שיעורים, מדות ומשקלות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

גרשון
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 21, 2019 12:46 pm

...
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום דינסטאג מאי 21, 2019 4:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גרשון
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 21, 2019 12:47 pm

...
לעצט פאראכטן דורך גרשון אום דינסטאג מאי 21, 2019 4:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

גרשון
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 21, 2019 12:47 pm

נא_שכל האט געשריבן:אינטערסאנטע טעאריע ר' גרשון.

לויט דיר קומט אויס אז א "רביעית" איז 2.5 אונסעס.
בערך - א משהו מער. עס איז נישט דוקא לויט מיר, עס איז בעצם די אנגענומענע מיינונג פון כמעט אלע פוסקים, היינט איז פשוט געווארן פארשפרייט די שיטה פון הגרא"ח נאה וועלכער איז אוועקגעגאנגען פון דער אנגענומענער דעה סיי אין מדת האורך (אז אן אצבע איז צוויי סענטימעטער, אנשטאט 2.4) און סיי אין מדת הנפח. זע ספר "מדה נכונה" פאר אלע מקורות באריכות.

אגב, עס קען אמאל אויסקומען ווען מען ווייסט נישט דעם ריכטיגן שיעור אז ס'זאל זיין חומרו קולו. צב"ש די וואס מאכן קידוש שבת אינדערפרי אויף ברוינפן, קענען נעמען א דריי אונציגן גלאז און אויסטרינקן פון דעם אנדערטהאלבן אונץ - רוב רביעית בריווח - אזוי דארף מען נישט מאכן קידוש אויף א ברוינפן גלעזל, וואס איז א שטארקע קולא.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4946
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 21, 2019 2:50 pm

גרשון האט געשריבן:אגב, עס קען אמאל אויסקומען ווען מען ווייסט נישט דעם ריכטיגן שיעור אז ס'זאל זיין חומרו קולו. צב"ש די וואס מאכן קידוש שבת אינדערפרי אויף ברוינפן, קענען נעמען א דריי אונציגן גלאז און אויסטרינקן פון דעם אנדערטהאלבן אונץ - רוב רביעית בריווח - אזוי דארף מען נישט מאכן קידוש אויף א ברוינפן גלעזל, וואס איז א שטארקע קולא.

א גוטע הערה, וועלמיר אויפזוכן א גלעזל מיט די מאס.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

Waukesha
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2018 12:31 pm
לאקאציע: Wisconsin

תגובהדורך Waukesha » דינסטאג מאי 21, 2019 3:08 pm

גרשון האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אינטערסאנטע טעאריע ר' גרשון.

לויט דיר קומט אויס אז א "רביעית" איז 2.5 אונסעס.
בערך - א משהו מער. עס איז נישט דוקא לויט מיר, עס איז בעצם די אנגענומענע מיינונג פון כמעט אלע פוסקים, היינט איז פשוט געווארן פארשפרייט די שיטה פון הגרא"ח נאה וועלכער איז אוועקגעגאנגען פון דער אנגענומענער דעה סיי אין מדת האורך (אז אן אצבע איז צוויי סענטימעטער, אנשטאט 2.4) און סיי אין מדת הנפח. זע ספר "מדה נכונה" פאר אלע מקורות באריכות.

אגב, עס קען אמאל אויסקומען ווען מען ווייסט נישט דעם ריכטיגן שיעור אז ס'זאל זיין חומרו קולו. צב"ש די וואס מאכן קידוש שבת אינדערפרי אויף ברוינפן, קענען נעמען א דריי אונציגן גלאז און אויסטרינקן פון דעם אנדערטהאלבן אונץ - רוב רביעית בריווח - אזוי דארף מען נישט מאכן קידוש אויף א ברוינפן גלעזל, וואס איז א שטארקע קולא.


ס'איז נישט ריכטיג צו זאגן אז הגרא"ח נאה איז אוועקגעגאנגען פון די אנגענומענע שיטה. די מנהג פון די ספרדים אין ירושלים איז אלץ געוועהן 2 ס"מ אן אצבע. און זיי האבן זיך אויך געפירט אז 520 טערקישע דרהם איז א שיעור חלה (כפי פסקו של המחבר או"ח סי' תנו סעי' א תק"כ דרהם מצריים הוא שיעור חלה), וואס לויט דעם קומט אויס אז 57.6 מ"ל איז א כביצה. סה"כ גייט ער אוועק פון די אנגענומענע שיטה פון מזרח אירופה (ווי ס'איז נישט געוועהן קיין דרהם).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מאי 21, 2019 4:02 pm

נא_שכל האט געשריבן:
גרשון האט געשריבן:אגב, עס קען אמאל אויסקומען ווען מען ווייסט נישט דעם ריכטיגן שיעור אז ס'זאל זיין חומרו קולו. צב"ש די וואס מאכן קידוש שבת אינדערפרי אויף ברוינפן, קענען נעמען א דריי אונציגן גלאז און אויסטרינקן פון דעם אנדערטהאלבן אונץ - רוב רביעית בריווח - אזוי דארף מען נישט מאכן קידוש אויף א ברוינפן גלעזל, וואס איז א שטארקע קולא.

א גוטע הערה, וועלמיר אויפזוכן א גלעזל מיט די מאס.

טו מיר אסאך מאל אזוי.

אבער דו ברויכסט נישט טרעפן קיין קליינע גלאז, דארפסט דאך טרינקען רוב רביעית, נישט רוב כוס.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט