בלאט 1 פון 7

פסוקים ומאמרי חז"ל שגורים מחוסרי מקור

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 15, 2008 6:42 pm
דורך לאקשען ברעט
כאב געטרייט צי זיכען אבער כ'האב נישט געטראפען אזא פסוק "לב מלכים ושרים ביד הי "
אין אויב עס איז נישט קיין פסוק ווי ווי קומט עס אז עס איז אזוי שגור בפי העולם
גוט וואך

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 15, 2008 7:24 pm
דורך פויער
עס איז דא אזא פסוק דוכט זיך אין משלי, יעצט האב געטראפן דעם פסוק (משלי כא א) פלגי מים לב מלך ביד ה' על כל אשר יחפוץ יטנו

עס איז דא ווארט פון ר' יודא אסאד ז"ל (אזוי מיין איך) אז פאר דעם איז כל המצר לישראל נעשה ראש ווייל סתם א מענטש האב א בחירה אבער א ראש ושר איז ביד ה' ממילא איינער וואס איז צו א גרויסע שונא ישראל ווער ווייס וואספארא חורבנות ער וועט אנמאכן אויב האט ער א בחירה ממילא נעשה ראש מען נעמט אוועק זיין בחירה קען ער שוין נישט טון וואס ער וויל ודפח"ח וש"י

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 15, 2008 9:58 pm
דורך מיללער
די פארגאנגענע וואך איז געווען עטליכע בריווען אין דער ב. וועגן די נושא, כולל דעם פסוק וואס הרב המ'פואר האט געברענגט.

למעשה, זענען פארהאן אסאך א.ג. פסוקים און מאמרי חז"ל וואס האבן נישט קיין האפט און זענען שגור בפי העולם, איך דערמאן זיך יעצט דעם פתגם "אין הקב"ה מונה את הדפים אלא השעות" וואס ווערט נאר דערמאנט אין ספרי מוסר און נישט אין חז"ל.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2008 12:38 am
דורך קרעמער
ר' ירחמיאל זעלצער אין זיין קונטרס מאמרי חז"ל השגורות בפי העם ולא נודע מקורם, צייגט אן אויף דעם אויבנדערמאנטן פסוק אין משלי כ"א אלס מקור דערצו.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2008 1:50 am
דורך שוועמל
דאס זעלבע דילעמא איז מיט דעם באקאנטן בחור'ישן פסוק 'יד הכותב על הספר תקצץ'. דוכט זיך שוין אמאל געווען דא א שמועס דערוועגן.

קען זיין ווי קרעמער זאגט, עס שטאמט ענדערש פון ספרי מוסר

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 16, 2008 11:48 am
דורך בן בוזי
קרעמער האט געשריבן:ר' ירחמיאל זעלצער אין זיין קונטרס מאמרי חז"ל השגורות בפי העם ולא נודע מקורם, צייגט אן אויף דעם אויבנדערמאנטן פסוק אין משלי כ"א אלס מקור דערצו.

אויך איז מיט דער מדרש פון מכה אשר לא כתובה בתורה זו מיתת צדיקים ברענגט ער אויך אראפ אז ס'איז נישטא קיין מקור דערצו אין חז"ל איך האב געזעהן אנדערע שרייבן דערויף אז דאס איז א מכה אשר לא כתובה בתורה, למעשה האב איך יא געזעהן צו געצייכנט עפעס אן ענליכע מדרש, אבער נאר בדוחק גדול.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2008 10:50 pm
דורך אלץ-ווייסער
ס'פאראן טויזנטער אזעלכע מאמרים, וועלכע זענען שגור בפי העם, ווי שוטה אינו מרגיש און נאך.
אסאך דערפון זענען מאמרי חכמים, און פיל זענען פשוט אויסגעטראכט קאמפלעט.

פארעפענטליכט: זונטאג נובמבר 23, 2008 11:20 pm
דורך קרעמער
ירושלמי תענית (טז, א) שוטה אינו נפגע.

בבלי שבת י"ג ע"ב אין שוטה נפגע, עיי"ש ברש"י.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2008 4:01 am
דורך פויער
ווי אויך די מימרא כאשר זמם ולא כאשר עשה איז נישט דא אין גאנץ ש"ס

עס שטייט הרגו אין נהרגין לא הרגו נהרגין

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2008 9:45 am
דורך scy4851
שאלות ותשובות אבני חפץ פון ר' אהרן לעווין ז"ל אבדק"ק רישא סימן כ"ט
דער לינק צום תשובה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 5&pgnum=54

איינער האט אוהם אהנגעפרעגט וויא שטייט דער מאמר 'כל הרודף אחד הכבוד הכבוד בורח ממנו'
ער ענטפערט אז דער מאמר ממש מיט דעם לשון שטייט און ערגעטץ נישט אבער ענדליך שטייט יא.
און עירובין י"ג ע"ב שטייט 'כל המחזר אחר גדולה גדולה בורחת ממנו'
נאכדעם גייט ער אריין און אן אריכות אויף פארשידענע מאמרים וואס זענען שגור בפי כל אבער זיי שטייען און ערגעטץ נישט. מאנכע שטייען יא אבער נישט ממש מיט דעם לשון.

ער ברענגט עטליכע דוגמאות

- המתחיל במצוה אומרים לו גמור
- אין אורח מכניס אורח
- מאן דיהיב חיי יהיב מזוני
- אינש באינש פגע טורא בטורא לא פגע
- סתם מקשן ע"ה
- למה נקרא שמו חזיר שעתיד הקב"ה להחזירו לישראל (דער או"ח הקדוש און פרשת שמיני און אויך דער רדב"ז און די תשובות ברענגען דער מאמר אבער ווייזען נישט אהן קיין מראה מקום)
- כל הכועס כאילו עובד ע"ז (דער מהר"ץ חיות און מסכת שבת ק"ה ווינדערט זיך אויפען רמב"ם וואס ער ברענגט אויך דער מאמר בשם חז"ל אין עז שטייט און ערגעטץ נישט)
- שוטה אינו מרגיש
- גם כל חלי וכל מכה אשר לא כתוב בספר התורה הזה זה מיתת צדיקים (כמעט אלע ספרי דרוש ברענגען דעם מאמר אבער עס שטייט נישט און ערגעטץ)
- כבד את ה' מהונך אל תקרא מהונך אלא מגרונך
- עתידה ארץ ישראל שתתפשט בכל הארצות
- כבדהו וחשדהו
- דברים היוצאים מן הלב נכנסין אל הלב


איך קען צישטעלען נאך וואס איך האב געהערט.
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכו, בתוכם לא נאמר אלא בתוכו, בתוך כל אחד ואחד.
דער מאמר שטייט און של"ה הקדוש, עס איז נישט קיין מאמר חז"ל

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2008 10:38 pm
דורך cano
וואו אויך ווערט געזונגען א ניגון כד יתבון ישראל ועוסקים וכו' האט מען נאך אויך נישט געטראפען א מ"מ דערפאר.

עס איז כדאי צו באמערקען אז וואו באקאנט האמיר נישט אפי' א העלפט פון תורה שבעל פה, דאס איז דאך ידוע אז מסכת ע"ז פין אברהם אבינו איז געווען איך געדענק נישט יעצט אויסענווענדיג וויפיל טויזענט פרקים, אין ווען מען האט מסדר געווען די גמ' האט מען נאר אפגעשריבען וואס עס איז נוגע להלכה, איך גלייב אז יעדער ווייסט עס מילא האט נישט קיין פשט זיך צו ברעכען קאפ און טרייען צו דערמאנען די מקורות.

מען זעהט דאך דער רמב"ם האט געהאט ירושלמי אויף קדשים, ער דערמאנט עס דאך אין זיינע ספרים, מילא א מאמר וואס א בעל רוח הקודש ברענגט נעם איך אן אז עס איז א מאמר חז"ל, ער האט עס געהאט און אינז האמיר עס נישט, אז אליהו הנביא'ס רבי -אחי השלוני- האט נאך געלערענט מיט תלמודים, אויף די וועלט, אזוי לעצטענס וואו מיטען הייליגען בעש"ט הקדוש, האבען דאך די בעלי רוח הקודש געהאט צוטריט צו חלקים פין תורה שבע"פ וואס איז פאר אינז פארהוילען.

אבער דעס וואס איך האב געשריבען איז נאר דאך אגב, (אזוי געמאכט א שטיקעל לאקשען קיגעל, עס מאכט נישט אזא בראטעל הא?) און יעצט צוריק צום נושא, עס איז זייער א אינטערעסאנטע טעמע און א ישר כוח פארען עפענען אזא אשכול, לאמיר האפען אז אליהו הנביא וועט אונז קומען פארענטפערען די שאלה במהרה וברחמים גדולים, (וואו הרב וואוזנער זאגט שטענדיג).

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2008 10:46 pm
דורך קרעמער
אברהם אבינו האט געהאט 400 פרקים אין מס' עבודה זרה.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 24, 2008 11:46 pm
דורך scy4851
cano האט געשריבן:מען זעהט דאך דער רמב"ם האט געהאט ירושלמי אויף קדשים, ער דערמאנט עס דאך אין זיינע ספרים, מילא א מאמר וואס א בעל רוח הקודש ברענגט נעם איך אן אז עס איז א מאמר חז"ל, ער האט עס געהאט און אינז האמיר עס נישט,
אבער דעס וואס איך האב געשריבען איז נאר דאך אגב, (אזוי געמאכט א שטיקעל לאקשען קיגעל, עס מאכט נישט אזא בראטעל הא?)

איך האב געשריבען מיין תגובה פארמיטאג און איך האב מיך געאיילט ערגעטץ האב איך נישט געהאט צייט צי שרייבען וואס מיר איז שווער געווען

וואס cano זאגט האב איך געטראכט ווען איך האב געזעהן דעם מהר"ץ חיות וואס ר' אהרן רישא'ער ברענגט.

מיר זעהן אז דער רמב"ם האט געהאט ירושלמי אויף קדשים, [איבער דעם האט דאך יענער אפילו ארויסגעקומען מיט א געפעלטשטע כידוע] און פאר קיינעם פאלט נישט ביי [פון וואס איך ווייס] שרייבען אויפען רמב"ם אז ער מאכט א טעות, ווייל מיר ווייסען נישט פון אזוי ירושלמי
איז פארוואס דארף איך אהננעמען דעם מהר"ץ חיות פקפוק אויפען רמב"ם בנוגע דער מאמר 'כל הכועס כאילו עובד ע"ז'? פארוואס קען איך נישט אהננעמען אז דער רמב"ם האט געזעהן דער מאמר אזוי וויא ער האט געזעהן דעם ירושלמי אויף קדשים?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 25, 2008 8:51 am
דורך מיללער
זייער אינטערעסאנטע ענינים, אן עקסטערען דאנק פאר ר' כנה'לע, די סברא איז באמת א שיינע אזוי ווי ר' שמחה ברענגט ארויס, עס איז אבער נאר גוט אויף מאמרי חז"ל, אויף פסוקים איז דאס נישט שייך כמובן.

עס איז אבער פארהאן ספרים וועלכע זענען נישט נתקבל געווארן צווישן די כ"ד ספרי קודש (זיי ווערן אנגערופען 'ספרים חיצונים') ווי דער ספר 'בן סירא' וואס ווערט דערמאנט אין די גמ', עס קען זיין פסוקים וואס זענען מקורם פון אזעלכע ספרים.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2008 12:04 am
דורך שוועמל
קרעמער האט געשריבן:ירושלמי תענית (טז, א) שוטה אינו נפגע.

בבלי שבת י"ג ע"ב אין שוטה נפגע, עיי"ש ברש"י.


דוכט זיך אז ערגעץ אין א רש"י ווערט דערמאנט בהדיא 'שוטה אינו מרגיש'. איך דענק שוין נישט דעם ארט.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 26, 2008 12:46 am
דורך גד
ווען מען זעט א ראשון ברענגען א חז"ל פארשטייט זיך גלויבט מען אים, אז ער האט דאס געזען ערגעץ וואו אונז זעען עס נישט.

די רעדע איז, פון מאמרים וואס זענען שגור בפי העולם אלס חז"ל, ווען אפילו א ראשון זאל עס נישט ברענגען בשם חז"ל.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:04 am
דורך מי יודע
אין הקב"ה מונה הדפים אלא השעות
ווערט געברענגט אין פלא יועץ ערך לימוד

ווי אויך איז דא א באקאנטע מאמר הרמב"ם אין שמחה כהתרת הספיקות

למעשה זע איך ברך משה פ' תבא צייכנט ער צו: הובא בפרי מגדים או''ח ריש סימן תר''ע

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:05 am
דורך מי יודע
איך זוך א מקור אין חז"ל פאר די ווערטער:

דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:07 am
דורך מי יודע
אט א מדרש, וואס איך דערמאן מיך האב געזען א שטיק צייט צוריק

מה יפו פעמיך בנעלים, אמר רבי??? עתיד הקב"ה ליתן שכר אפילו על מנעלים

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:16 am
דורך קרעמער
מי יודע האט געשריבן:איך זוך א מקור אין חז"ל פאר די ווערטער:

דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב

אלע צייכענען צו אז דער מקור דערפון איז אין ברכות (ו' ע"ב) כל מי שיש בו יראת שמים דבריו נשמעין.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 11:27 am
דורך והוא פלאי
די ליבאוויטשער מציינים צייכענען אן דעם ספר הישר סי' י"ג הובא בשל"ה

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 2:31 pm
דורך והוא פלאי
שוועמל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:ירושלמי תענית (טז, א) שוטה אינו נפגע.

בבלי שבת י"ג ע"ב אין שוטה נפגע, עיי"ש ברש"י.


דוכט זיך אז ערגעץ אין א רש"י ווערט דערמאנט בהדיא 'שוטה אינו מרגיש'. איך דענק שוין נישט דעם ארט.

לפי זכרוני איז עס א רש"י (נידה ג.) לגבי הרגשה, ועי' תו' שם ע"ב, ויש עוד במס' זו אודות ענין זו, לשון רש"י אינה מבינה להרגיש.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 2:40 pm
דורך והוא פלאי
מיללער האט געשריבן:די פארגאנגענע וואך איז געווען עטליכע בריווען אין דער ב. וועגן די נושא, כולל דעם פסוק וואס הרב המ'פואר האט געברענגט.

למעשה, זענען פארהאן אסאך א.ג. פסוקים און מאמרי חז"ל וואס האבן נישט קיין האפט און זענען שגור בפי העולם, איך דערמאן זיך יעצט דעם פתגם "אין הקב"ה מונה את הדפים אלא השעות" וואס ווערט נאר דערמאנט אין ספרי מוסר און נישט אין חז"ל.

אפי' בספרי מוסר קשה למצוא המקור, ואדרבא במדרש יש מימרא אם הי' רגיל ללמוד דף אחד ילמוד שני דפים, אולם הגאון בעל ישראל ואורייתא ציין להקדמת התוספות שבת, עיי"ש בהקדמה ד"ה והנה

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 3:40 pm
דורך מי יודע
scy4851 האט געשריבן:- גם כל חלי וכל מכה אשר לא כתוב בספר התורה הזה זה מיתת צדיקים (כמעט אלע ספרי דרוש ברענגען דעם מאמר אבער עס שטייט נישט און ערגעטץ)
דער ערשטער מקור וואס מען ברענגט דערפאר איז אין יערות דבש, אויב איינער האט פון פריער זאל זיך ביטע אנרופן
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכו, בתוכם לא נאמר אלא בתוכו, בתוך כל אחד ואחד.
דער מאמר שטייט און של"ה הקדוש, עס איז נישט קיין מאמר חז"ל

עיין אלשיך פרשת תרומה

פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 20, 2009 4:13 pm
דורך אלף בית
scy4851 האט געשריבן: - מאן דיהיב חיי יהיב מזוני

כהאב געהערט אויף א טעיפ פון הרב ר' ישראל דוד שלעזינגער שליט"א, עפעס א גמרא אז אמאל איז געווען א הונגער און א מגיפה און מהאט נישט געוואוסט אויף וואס מתפלל צו זיין פריער האבן די חכמים געזאגט אז ענדערש זאל מען מתפלל זיין אויף חיי ומאן דיהיב חיי יהיב מזוני.
כ'געדענק נישט וועלכע גמרא דאס איז.