פסוקים ומאמרי חז"ל שגורים מחוסרי מקור

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 6:49 pm

דו מיינסט אוודאי די גמרא אין תענית דף ח ע"ב
בימי רבי שמואל בר נחמני הוה כפנא ומותנא אמרי היכי נעביד ניבעי רחמי אתרתי לא אפשר אלא ליבעי רחמי אמותנא וכפנא ניסבול אמר להו רבי שמואל בר נחמני ניבעי רחמי אכפנא דכי יהיב רחמנא שובעא לחיי הוא דיהיב דכתיב פותח את ידך ומשביע לכל חי רצון
אין די גמרא איז אבער משמע אז אויב איז דא פרנסה איז דא לעבן אויך, ווייל טויטע דארפן נישט קיין פרנסה
דער פתגם העולם גייט אבער, מאן דיהיב חיי יהיב מזוני, דאס מיינט דער זעלבער באשעפער וואס געט לעבן געט פרנסה אויך, א פארקערטער ענין אביסל ווי די גמרא.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 9:18 pm

מי יודע האט געשריבן:אט א מדרש, וואס איך דערמאן מיך האב געזען א שטיק צייט צוריק

מה יפו פעמיך בנעלים, אמר רבי??? עתיד הקב"ה ליתן שכר אפילו על מנעלים


ווערט געברענגט אין ספה"ק אוהב ישראל אין די ליקוטים, עי"ש ותמצא נחת.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דינסטאג אוקטובער 20, 2009 9:21 pm

ווייסט איינער דער מקור פונעם באוואוסטן - שגור בפי העולם'דיגן - מדרש: "פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם"?
(אין שהש"ר איז דא בדומה לזה, אבער נישט די לשון כפתחו של אולם).

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6093
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 12:30 am

והוא פלאי האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:
קרעמער האט געשריבן:ירושלמי תענית (טז, א) שוטה אינו נפגע.

בבלי שבת י"ג ע"ב אין שוטה נפגע, עיי"ש ברש"י.


דוכט זיך אז ערגעץ אין א רש"י ווערט דערמאנט בהדיא 'שוטה אינו מרגיש'. איך דענק שוין נישט דעם ארט.

לפי זכרוני איז עס א רש"י (נידה ג.) לגבי הרגשה, ועי' תו' שם ע"ב, ויש עוד במס' זו אודות ענין זו, לשון רש"י אינה מבינה להרגיש.

מבאדארף געווען נאכקוקן די גמ' אין אנהייב החובל מס' ב"ק, דף פז. ערגעץ, וואו די גמ' זאגט בערך די ווערטער, 'שוטה אין לו בושת'.
...............................
אין ספר מצווה ועושה פון הרב שמואל דוד פריעדמאן שיח' האט ער א מדור 'היינו דאמרי אינשי' וואו ער פרובט צו טרעפן מקורות די פארשידענע מימרות וואס זייער מקור איז פארהוילן.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 12:02 pm

א טענצל! האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:אט א מדרש, וואס איך דערמאן מיך האב געזען א שטיק צייט צוריק

מה יפו פעמיך בנעלים, אמר רבי??? עתיד הקב"ה ליתן שכר אפילו על מנעלים


ווערט געברענגט אין ספה"ק אוהב ישראל אין די ליקוטים, עי"ש ותמצא נחת.


יישר כח

דו מיינסט אוודאי "ילקוט אוהב ישראל", איך האב געטראפן דארט ביי ערך מצוה

ס'איז אבער אביסל א אנדערע נוסח

אויף דערווייל איז דאס אויך גוט

יישר כח
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 2:12 pm

א טענצל! האט געשריבן:ווייסט איינער דער מקור פונעם באוואוסטן - שגור בפי העולם'דיגן - מדרש: "פתחו לי פתח כחודו של מחט ואני אפתח לכם פתח כפתחו של אולם"?
(אין שהש"ר איז דא בדומה לזה, אבער נישט די לשון כפתחו של אולם).


די לשון ווערט געברענגט אין אסאך פריערדיגע ספרים

ס'קען זיין אז ס' איז א פארמישונג פון 2 מאמרי חז"ל
קול דודי דופק על ידי משה בשעה שאמר (שמות י"א) ויאמר משה כה אמר ה' כחצות הלילה אני יוצא בתוך מצרים פתחי לי רבי יסא אמר אמר הקב"ה לישראל בני פתחו לי פתח אחד של תשובה כחודה של מחט ואני פותח לכם פתחים שיהיו עגלות וקרניות נכנסות בו (שיר השירים רבה ה ב)
אמר ר' יוחנן לבן של ראשונים כפתחו של אולם ושל אחרונים כפתחו של היכל ואנו כמלא נקב מחט סידקית ראשונים (תלמוד בבלי עירובין נ"ג א)

די איינציגע בערך'דיגע מקור וואס כ'האב געפינען איז אין זוהר פרשת אמור
"פתחי לי פתחא כחדודא דמחטא ואנא אפתח לך תרעין עילאין"
די טירן פונעם היכל (פתחו של אולם) ווערן אויך אנגערופן שערים העליונים ווי דער לשון אין מגלה עמוקות פרשת אחרי מות: "כ״ד רננות אמר שלמה (במלכים א ח) שרצה להעמיד דלתות ההיכל עד שזכר (חהלים כד) שאו שערים ראשיכם שהם ראשים העליונים" אדער ווי דער לשון אינעם פירוש המילות פונעם אדמו"ר האמצעי: "ובזה יובן מ"ש בזוה"ק ע"פ נודע בשערים בעלה באינון תרעין כו' כ"ח לפום מה דמשער בלבי' כו' דאית תרעין עילאין שהן נש"ב וע"ז נאמר שאו שערים ראשיכם כו' שהן בבחינת ההעלם דבינה בפתחי שערי היכל פנימה"
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

www.Karveinu.com

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » מיטוואך אוקטובער 21, 2009 2:38 pm

כמה וכמה מחברי ספרים צייכענען צו אין זייערע הקדמות, בשם הרוקח, אז דער מחבר זאל כולל זיין זיין נאמען, מיט זיין טאטן'ס נאמען, אינעם נאמען פונעם ספר. אני הגבר האב אפיר געזוכט דער מקור צו דעם אין רוקח, און כ'האב בלויז געטראפן אז ער זאגט מ'זאל כולל זיין דעם אייגענעם נאמען, און רעדט נישט קיין איין ווארט וועגן כולל זיין אויך דעם טאטן'ס נאמען. ווייסט איינער פון ווי ס'שטאמט דער מקור?
לחיים ולברכה!

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 8:38 am

שלום וברכה...!
הג"ר אלי' כ"ץ שליט"א בראשו ספרו שו"ת ראש אליהו, האט ער אינעם ערשטן חלק א מדור וואס הייסט "עטרת מרדכי" בענין מחדש זיין, הדפסת ספרים וכל המסתעף לזה, מיט גוטע מקורות, און ביי דערמאנען דעם טאטן'ס נאמען שרייבט ער "כמו שמובא בהקדמת הספרים"...

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 8:55 am

אט האב איך געפונען גאר א אינטערעסאנט ספר וואס איך גלייב אז די באזוכערס אין די אשכול וועלן שטארק הנאה האבן דערפון:
http://www.hebrewbooks.org/33532
היכל לדברי חז"ל
מחבר בלוך, משה חיים אפרים בן אברהם אבא
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

www.Karveinu.com

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:22 am

מי יודע האט געשריבן:איך זוך א מקור אין חז"ל פאר די ווערטער:
דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב


אין ספר שירת ישראל פון ר' משה בן יעקב אבן עזרא (אנפאנג תקופת הראשונים) דף קנ"ו
http://www.hebrewbooks.org/35192 שרייבט ער:
וכבר נאמר: ״דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב....
אין דער מגיה שרייבט צו: מגאני אלאדב כרך א/ סימן ל"ג (בשנויים). שם מובא פתגם זה בשם עאמר בן עבד אלקים.
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

www.Karveinu.com

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 9:46 am

scy4851 האט געשריבן:- גם כל חלי וכל מכה אשר לא כתוב בספר התורה הזה זה מיתת צדיקים (כמעט אלע ספרי דרוש ברענגען דעם מאמר אבער עס שטייט נישט און ערגעטץ)


אויף די וועב-צעטל http://www.givatzeev.net/SHRH/Ari/ten%20martyers.doc
ברענגט דער מלקט א מדרש (אוצר המדרשים (אייזנשטיין) עמוד תלט ד"ה כשברא הקב"ה את) וואס רעדט פון די עשרה הרוגי מלכות אין שרייבט בתוך הדברים
אר"י והרי מכמה שהיו לפני וממה שיהיו אחרי לא נקנסה בעולם מיתה זו, יצתה בת קול ואמרה לא קרית גם כל חלי וכל מכה אשר לא כתוב וגו' (דברים כ"ח ס"א)

אין ספר אבל משה http://hebrewbooks.org/24396 ברענגט ער זייער א שיינער געדאנק:
הנה הא דמיתת צדיקים נקרא מכה אשר לא כתובה, האריך בזה
יע״ד, [הן אמת כי רבים שואלי׳ אי׳ מקומו של מדרש הזה״ וכבר
חיפשו בכל חדרי רבותינו ולא מצאו עד שחכ״א אמר שאין במציאות
שיהא מאמר זה נכתב בשום מקום מפאת כי הוא מכה אשר לא כתוב׳׳ה
בספ״ר ואם הי׳ נכתב בשום מקום שוב תהי׳ מכה כתובה בספר׳ והוא
ע״ד צחות׳ אבל בעיקר הדבר] אפש״ל עפימ״ש בס׳ מעשה רוקח במשנה
משנכנס אב ממעט׳ בשמחה׳ ולכאורה למה מקדימי׳ פרענותא דיה לצרה
בשעתא׳ אלא דאנו רואי׳ שכתובי׳ בתורה מיתת האבות אברהם יצחק
ויעקב, ומיתת יוסף ומשה, ולא כתב בשום א׳ מהם באיזה חודש ויום
מתו רק באהרן הכהן דכתיב (מסעי) בחדש החמישי בא׳ לחודש׳ וטעמא
בעי, אבל הוא להורות שבחודש זה עתיד ליחרב הבהמ״ק ושקולה מיתת
צדיקים כשריפת בית אלקיכו, ע״כ מתחילי׳ להתאבל מיד בהכנסת החדש,
וליכא מידי דלא רמיזי׳ באורייתא, עכ״ד! עכ״פ במיתית הצדיקים שהן
אבות העולם לא כתיב בהן היום והחדש של מיתתן לבד באהרן משום
חורבן ביהמ״ק, מבואר דרק באהרן שהוא תכלית הביהמ״ק הכהן הגדול
עמוד העבודה כתב בפי׳, אמכם שאר הצדיקים שהן עמודי תורה וגמ״ח
אינו מפורש יום מיתתן, וז״ש גם כל חלי וכל מכה אשר לא כתוב גם
הצדיקים אשר לא כ׳ ולא נכתב זמן מיתתן יעלה ה׳ עליך,
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

www.Karveinu.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 10:26 am

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:איך זוך א מקור אין חז"ל פאר די ווערטער:
דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב


אין ספר שירת ישראל פון ר' משה בן יעקב אבן עזרא (אנפאנג תקופת הראשונים) דף קנ"ו
http://www.hebrewbooks.org/35192 שרייבט ער:
וכבר נאמר: ״דברים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב....
אין דער מגיה שרייבט צו: מגאני אלאדב כרך א/ סימן ל"ג (בשנויים). שם מובא פתגם זה בשם עאמר בן עבד אלקים.


וואס באדייט די אראבישע ווערטער, הייסט דאס אז דער מקור איז גאר פון אן אראבישען חכם?

אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 15, 2008 12:28 pm

תגובהדורך מאטעס » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 12:21 pm

יש ספר של הרב שמואל אשכנזי מגדולי הבקיאים בדורינו בשם 'אלפא ביתא דשמואל זעירא' שם הוא מתעסק בהרבה מהמאמרים בכגון אלו שהוזכרו כאן ועוד,
כאילו הוא נושה על הצלחת ובעל חוב על הקלחת.. (ר"י אלחריזי)

נחמן נתן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3944
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

תגובהדורך נחמן נתן » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 12:25 pm

א טענצל! האט געשריבן:שלום וברכה...!
הג"ר אלי' כ"ץ שליט"א בראשו ספרו שו"ת ראש אליהו, האט ער אינעם ערשטן חלק א מדור וואס הייסט "עטרת מרדכי" בענין מחדש זיין, הדפסת ספרים וכל המסתעף לזה, מיט גוטע מקורות, און ביי דערמאנען דעם טאטן'ס נאמען שרייבט ער "כמו שמובא בהקדמת הספרים"...

ייש"כ א טענצל.
דאס הייסט אז בעצם האט דאס נישט קין מקור? (!)
לחיים ולברכה!

אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 24, 2007 2:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפטיל » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 2:10 pm

אינעם ספר מיטן נאמען מצווה ועושה געט זיך דער מחבר הרב פריעדמאן שליט"א זייער אוועק מיט די אלע מימרות מחוסרי מקור.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער

כהנא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:45 pm

תגובהדורך כהנא » דאנארשטאג אוקטובער 22, 2009 5:28 pm

רשעים מלאים חרטות?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 9:28 am

כהנא,
אין מס' נדרים אין ערשטן פרק איז פארהאן די גמ' פון די רשעים 'שכהן תוהין נודרין וכשרואין שרבו עליהן ימי נזרן, מתחרטין' דאס איז אפשר א שטיקל מקור אז א רשע איז מתחרט על מעשיו, הגם נישט מיט די לשון המקובל.

אוועטאר
אייניקעל פון אהרן הכהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2008 6:13 pm

תגובהדורך אייניקעל פון אהרן הכהן » פרייטאג אוקטובער 23, 2009 9:59 am

כהנא האט געשריבן:רשעים מלאים חרטות?


דער מקור איז פון שבט מוסר פרק כ"ה וואס צייכענט עס אן פון א חז"ל ס'איז אבער נישט באקאנט ווי דער חז"ל איז
"כארז"ל רשעים כל ימיהם מלאים חרטה"
הוי מתלמידיו של אהרן אוהב שלום ורודף שלום, אוהב את הבריות ומקרבן לתורה

www.Karveinu.com

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש אוקטובער 24, 2009 4:08 pm

אייניקעל פון אהרן הכהן האט געשריבן:
כהנא האט געשריבן:רשעים מלאים חרטות?


דער מקור איז פון שבט מוסר פרק כ"ה וואס צייכענט עס אן פון א חז"ל ס'איז אבער נישט באקאנט ווי דער חז"ל איז
"כארז"ל רשעים כל ימיהם מלאים חרטה"


דער ראשית חכמה (שער היראה פ"ג) ברענגט אויך די מימרא פון "דברי חז"ל".
אגב איז אינטרעסאנט מעתיק צו זיין הייליגע ווערטער פונעם ייטב לב ז"ל בספרו "רב טוב" (פ' בלק) וואס ברענגט אראפ פון הייליגן ר"ר זושא זי"ע "שאמר שלא ראה מעולם מלאך שלם מעבירה של ישרכאל המאמין בה', כל אחד יש בלא ראש או בלא יד ורגל, כי ישראל אפילו בשעת מעשה כואב לבו ונאנח, כאמרם ז"ל רשעים מלאים חרטות, ובזה נשברו איברי המלאך".

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 25, 2009 2:03 pm

יישר כח א טענצל, רקוד עוד לפני.

איך האב שטענדיג געהערט דעם ייטב לב אבער נישט פון אינעווייניג, לויט אים קומט גאר אויס אז דער מאמר חז"ל איז בשבחן של בעלי עבירות אז אפי' ווען ער טוט אן עבירה איז ער מלא חרטה, בפשטות איז פשט פארקערט אז א רשע איז שטענדיג מלא בחרטות ווייל ער קען זיך נישט באהערשן (החילוק הוא דק כמובן)

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » זונטאג אוקטובער 25, 2009 2:34 pm

די וועלט פרעגט: אויב זענען זיי "מלאים חרטות" פארוואס רופט מען זיי אן רשעים?, נאר די תירוץ איז אז זיי באגענוגן זיך מיט די חרטות און טוהן נישט למעשה די פליכט וואס זיי דארפן צו טוהן אויף די וועלט, ע"כ מה דאמרי אינשי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 9:43 am

דער רמב"ם אין שמונה פריקם ברענגט א מאמר חז"ל וז"ל:
כמו שילאה הגוף בעשותו המלאכות הכבדות עד שינוח וינפש, ואז ישוב למזגו השוה - כן צריכה הנפש גם כן להתעסק במנוחת החושים, בעיון לפיתוחים ולענינים הנאים, עד שתסור ממנה הַלֵּאוּת. כמו שאמרו. כי הוו חלשי רבנן מגרסיהו, הוו אמרי מלתא דבדיחותא


למעשה דער דערמאנטער מאמר חז"ל איז נישט דא צום האבן אין ש"ס בבלי וירושלמי, הגם אז ענליכעס צו דעם געפונט מען אבער נישט אזוי נאנט, לייענט דא א מאמר פון הרב שמואל אשכנזי איבער דעם מימרא.

כהנא
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2009 2:45 pm

תגובהדורך כהנא » פרייטאג נובעמבער 20, 2009 10:32 am

ישר כח

אין רוב ספרים שטייט אז רשעים מלאים חרטות איז אויך א שבח. אין ווילאנג מ'האט נאך חרטה, אין ס'איז נאך א מלחמה, איז גיט.

אויך אין ספר פרי העץ ביי 'רשעים מלאים חרטות' איז ציגעצייכענט דארט 'עי' עירובין יט ע"א'. - שטייט דארט אין מס' עירובין, אז פושעי ישראל האבען חרטה כשעומדין על פתחי של גיהנם, משא"כ פושעי אוה"ע האבען קיינמאל נישט חרטה. אין די גמרא זאגט טאקע נאכדעם אז אויף דע פושעי ישראל שטייט : פושעי ישראל מלאין מצות כרמון.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1060
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 3:44 pm

דארף מען וויסן ווער עס האט עס צוגעצייכנט, דער בעל מחבר הרה"ק זי"ע. אדער סתם א בעל מדפיס ובעל מגיה.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » זונטאג נובעמבער 22, 2009 9:33 am

א טענצל! האט געשריבן:דארף מען וויסן ווער עס האט עס צוגעצייכנט, דער בעל מחבר הרה"ק זי"ע. אדער סתם א בעל מדפיס ובעל מגיה.


דער יעצטיגער בעל מדפיס האט דאס ציגעצייכענט.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט