור ווי איידער דעם בחור'ל (ס'הייסט "מיין" שלמה'לע? ער איז דאך ממש דער צדיק הדור), זינט די זמנים טוען די מגידי שיעורים אין רוב פעלער פארהוילן דעם 'גאנצן אמת' פון די עלטערן. עלטערן קענען זיך ארומדרייען פאטשנדיג אויפן בויך און דערציילן לכל הבא לידו וואספארא חשוב בחור'ל זיי פארמאגן ב"ה, ווען דאס מציאות איז ליידער נישט אלעמאל ממש פונקט אזוי( און אייגנטליך 'נאר' דאס איז ער גרייט צו הערן – עפעס אנדערש אדער פארקערט איז דאך דאס נישט זיין בחור'לס שולד, ס'איז דעם מגיד שיעור'ס...).


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט