בלאט 5 פון 7

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 13, 2011 10:44 pm
דורך שוטה
איזעי האט געשריבן:
מבית עבדים האט געשריבן:ווייסט איינער דער מקור אז די נשמה איז א "חלק אלוק ממש". איך מיין צו פרעגן, פון וואו האט דאס הגרש"ז בעל התניא זצ"ל גענומען? דוכט זיך פון של"ה, אבער צו ווייסט עמיצער א מקור קדום אויף אזא הייקעלע יסוד?

דאס איז א זאך וואס מען דארף פון ערגעץ נעמען? דאס איז פון די יסודות הדת.

איך גיי נישט יעצט גיין זוכן קיין מקורות, אבער איך גלייב אז אין זוהר און אין אלע שפעטערע ספרים איז דאס דערמאנט.

(אויסער דעם, וואס מיינסטו מיט דעם "חלק אלוק ממש", איז דא א חילוק צווישן "חלק אלוק ממעל" אדער "חצובה מתחת כסא הכבוד" און "חלק אלוק ממש"?)


אין פ"ב פון ספר התניא ווי ער דערמאנט דאס צום ערשטן מאל ברענגט ער פון זוה"ק 'ויפח באפיו נשמת חיים ומאן דנפח מתוכי' נפח' עיי"ש בפנים.

און דער לשון 'חלק אלוה ממעל ממש' מיינט אז שרשו איז באלוקות ממש - פאר צימצום [כדאיתא בזוה"ק ומבואר בארוכה בספרי חב"ד].

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 14, 2011 1:00 pm
דורך פריילאך
אינעם היינטיגן גלגל שיקט ער ארום א קאפי פון א מאמר פון הרב אברהם מייזלעס, וואס איז געווען געדריקט אין קובץ גינת ורדים.

די עטעטשמענט הייסט: ביטוי השגור.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 14, 2011 1:01 pm
דורך מר. קליען
ביטע ארויפלייגן דא ישר כח

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 14, 2011 1:11 pm
דורך פריילאך
מר. קליען האט געשריבן:ביטע ארויפלייגן דא ישר כח


איך האב פראבירט, דאס קומט ארויף

די פייל איז צו גרויס, הגודל המירבי המורשה הוא 256 KiB

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 14, 2011 2:13 pm
דורך מר. קליען
ישר כח עניוועי

פארעפענטליכט: שבת אפריל 16, 2011 8:54 pm
דורך מבית עבדים
איזעי,
פון די יסודות הדת
אז יא אדער אז נישט?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 27, 2011 4:16 pm
דורך איזעי
מבית עבדים האט געשריבן:איזעי,
פון די יסודות הדת
אז יא אדער אז נישט?


נאך אזא הסבר פון "שוטה" (אז מען רעדט צו עס קומט פון פאר די צימצום צו נאך די צימצום), זאג איך שוין גארנישט.
איך האב געמיינט אז מען רעדט פון פשוט'ערע זאכן, וואס זענען געמאכט פאר אזעלכע פשוט'ע אידן ווי מיר.

מיין פשוט'ע קאפ ווייסט נאר אזויפיל, וואס איז פון די יסודי הדת, אז די נשמה פון א איד איז די העכסטע זאך וואס איז פארהאן אין די בריאה, עס איז פון א העכערע פלאץ ווי די גרעסטע מלאכים, און אזוי אויך ווייס איך אז יעדע זאך אויף דעם וועלט, איז א חלק פון אלקות, און ווערט כסדר באלעבט און עקזיסטירט מיטן כח פון אייבערשטן, אזוי ווי מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען, המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, און אין עלינו זאגט מען "אפס זולתו, ככתוב בתורתו וכו' ה' הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד".

טיפער'ס און העכער'ס פון דעם (איבער די עולמות און הדרגות און צמצומים) איז נישט געמאכט פאר מיר צו זאגן מיין מיינונג דערין, בפרט אז איך בין נישט דער גרויסער בקי בש"ס ופוסקים, און אודאי אז איך בין בכלל נישט באקאנט בחכמת האמת.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 27, 2011 8:59 pm
דורך מבית עבדים
דאס הייסט אז דיין נשמה איז פונקט אזא "חלק פון אלקות, און ווערט כסדר באלעבט און עקזיסטירט מיטן כח פון אייבערשטן, אזוי ווי מיר זאגן יעדן טאג ביים דאווענען, המחדש בטובו בכל יום תמיד מעשה בראשית, און אין עלינו זאגט מען "אפס זולתו, ככתוב בתורתו וכו' ה' הוא האלקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד" " ווי די גאנצע בריאה?

אזוי ווי אן עפל און א מאטארביציקל?

דאס איז פון דיינע יסודי הדת?

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 27, 2011 10:00 pm
דורך איזעי
אנטשולדיגט איך האב נישט געוואוסט מיט וועם איך האנדל.

דו ביזט אן אפיקורוס לכל הדעות, איך וועל דיר נישט ענפערן

אל תען כסיל כאולתו פן תשוה לו גם אתה,
ושאני אפיקורוס ישראל דפקר טפי.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 12:37 pm
דורך יגעתי ומצאתי
צרת רבים חצי נחמה. די לשון איז נישט קיין חז"ל, די חינוך מצוה של"א שרייבט כמאמר החכם צרת רבים נחמה.

די מקור איז מדרש רבה דברים פרק ב', צרה שהוא של יחיד צרה וכל צרה שאינה של יחיד אינה צרה.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 12:58 pm
דורך נחמן נתן
הרב זעלצער ז"ל אין זיין קונטרס איבער דעם נושא האשכול, איז מוסיף נאך א מראה מקום צו צרת רבים חצי נחמה: מלאכת מחשבת פר' תבא, "כאשר יאמר משל הקדמוני צרות רבים חצי נחמה, עוד שם טובת רבים חצי יגון".

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 1:23 pm
דורך קעיזנאוו רד.
גלגל האט די וואך ארום געשיקט א מאמר פון ר' אברהם מייזעלס איבער די נושא

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 1:31 pm
דורך מר. קליען
וואו איז די ערשטע מקור אויף "ישועת ה' כהרף עין"

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 1:57 pm
דורך יגעתי ומצאתי

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 2:02 pm
דורך מר. קליען
יגעתי דו ביסט גווווווווט! ישר כח

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 2:05 pm
דורך יגעתי ומצאתי
דו ווייסט נישט פון היברו בוקס?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 2:07 pm
דורך מר. קליען
איך זאג דאס פאר אלע דיינע תגובות וואס איך האב הנאה, און איך זעה אז אויב יגעתי איז מצאתי

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 2:09 pm
דורך יגעתי ומצאתי
קעיזנאוו רד. האט געשריבן:גלגל האט די וואך ארום געשיקט א מאמר פון ר' אברהם מייזעלס איבער די נושא

מר. קליען האט געשריבן:ביטע ארויפלייגן דא ישר כח

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 2:14 pm
דורך למעלה משבעים
אינטרעסאנט אז ער ברענגט נישט פון ראשונים ווי, דרשות ר"י אבן שועיב (ליום אחרון של פסח והוא מדרש שיר השירים), סדר היום (סדר ההגדה וכוונתה), ווי אויך שטייט עס שוין אין רמ"ע מפאנו (עשרה מאמרות - מאמר העיתים - סימן ו), של"ה (פרשת וישב מקץ ויגש דרך חיים תוכחת מוסר), אין מדרש שמואל (על אבות - פרק חמישי משנה ד).

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 13, 2011 2:49 pm
דורך קעיזנאוו רד.
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
קעיזנאוו רד. האט געשריבן:גלגל האט די וואך ארום געשיקט א מאמר פון ר' אברהם מייזעלס איבער די נושא

מר. קליען האט געשריבן:ביטע ארויפלייגן דא ישר כח

די פייל איז צו גרויס

פארעפענטליכט: שבת מאי 14, 2011 11:38 pm
דורך קרעמער
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:צרת רבים חצי נחמה. די לשון איז נישט קיין חז"ל, די חינוך מצוה של"א שרייבט כמאמר החכם צרת רבים נחמה.

די מקור איז מדרש רבה דברים פרק ב', צרה שהוא של יחיד צרה וכל צרה שאינה של יחיד אינה צרה.

דער פלא יועץ דרוקט זיך גראדע אויס אויף א פלאץ "צרת רבים נחמת שוטים"

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 15, 2011 12:53 am
דורך באמבאסטיש
קעיזנאוו רד. האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
קעיזנאוו רד. האט געשריבן:גלגל האט די וואך ארום געשיקט א מאמר פון ר' אברהם מייזעלס איבער די נושא

מר. קליען האט געשריבן:ביטע ארויפלייגן דא ישר כח

די פייל איז צו גרויס

איך האב די גאנצע מעשה ביי מיר אין כלי (אין א ווארד פייל), איך ווייס אבער נישט אויב איך האב רשות עס ארויפצולייגן דא.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 17, 2011 12:14 pm
דורך יגעתי ומצאתי
קרעמער האט געשריבן:
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:צרת רבים חצי נחמה. די לשון איז נישט קיין חז"ל, די חינוך מצוה של"א שרייבט כמאמר החכם צרת רבים נחמה.

די מקור איז מדרש רבה דברים פרק ב', צרה שהוא של יחיד צרה וכל צרה שאינה של יחיד אינה צרה.

דער פלא יועץ דרוקט זיך גראדע אויס אויף א פלאץ "צרת רבים נחמת שוטים"

א חידוש, ווייל די פלא יועץ אליין אין ערך נחמה ברענגט די מאמר צרת רבים חצי נחמה בשם רבותינו ז"ל.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 9:17 am
דורך פריילאך
מקור:ספר החינוך
"צרת רבים נחמת טיפשים."

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 18, 2011 11:17 am
דורך יגעתי ומצאתי
דאס איז דאך די מימרא וואס קרעמער האט געברענגט בשם פלא יועץ צרת רבים נחמת שוטים.
מיר האבן שוין געשריבן אז דאס איז א פלא ווייל די פלא יועץ אליין ברענגט אז דאס איז חצי נחמה (די צוויי מאמרים זענען זיך מחולק כמובן).
אין די זעלבע איז מיט דאס וואס איר ברענגט פון חינוך, די חינוך ברענגט אויך די מימרא צרת רבים נחמה ווי אויבנדערמאנט.
אפשר קענט איר צוצייכענען וואו די חינוך ברענגט נחמת טיפשים?