פסוקים ומאמרי חז"ל שגורים מחוסרי מקור

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 06, 2007 2:40 pm

תגובהדורך נאטרוליסט » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 11:47 am

איך האב לאנג געזוכט דעם מקור אז יעדער תנא האט געקענט מחיה מתים זיין.

ב"ה אז איך האב עס די וואך געפינען, אז ס'איז די גמרא אין ע"ז דף י', ווי אנטונינוס זאגט פאר רבי, אז דער קלענסטער פון אייך קען מחיה מתים זיין.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג נובעמבער 24, 2009 2:41 pm

און וואס טוט זיך מיט יעדע אמורא?

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג דעצמבער 20, 2009 9:37 am

נאטרוליסט האט געשריבן:איך האב לאנג געזוכט דעם מקור אז יעדער תנא האט געקענט מחיה מתים זיין.

ב"ה אז איך האב עס די וואך געפינען, אז ס'איז די גמרא אין ע"ז דף י', ווי אנטונינוס זאגט פאר רבי, אז דער קלענסטער פון אייך קען מחיה מתים זיין.


איידער איך בין מגיב וויל איך וויסן א מקור
ווי שטייט אז ווען איינער באגעגנט זיך למשל אין די גמרא א פסוק פון יענע וואכעדיגע סדרה איז עס תורה לשמה?

למשל איך האב היינט צופרי געלערנט א שטיקל קדושת לוי, און יעצט עפן איך דעם אשכול באגעגן איך דעם אויבנדערמאנטן שאלה

איז יעצט לאמיר מעתיק זיין דעם קדושת לוי

ויגש אליו יהודה ויאמר בי אדוני ידבר נא עבדך דבר באזני אדוני ואל יחר אפך בעבדך כי כמוך כפרעה. והנראה, דהנה אמרו חכמינו ז"ל (מועד קטן טז ע"ב) צדיק מושל ביראת אלהים (שמואל ב' כג, ג), מי מושל בי צדיק, כשהקדוש ברוך הוא גוזר גזירה צדיקים מבטלים ונתן השם יתברך כח וגבורה לצדיקים שיוכלו לבטל בתפילתם כל גזירות רעות ונקראים כביכול מושל בי צדיק. וזה נראה פירוש הפסוק דאיתא בזוהר הקדוש, כי הנה המלכים נועדו עברו יחדיו (תהלים מח, ה) זה יהודה ויוסף יוסף נקרא הקדוש ברוך הוא ויהודה נקרא כנסת ישראל. וזה פירוש הפסוק ויגש אליו יהודה, שהכנסת ישראל נגשים להקדוש ברוך הוא. ויאמר בי אדוני, כביכול בי האדנות והממשלה דמי מושל בי צדיקים בתפילתם מבטלים כל גזירות קשות וממשיכים לישראל שפע טוב וברכות. וזהו ידבר נא עבדך דבר באזני אדוני ואל יחר אפך בעבדך, שהצדיקים בתפילתם להבורא ברוך הוא מהפכים ממדת הדין למדת הרחמים ושלא יהא חס ושלום שום חרון אף, אפס מי הם הצדיקים שתפילתם עושה פרי אותם הדבקים תמיד בשמו הגדול והם בבחינת אין ויראים ומזדעזעים תמיד מפחד השם ומהדר גאונו ויש להם כח לפעול בתפילתם ויראתם מושל בי צדיק ואיתא בגמרא כי בכל חכמי הגוים ובכל מלכותם מאין כמוך. אבל בישראל יש כמוך מה הקדוש ברוך הוא מחיה מתים גם צדיקים מחיים מתים מה הקדוש ברוך הוא מוריד גשמים גם צדיקים מורידים גשמים. ואיתא בכתבי האר"י ז"ל שבחינת אין נקרא כ' ובחינת יראה נקרא יו"ד. וזהו כ"י הצדיקים הם בבחינת כ"י, היינו בבחינת אי"ן ובחינת יראה הם כביכול כמוך מה הקדוש ברוך הוא מחיה מתים גם צדיקים מחיים מתים מה הקדוש ברוך הוא מוריד גשמים גם צדיקים מורידים גשמים וזהו כפרעה, דפרעה הוא לשון התגלות והכ"ף הוא בחינת אין והצדיקים ממשיכים מבחינת אין להתגלות וזהו כפרעה, שמהכ"ף שהוא בחינת אין ממשיכים לפרעה להתגלות והיכולת ביד הצדיקים להמשיך מבחינת אין לידי התגלות כל הטובות וכל הברכות וישועות ונחמות:
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 21, 2009 4:34 pm

מי יודע,
אינעם אשכול איבער לימוד התורה - תורה לשמה רעדט מען פון דיין ערשטע שאלה "ווי שטייט אז ווען איינער באגעגנט זיך למשל אין די גמרא א פסוק פון יענע וואכעדיגע סדרה איז עס תורה לשמה?"

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » דאנארשטאג ינואר 14, 2010 9:26 pm

אין אדם מוריש שקר לבניו
ווייסט איינער ווי די מקור אויב עס איז בכלל דא, אויף די מאמר...
יא! די רמב"ן אין פרשת ואתחנן, ביי די פסוק פון השמר לך ושמר נפשך מאד... איז מאריך אין דעם יסוד אמונתינו, שלא נעיד שקר לבנינו הייסט עס אז ער וועט נישט מעיד זיין א ליגענט, אבער פארירשענען א ליגענט אויך נישט ??
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 15, 2010 8:33 am

פרייליכערהייט האט געשריבן:אין אדם מוריש שקר לבניו
ווייסט איינער ווי די מקור אויב עס איז בכלל דא, אויף די מאמר...
יא! די רמב"ן אין פרשת ואתחנן, ביי די פסוק פון השמר לך ושמר נפשך מאד... איז מאריך אין דעם יסוד אמונתינו, שלא נעיד שקר לבנינו הייסט עס אז ער וועט נישט מעיד זיין א ליגענט, אבער פארירשענען א ליגענט אויך נישט ??


א זוכעניש אויף היברו בוקס האט מיר אויסגעשפיגען 46 ספרים ווי עס ווערט דערמאנט דער מאמר הנפוץ, דער פריעסטער מקור איז אין א ספר 'נהר פישון' געדרוקט בשנת ש"ה, אבער דערווייל זעה איך נאר יעדער שרייבט בערך 'כי ידוע שאין אדם וכו' בפשטות ווי עס קוקט אויס איז א אנגענומענע סברא און נישט קיין קבלה, ווייל א טאטע וויל נישט איבערגעבן קיין 'שקר' פאר זיינע קינדער אויס מורא אז מ'וועט אמאל קומען אויף די שפירען דערפון און ער וועט אריינגיין אין זיינע קינדערס ביכער אלס שקרן.

עס איז אבער דאך אינטערעסאנט צו הערן ווער איז דער ערשטער וואס שרייבט דעם מאמר.

אוועטאר
פרייליכערהייט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2009 12:33 am

תגובהדורך פרייליכערהייט » פרייטאג ינואר 15, 2010 11:54 am

דאנקע שיין סקרענטאנער רב פאר דיין חיפוש, און געפינסן..

דאס ווייס איך אז עס איז א גוט פארשפרייטע מאמר.. און מען נוצט עס אפילו אפט, און אויף וואס מען וויל צומאל, אבער דער חילוק איז זייער פשוט, ווייל די קריסטן דערציילן און זענען מוריש שקר לבניהם ולבני בניהם שוין צוויי טויזענט און צען יאר, וד"ל, משאכ מיט מעיד זיין, מעמד הר סיני וואס מיט דעם זענען מיר אנדערש...
כאשר דלת אחת של אושר נסגרת - אחרת נפתחת.אבל לרוב אנו מסתכלים על הדלת הסגורה, ולא רואים את זו שנפתחת עבורנו.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מוצ"ש ינואר 16, 2010 5:27 pm

דער כלל איז אין "אדם" מוריש שקר לבניו, ואין אומות העולם קרויין "אדם".

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מוצ"ש ינואר 16, 2010 9:47 pm

פרייליכערהייט האט געשריבן:דאנקע שיין סקרענטאנער רב פאר דיין חיפוש, און געפינסן..

דאס ווייס איך אז עס איז א גוט פארשפרייטע מאמר.. און מען נוצט עס אפילו אפט, און אויף וואס מען וויל צומאל, אבער דער חילוק איז זייער פשוט, ווייל די קריסטן דערציילן און זענען מוריש שקר לבניהם ולבני בניהם שוין צוויי טויזענט און צען יאר, וד"ל, משאכ מיט מעיד זיין, מעמד הר סיני וואס מיט דעם זענען מיר אנדערש...


קודם, די ערשטע מקורות אין אין ספרי הראשונים; הקדמה לספר החינוך לר' אהרן הלוי. אין אויך אין ספר העקרים מאמר ראשון, לר' יצחק אלבו. ווי אויך אין רמב"ן ווי פריער דערמאנט.

די ווערטער אין אדם מורש שקר וכו', איז טייטש אין אנדערע ווערטער: מ'קען נישט לייקענען קיין היסטארי וואס אסאך מענשטען ווייסען.

בנוגע די 2טע שאלה (איך וויל נישט אריינגיין אין פאלאזפיע בעניני אמונה, אבער איך וועל עס מסביר זיין בקיצור)

אין אדם מוריש שקר לבניו מיינט, אז א בדרך כלל, וועט א טאטע וועט נישט זאגען א שקר פאר זיין קינד (בפרט אזא יסודות'דיגע זאך ווי אמונה וואס נעמט ארום די גאנצע לעבן).

וועגען דעם איז א ראיה אז אלעס וואס אינזערע אבוה"ק זאגען וואס זיי האבען געזען ביים מעמד הר סיני וכו' וכו' איז אמת.

אין אה"נ אויך די קריסטען אין מוסלמענער (אין קיין איין מענטש) וועט נישט זאגען קיין ליגענט פאר זיינע קינדער, אין עס איז אמת וואס די קריסטען אדער מוסלמענער זאגען: אז עס איז געווען א מענטש וואס האט געהייסען יוזל אדער מוהמאמד וואס זיי האבען געזאגט אז זיי זענען א נביא וכו' (עפ"ל) אבער ווער זאגט אז יוזל אין מאהאמעד האבען געזאגט אמת, זיי האבען געזאגט שקר.

(אזוי ווי, למשל איך זאג אז איך בין געווען אויף די לבנה, די גלייבסט מיר אין פארציילסט עס פאר דיינע קינדער ווייל די האלסט ס'איז אמת).

אינזערע אמונה האבען 600000 מענשטען (אחוץ פרויען אין קינדער) געזען, משא"כ דארט האט נאר 2-3 מענשטען געזאגט אז זיי האבען געזען מאהאמעד אדער יוזל איז א נביא (עפ"ל). ודבר זה ידוע לכל העמים, וגם הם מודים לזה.

די גרעסטע ראיה אז אין אדם מוריש שקר לבניו איז, אז זיי האבען טאקע נישט געקענט ברענגען מער ווי 2-3 עדים. אז מ'קען ווען לייקענען היסטארי, וואלטען זיי שוין געהאט גאר גיטע שקרים וכו'.
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום זונטאג ינואר 17, 2010 8:31 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

תגובהדורך קארל » מוצ"ש ינואר 16, 2010 10:11 pm

קרעמער האט געשריבן:דער כלל איז אין "אדם" מוריש שקר לבניו, ואין אומות העולם קרויין "אדם".

איך וויל נישט אריינגיין אין פילאזאפיע, אבער כבוד הרב קרעמער'ס באהויפטונג איז מופרך מעיקרא. דער כלל "אין אדם מוריש שקר לבניו" איז פון די אבני היסוד פון דער אידישער אמונה, און דאס פארענטפערט די פראגע וואס א מענטש קען זיך פרעגן: "ווער זאגט אז די אמונה וואס מיין טאטע האט מיר מחנך געווען איז ריכטיג." אין אנדערע ווערטער, דער מענטש איז זיך מסתפק אין אידישקייט לרגע כמימרא, און אויף דעם ענטפערט מען דעם דאזיגן כלל.
יעצט דער כלל קען נישט ווערן באגלייט מיט באדינגונגען וועלכע שטאמען פון רעליגיעזער דאגמע, וויבאלד דאס איז דאך דאס אויף וואס ער איז זיך מסתפק. כדי אים צוריקצוברענגען צו דער אמונה מוזן מיר זיך באנוצן מיט אן אוניווערסאלן כלל וואס אפילו א מענטש וועלכער פאר'ספק'ט זיך א מינוט זאל עס קענען אננעמען. ודי בזה לחכימא.

אגב, אז מען רעדט שוין פון דעם איז ווייטאגליך צו באמערקן אז היינטיגע טעג איז דער דאזיגער כלל - ווייזט אויס - דורך דעם פראצעדור פון "השתנות הטבעים". איך האב לעצטנס שוין עטליכע מאל געהערט פון מענטשן וועלכע געהערן צו די הויפן פון געוויסע אדמו"רים ווי זיי האבן זיך אויסגעדרוקט, "איך האלט נישט אז ער איז אפילו נאנט צו א צדיק - ער איז א גוטער מנהיג און מען דארף אים האבן, אבער מיינע קינדער בין איך מחנך אז ער איז אן אמת'ער קדוש."

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » זונטאג ינואר 17, 2010 8:55 am

קארל, איך האלט מיט אייך בנוגע די ערשטע נקודה אז אין אדם מוריש וכו' איז כלל ביי יעדען נישט נאר ביי אידען.

בנוגע דיין צווייטע נקודה, מיין מיינוג איז אז רוב מענשטען וועלען נישט זאגען אויף איינעם קדוש קדוש אויב ער האלט פארקערט. א מיעוט מענטשען אפשר יא, יעדע כלל האט א חוץ.

רוב מענשטען (וואס האלטען נישט זייערע רבי פאר א קדוש) וועלען זאגען פאר זייערע קינדער: מ'דארף האבען א מנהיג, דאס איז די בעסטע וואס איז דא; אין מ'וועט פאקעסען אויף די מעלות פין זייערע רבי אין מנהיג.

נאך א נקודה, לדעתי וועט א קינד דערקענען אויב דער טאטע מיינט עס אמת'דיג. אין וויבאלד די קינד וועט דערקענען, ממילא קימט צוריק די כלל פין אין אדם מוריש שקר לבניו, פשוט ווייל עס האלט זיך נישט ביי די קינד, ער וועט דאס דערקענען.

ווי פריער דערמאנט, אין אדם מוריש שקר איז טייטש היסטארי קען מען נישט לייקענען. אדער ווייל די טאטע וועט דאס נישט טיען, אדער די קינד וועט שפירען אז וואס די טאטע זאגט האלט נישט די טאטע דערביי.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

שיגרא דלישנא

תגובהדורך באמבאסטיש » דינסטאג מארטש 08, 2011 2:03 pm

עס איז דא כמה וכמה מאמרים ופתגמים וואס זענען מורגלים בפי כל, אבער עס שטייט נישט אין ערגעץ.
און עס איז דא וואס שטייט יא, אבער איז נישט א פסוק/גמרא/מדרש, נאר ווערט געברענגט אין אנדערע ספרים.

לאמיר גיין פתיחה:

גם אני בחלומי = איז בלויז א שיגרא דלישנא. אין פסוק שטייט (בראשית מ' ט"ז) 'אף אני בחלומי'.

אין הקב"ה מונה את הדפים אלא את השעות = איז נישט קיין גמ'/מדרש/מאמר חז"ל. עס ווערט געברענגט אין פלא יועץ אות ל', ד"ה ואפילו חכם.

כל הרודף אחר הכבוד הכבוד בורח ממנו = איז נישט קיין גמ'/מדרש/מאמר חז"ל. מען געפינט אבער אסאך ענליכע לשונות בדברי חז"ל.

אין מלך בלא עם = איז נישט קיין גמ'/מדרש/מאמר חז"ל. עס ווערט געברענגט מיט דעם לשון אין רבינו בחיי (בראשית ל"ח, ל'), אזוי אויך בספרו כד הקמח לר"ה. די מקור דערפון איז אבער יא א מאמר חז"ל אין פרקי דרבי אליעזר פרק ג' וז"ל: 'אם אין צבא למלך ואם אין מחנה למלך על מה הוא מולך, אם אין עם לקלס למלך אי זה הוא כבודו של מלך'.


זייט ממשיך...

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 08, 2011 3:05 pm

עס איז דא א גאנץ קונטרס אויף דעם פון הרה"ח ר' ירחמיאל זעלצער ז"ל, מען האט שוין ערגעץ ארומגערעדט דערוועגן כמדומה

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג מארטש 08, 2011 3:12 pm

ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג מארטש 08, 2011 3:13 pm

צוזאמגעשטעלט

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דינסטאג מארטש 08, 2011 4:29 pm

המאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעולם הבא - האט נישט קיין מקור, דער פני יושע אין מס' בב"מ דף נ"ט ברענגט די מימרא אלס א פשטות, אבער ר' יוסף שאול נאטענזאהן ז"ל שרייבט און דברי שאול יו"ד סי' שמ"ו אז עס האט נישט קיין מקור.
לעצט פאראכטן דורך יגעתי ומצאתי אום מאנטאג מארטש 14, 2011 7:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג מארטש 08, 2011 5:42 pm

גערעכט עס שטייט נישט ארויס מפורש אזוי, אבער א משמעות איז יא דא, אין מסכת גיטין (נז:) ביי די צדקניות וואס האבן געפרעגט אויב זיי טאנצן אריין אין ים אויב זיי גייען האבן א חלק אין עוה"ב, איז א ראיה פון דא אז סתם אזוי א מאבד עצמו לדעת האט נישט קיין חלק לעוה"ב.
קרעדיט: ערוך השלחן (סי' שמ"ה ס"א).

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » זונטאג מארטש 13, 2011 11:59 pm

ייש"כ הרב למעלה משבעים, דאס איז לכאורה גאר א שטארקע מקור.
למעשה זעהט מען אבער אז אלע גדולי ישראל האבן זיך געפלאגט צו טרעפן א מקור דערצו, אזוי ווייט אז דער חת"ס שרייבט אין א תשובה אז ס'איז בכלל נישט אמת און די זעלבע שרייבט אויך דער בן איש חי (מ"מ געדענק איך נישט אויפן פלאץ).

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג מארטש 14, 2011 12:06 am

פויער האט געשריבן:ווי אויך די מימרא כאשר זמם ולא כאשר עשה איז נישט דא אין גאנץ ש"ס

עס שטייט הרגו אין נהרגין לא הרגו נהרגין

די לשון הגמרא אנהייב מכות כאשר זמם לעשות וליכא.
אין רמב"ם הל' עדות פ"ב איז די לשון כאשר זמם לעשות לאחיו ועדיין לא עשה.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג מארטש 14, 2011 10:34 am

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:המאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעולם הבא - האט נישט קיין מקור, דער פני יושע אין מס' בב"מ דף נ"ט ברענגט די מימרא אלס א פשטות, אבער ר' יוסף שאול נאטענזאהן ז"ל שרייבט און דברי יוסף יו"ד סי' שמ"ו אז עס האט נישט קיין מקור.

דער יד המלך אין הל' אבל ברענגט בזה"ל: הנה רבים אומרים ורגיל בפי כל שהמאבד עצמו לדעת אין לו חלק לעוה"ב, ולא נמצא דבר זה בגמ' בבלי וירושלמי, וחפשתי במדרש רבה ותנחומא וזוה"ק ולא מצאתי דבר מזה. און ער וואונדערט זיך אויפן מהרי"ט וואס ברענגט יא צו דעם מאמר "איפה ראה המהרי"ט דבר זה"? ברענגט דארט דער יד המלך דערצו א שטיקל רמז פון די גמ', אבער א מקור ממש האט ער נישט געטראפן.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג מארטש 14, 2011 11:11 am

שוב מצאתי בלחם שמים פונעם יעב"ץ, סנהדרין פ"י, ברענגט ער דעם מאמר בשם תוספתא דמסכת שמחות [לפנינו ליתא].

דער שבט מוסר פ"כ ברענגט אויך דעם מאמר.

און אזוי אויך בספרו מדרש תלפיות, ובספרו מדרש אליהו.

עס זענען דא וואס ברענגן א שטיקל מקור דערצו פון יוסיפון פ"ז עיי"ש.

ווידער איז דא אנדערע וואס ברענגען בשם ספר מאור האפלה לאחד מחכמי התימנים במאה הראשונה לאלף השישי (דער ספר איז דא אין אוצר החכמה, און אויך איו היברו בוקס http://hebrewbooks.org/41706 ), ברענגט ער דארט אין פרשת נח, ואך את דמכם לנפשותיכם זה ההורג את עצמו שאין לו חלק לעוה"ב.

אנדערע ברענגן די מקור פונעם רמב"ם אין הל' רוצח וואס זאגט אז ההורג א"ע איז בכלל שפיכות דמים, און אין הל' תשובה רעכענט ער אויס ווער עס איז אויף שפ"ד צווישן די וואס אין להם חלק לעוה"ב.

אין האלף לך שלמה לר"ש קלוגער (סי' שכ"א) ברענגט ער אויך עטליכע רמזים פון חז"ל.

אויך אין אבות על בנים לר' שאול בראך מקאשוי, פ"ו אות ד', ברענגט ער א רמז דערצו פון חז"ל.

אין אוצר י"ד חיים (אות ר"נ) ברענגט ער א תנא דבי אליהו פרק ו', כל הקץ בחיים טובים אין לו חלק לעוה"ב. זאגט ער ואפשר הכוונה בזה על המאבד עצמו לדעת.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג מארטש 14, 2011 1:34 pm

ייש"כ באמבאסטיש פאר די הערליכע ליקוט.
דעם חת"ס און בא"ח וואס איך האב געשריבן האט איר נישט געטראפן? כ'ווייס זיכער ס'איז דא, כ'קען זיך נישט דערמאנען ווי.

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מאנטאג מארטש 14, 2011 1:36 pm

לכשאפנה וועל איך אפירזוכן אי"ה

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג מארטש 14, 2011 1:50 pm

דער ח"ס (אדער אין תורת משה) על התורה דערמאנט אנהייב ויצא אדער סוף תולדות דערמאנט מאבד עצמו לדעת, אין א תורה וועגען מחלת און בשמת
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » מאנטאג מארטש 14, 2011 1:54 pm

עי' כאן בסוף העמוד ובעמוד הבא, מה שמציין למה שכתב במקום אחר
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=43
למה זה תשאל לשמי...


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גאפל און 8 געסט