שיעורים, מדות ומשקלות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

שיעורים, מדות ומשקלות

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג פאברואר 18, 2008 10:48 pm

שיעורים ומדות



מנה = מאה דינרים (דינר = זוז)
סלע = ארבעה דינרים
זוז = שש מעה (מעה = גרה)
מעה = ששה פנדיונין
פנדיונין = שני איסרים
איסר = שמונה פרוטות
סתם כסף האמור בתורה היינו שקל
חצי סלע = שקל
ליטרא = ל"ה דינרים
עיכלא = רביעית של ליטרא
איסתרא = סלע
כסף האמור בתורה = כסף צורי
כסף האמור בדבריהם = כסף מדינה
כסף מדינה = שמינית שבכסף צורי
ככר של חול = ששים מנה
ככר של קודש = ק"כ מנה
כור (חומר) = שלשים סאה
לתך = חמשה עשר סאה
איפה = שלשה סאין
סאה = תשעה קבין
קב = ארבעה לוגין (כ"ד ביצים)
לוג = ששה ביצים
עשרון היינו עשירית האיפה
עומר = מ"ג ביצים וחומש
הין = י"ב לוגין
רובע היינו רובע הקב
רביעית היינו רביעית הלוג
קורטוב = אחד מששים וארבעה של לוג
כזית = חצי ביצה
גרוגרת = שליש ביצה
פרסה = ארבעה מיל
מיל = שבעה ומחצה ריס
מיל = אלפיים אמה
אמה בינונית = ששה טפחים
אמה קטנה = חמשה טפחים
סיט = ב' טפחים
טפח = חמשה אצבעות
ארבע תקופות יש בשנה
תקופה = צ"א יום ושליש
מחזור של שנים = י"ט שנים
מן השמים לארץ = מהלך חמש מאות שנה
שיעור סעודה = כדי אכילת ו' או ח' ביצים
כדי אכילת פרס = שיעור חצי סעודה
מהלך אדם בינוני ליום = עשר פרסאות
שיעור תרומה (מה"ת) = חטה אחת על כרי
שיעור תרומת מעשר = אחד מעשרה
בין השמשות = י"ג מינוט וחצי קודם צאה"כ
עני = מי שאין לו מאתים זוז
שיעור מקוה = ארבעים סאה מים
תוך כדי דיבור = שלום עליך מורי ורבי

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג פאברואר 18, 2008 11:24 pm

אויב שוין יא אזוי, אפשר שרייבט איר דאס אויך איבער אויף היינטיגע מאסן? (בלויז א בקשה, ח"ו זיך נישט איבערשטרענגן פאר מיר, דער דאקטער לאזט נישט..)

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

Re: שיעורים ומדות

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג פאברואר 18, 2008 11:50 pm

זיידעניו האט געשריבן:שיעורים ומדות


בין השמשות = י"ג מינוט וחצי קודם צאה"כ


והחת"ם סופר בתשובות חא"ח סימן פ' מביא שיטת החק יעקב ששיעור בין השמשות הוא קרוב לטו"ב (י"ז) מינוט
מפני שהחק יעקב סובר דשיעור מיל הוא כ"ב מינוט ולא י"ח מינוט.
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג פאברואר 19, 2008 9:53 am

המושג "שעה" הנקרא אצלינו שעה, אינו דומה למושג "שעה" הנזכר במשנה, בגמרא ובשו"ע לגבי זמן תפלה או זמן קריאת שמע.
כלומר: השעות שאנו משתמשים בהם הם שעות המורכבות כל אחת מהם מששים דקות, ולכן נקראות שעות אלה: "שעות שוות", שבכל זמן שוות הן. אולם השעות הנזכרות בגמרא ובשו"ע לגבי זמני התפלה הם שעות זמניות, כלומר: שאנו לוקחים את היום מתחילתו עד סופו, ומחלקים אותו ל- 12 חלקים שווים.
שיטת המג"א
עלות = 4:28
72 מינוט שפעטער
נץ = 5:40

שקיעה = 8:29
72 מינוט שפעטער (שיטת ר"ת)
צאת = 9:41

פון עלות ביז צאת הכוכבים איז דא 17 שעה מיט 13 מינוט
סך הכל איז דאס 1033 מינוט

צעטייל 1033 מיט 12 = 86
קומט אויס איין שעה זמניות = 86 מינוט

סוף זמן קריאת שמע איז סוף שלש שעות
3 שעות זמניות איז 258 מינוט
258 = 3 X 86
וואס דאס איז 4 שעה מיט 18 מינוט (שעות שוות)
פון עלות 4 שעה מיט 18 מינוט = 8:46

= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

סוף זמן תפלה סוף ארבע שעות
4 שעות זמניות איז 344 מינוט
344 = 86 X 4
וואס דאס איז 5 שעה מיט 44 מינוט (שעות שוות)
פון עלות 5 שעה מיט 44 מינוט = 10:12




סוף זמן קריאת שמע

סוף זמן תפלה

(הזמנים הם רק דוגמא)

שיטת הגר"א והרב

שהיום מתחיל מ"נץ החמה" ומסתיים ה"שקיעת החמה"

עלות = 4:28

72 מינוט שפעטער

נץ = 5:40

שקיעה = 8:29

72 מינוט שפעטער (שיטת ר"ת)

צאת = 9:41

פון נץ ביז שקיעה איז דא 14 שעה מיט 49 מינוט

סך הכל איז דאס 889 מינוט

צעטייל 889 מיט 12 = 74

קומט אויס איין שעה זמניות = 74 מינוט

סוף זמן קריאת שמע איז סוף שלש שעות

3 שעות זמניות איז 222 מינוט

22 = 3 X 74

וואס דאס איז 3 שעה מיט 42 מינוט (שעות שוות)

פון נץ 3 שעה מיט 42 מינוט = 9:22

= = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = = =

סוף זמן תפלה סוף ארבע שעות

4 שעות זמניות איז 296 מינוט

296 = 4 X 74

וואס דאס איז 4 שעה מיט 56 מינוט (שעות שוות)

פון נץ 4 שעה מיט 56 מינוט = 10:36

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

Re: שיעורים ומדות

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 25, 2008 7:15 pm

scy4851 האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:שיעורים ומדות


בין השמשות = י"ג מינוט וחצי קודם צאה"כ


והחת"ם סופר בתשובות חא"ח סימן פ' מביא שיטת החק יעקב ששיעור בין השמשות הוא קרוב לטו"ב (י"ז) מינוט
מפני שהחק יעקב סובר דשיעור מיל הוא כ"ב מינוט ולא י"ח מינוט.


ר' שמחה; דער חת"ם סופר אויף א פלאץ איז מאריך אין די מדת העומר (עומר לגלגולת) וואס איז כידוע דער יסוד פאר די מדות, פונעם פסוק והעומר עשירית האיפה הוא, זאגט דער חת"ם סופר אז למעשה ביי די מן איז דאך געווען הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו עס האט דאך נישט געטארט איבערבלייבן, מושטעט ער זיך וויאזוי מ'קען פון דארט ארויסלערנען די מדות לדורות.

אויב זעהט איינער דעם חת"ס אינעווייניג ברענגט אים אהער.

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6667
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

תגובהדורך scy4851 » מאנטאג פאברואר 25, 2008 7:59 pm

רב מיללער
קוק און זיינע תשובות חלק חושן משפט תשובה י"ב און אות ב' און שטיקל וואס פאנגט זיך אן מיט די ווערטער 'אך פשוט מאוד', אביסעל נאך האלב, ובח' תורה שלי אמרתי כי במן וכו' (עס איז צי לאנג מעתיק זיין)

איז דאס וואס די זיכסט?
the SCY is the limit

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מיטוואך מארטש 12, 2008 1:03 am


דוד משמש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:29 am

שיעור שווה פרוטה

תגובהדורך דוד משמש » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 10:10 pm

וויפיל איז היינט א פרוטה..

איצט צו די לומדים ביטע מיר ערקלערן - לכאורה וואלט א פרוטה געדארפט זיין א " פעני" - ווייל דאס איז די קלענסטע מטבע..
אבער איך זעי אז עס איז נישט אזוי - פארוואס??
פון ווען רעכענט מען א פרוטה - צו וועלכע מטבע פארגלייכט מען דאס ... ?

איך זעי שוין בזמן חז"ל - וכמה הוא פרוטה (משנה א' קדושין ) אחד משמנה באיסר האטלקי .. - איך פארשטיי נישט די משנה -וכמה הוא פרוטה - ? די קלענסטע מטבע..

ביטע די יודעי ספר - זאלען מיר ארויס העלפען

ישר כח

דוד

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 10:14 pm

אין די פוסקים ווערט געברענגט אז א שיעור פרוטה איז חצי שעורה כסף, גיי זיי מברר קודם וויפיל איז א שעורה, און וויפיל איז די ווערט פון זילבער.
(להלכה פסק'נען היינט מורי הוראות אויך אזוי לפי ערך דער פרייז פון זילבער היינט)

דוד משמש
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 12:29 am

תגובהדורך דוד משמש » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2009 10:38 pm

יהיה כן האט געשריבן:אין די פוסקים ווערט געברענגט אז א שיעור פרוטה איז חצי שעורה כסף, גיי זיי מברר קודם וויפיל איז א שעורה, און וויפיל איז די ווערט פון זילבער.
(להלכה פסק'נען היינט מורי הוראות אויך אזוי לפי ערך דער פרייז פון זילבער היינט)


וואס הייסט דאס "חצי שעורה"
ביטע ערקלערן - איי עם סארי - פאר מיין נישט וויסען

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 8:34 am

חצי שעורה
זוי גרויס ווי א האלבע גערשטל
איין זאך וואס אני הקטן פארשטיי נישט, ידוע לכל אז א פרוטה איז נחושת, צי איז אלעמאל געווען די נחושת אין די פרוטה אזוי פיל און אזוי גרויס ווי די ווערט פון א האלבע גערשטל כסף??

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 7:03 pm

געהערט (נישט קראנט)אז היינט איז א פרוטה ציווישן צוואנציג צענט און קוואדער קען דאס איינער פעסטשעלן ?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2009 10:55 pm

ווענדט זיך וויפיל די זילבער האלט, ווי געזאגט, אויב איז זילבער הויך קען דאס זיין לערך א קוואדער, (מען דארף נאכקוקען אין מדות ושיעורי תורה וויפיל א חצי שעורה איז אויף די אנצעס אדער גראם

כיצחק
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2011 5:31 pm
לאקאציע: THE "SANE" ASSYLUM

אכילת פרס פאר דעם זייגער

תגובהדורך כיצחק » זונטאג יולי 31, 2011 3:57 pm

בזמן שבית המקדש הי קיים קומט א איד פרעגען א שאלה
איך כאב ג'געסין חלב בשוגג וואס זאל איך טאן
ווי אזוי איז דאס ג'שען איך האב ג'מיינט אז עס איז שומן
ווי גרויס ווייזט פאר'ן חכם מיט די פינגער
ווי לאנג האט עס ג'דוירט פון ווי ער האט ער געוויס יא אכילת נישט אכילת פרס אן א זייגער

אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובהדורך mitzva man » זונטאג יולי 31, 2011 11:09 pm

לשמור ולעשות ולקיים

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 6:23 am

כיצחק האט געשריבן:בזמן שבית המקדש הי קיים קומט א איד פרעגען א שאלה
איך כאב ג'געסין חלב בשוגג וואס זאל איך טאן
ווי אזוי איז דאס ג'שען איך האב ג'מיינט אז עס איז שומן
ווי גרויס ווייזט פאר'ן חכם מיט די פינגער
ווי לאנג האט עס ג'דוירט פון ווי ער האט ער געוויס יא אכילת נישט אכילת פרס אן א זייגער

כ'האב געזעהן אין נאמען פון מו"ר הגרשז"א זצ"ל אז אויב איינער רוקט אריין מצה אין מויל
און קייט אויף ביידע באקען און קוקט אויפ'ן זייגער איז דאס שלא כדרך אכילה....
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מאנטאג אוגוסט 01, 2011 7:41 am

יהיה כן האט געשריבן:חצי שעורה
זוי גרויס ווי א האלבע גערשטל

יהיה כן האט געשריבן:מען דארף נאכקוקען אין מדות ושיעורי תורה וויפיל א חצי שעורה איז אויף די אנצעס אדער גראם

אייביג בין איך צומישט געווען, וואס מיינט דאס חצי שעורה, אין די גרויס, דהיינו זילבער די גרויס פון א האלבע שעורה איז א פרוטה, אדער אין די וואג, דהיינו זילבער די וואג וויפיל עס וועגט א חצי שעורה. די חילוק איז פשוט, זילבער וועגט אסאך מער ווי שעורים, קומט אויס אויב מען רעכנט לויט די וואג איז דאס אסאך ווייניגער זילבער ווי לויט די גרויס.

פון דיינע תגובות זעהט מיר אויס אז דו ביסט אויך נישט קלאר דערין.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 5:37 am

יגעתי ומצאתי
דער רמב"ם שרייבט "משקל" די וואג פון א פרוטה איז חצי שעורה, וכן פסק בשו"ע. בהל' קידושין, ובערלה ופדיון הבן.
לויטן חזון איש אין חושן משפט און אין קונטרס השיעורין איז א האלבע גערשטל א פערציגסטל 0.025 פון א גראם, [ער זאגט ביי פדיון הבן אז ס'איז 96 גראם, און ה' סלעים איז 1920 שעורים]
און דאכט זיך ביי דעם איז גרא"ח נאה נישט חולק, ער האלט אויך אזוי.

לויט דעם חשבון קומט אויס אז א פרוטה אין אונסעס [טרוי אונס, נישט זיך אויסצומישן מיט רעגולער אונסעס], איז 0.000803 פון א אונס, בערך א 1245'סטעל חלק.
לויט וואס זילבער האט געשלאסן נעכטן 41.82 קומט אויס א פרוטה 3.35 סענט. ממש גארנישט... און א יאר צוריק ווען זילבער האט זיך געדרייט ביי 15 דאלער א אונס, וואלט עס געווען עפעס אריבער א פעני....
למעשה, האב איך שוין געהערט פון א דיין ביי א שיעור כללי לפורים פאר 20 יאר צוריק בערך, אז ס'איז דעמאלט געווען ביי 10-12 סענט, דארף עס שוין זיין היינט ביי 30 סענט בערך, ס'האלט דאך אין איין ארויפגיין.. און וואס איז די חשבון דא??. וצריך לי רב בזה.

ביי א פדיון הבן לויט דעם חשבון וואלט מען געדארפט געבן היינט, $65.47 למעשה גיבט מען 5 אמעריקען איגעל דאלערס [בולליאן], וואס יעדע איינע קאסט בערך 45 דאלער. צוזאמען 220.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 8:59 am

אויף קול מבשר האבן זיי יעצט א אינטערוויא מיטן ליאדזשנער רבי הרב דויטש פון ב״פ דער מיסד פון תורה מוזיאם ווי ער האט געלאזט ארויף ברענגען מעומקי מצולות א ליטרא מזמן חז״ל עסשטימט גענוי אויף די האר ווי שיטת רש״י! זייער אינטערסאנט

אוועטאר
mitzva man
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 27, 2009 10:50 am
לאקאציע: *** Yeshiva Gedolah

תגובהדורך mitzva man » זונטאג אוגוסט 07, 2011 2:03 am

תשובה פון מרן הגרי"ש אלישיב שליט"א
http://www.shturem.net/index.php?sectio ... ys&id=2640
לשמור ולעשות ולקיים

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 2:09 am

יהיה כן האט געשריבן:אויף קול מבשר האבן זיי יעצט א אינטערוויא מיטן ליאדזשנער רבי הרב דויטש פון ב״פ דער מיסד פון תורה מוזיאם ווי ער האט געלאזט ארויף ברענגען מעומקי מצולות א ליטרא מזמן חז״ל עסשטימט גענוי אויף די האר ווי שיטת רש״י! זייער אינטערסאנט


אינטערעסאנט. אז ער רעדט פון א ליטרא און איבערצייגט זיך אין שיטת רש"י,
רש"י שרייבט אין פר' תרומה אז א ליטרא איז א מנה, למשקל "קולוניא" [דאס איז די זעלבע וואס רש"י דערמאנט אין משפטים "חצי אונקיא למשקל הישר של קולוניא" מיט דעם מיינט ער די וואג פון די באקאנטע שטאט קעלן אין דייטשלאנד]. א מנה איז כ"ה סלעים און ק' זהובים-דינרים. ס'קומט אויס לויט רש"י אז א שקל-סלע איז א האלבע אונקיא' און א מנה-ליטרא איז 12 און אהאלב אונקיא.

דער רמב"ן שרייבט שוין ענליכס לגבי דעם שיעור שקל.
אין זיין בריוו פון עכו שרייבט דער רמב"ן, אז ער האט געטראפן דארט א מחצית השקל מזמן הבית, און ס'האט טאקע געוואויגן א חצי אונקיא [אונס], פונקט ווי רש"י שרייבט אין משפטים אז דאס איז דער משקל פון א שקל הכתוב בתורה, וואס איז די זעלבע פון א סלע הכתוב בדבריהם, און ס'איז ד' זהובים [אראבישע זהובים פון קאנסטאנטינ"א אזוי ווי רש"י שרייבט אין בבא קמא].

און כאטש וואס דער רמב"ן אליינס אין חומש אין פר' כי תשא קריגט אויף שיטת רש"י, ער טענה'ט אז אמת טאקע וואס רש"י זאגט אז א דינר איז א זהוב, אבער נישט דער זהוב פון זיינער צייט, נאר פון אמאליגע צייטן, און ער האלט ווי דער בה"ג, גאונים, אז דער דינר פון די גמרא איז א דינר ששדנ"ג און דער רי"ף שרייבט אז דאס איז דער אראבישער זהוב, און לויט די שיעורים וואס דער רי"ף און די גאונים געבן אן איז דאס גרעסער ווי רש"י'ס שיעור, אלא מאי טענה'ט דער רמב"ן אז די זהובים זענען קלענער געווארן, און לויטן משקל הישר פון קולוניא וועט א שקל אויסקומען דרייפערטל אונקיא נישט א האלבע.
מיט דעם אלעם שרייבט אבער דער רמב"ן אז ער האט אפגעוואויגן אין ארץ ישראל א שקל און ס'וועגט ווי רש"י, און ער ענדיגט דארט "ונסתייעו דברי רש"י סיוע גדול"
זעמיר שוין פון רמב"ן אזא זאך אויף רש"י, [באמת, איז א ליטרא און א שקל הא בהא תלי' אויב זעסטו אז א שקל וועגט חצי אונקיא ווי רש"י, איז רש"י אויך גערעכט ביי ליטרא וואס איז סך הכל 25 שקלים].
תוספות אין בכורות זאגט אז רש"י האט דאס מקבל געווען מרבותיו. מ'זעט פון רמב"ן אין חומש אז די רי"ף מיט די גאונים האבן די זעלבע מקבל געווען [אז א דינר צורי פון חז"ל איז א אראבישע זהוב] אבער די מחלוקת איז וועלכע תקופה מ'רעכנט דעם זהוב.

גרשון
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

א הין - א גאלאן

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 14, 2019 11:45 am

ווען מיר לערנען אין דער תורה די מעשי הקרבנות, באגעגענען מיר זיך פיל מאל מיט'ן מאס "הין" – א מדת הלח, צו מעסטן פליסיגקייט (מְּשׂוּרָה, volume), וועלכע איז געווען באנוצט אין יענע צייטן.
היינטיגע צייטן ניצט מען אויף צו מעסטן פליסיגקייט אדער א ליטער, אינעם מעטרישן סיסטעם, אדער א גאלאן, וואס ווערט באניצט אין אמעריקע. אין דער צייט וואס א ליטער, גלייך ווי דער גאנצער מעטרישער סיסטעם, איז נישט אלט מער ווי צוויי הונדערט יאר, איז אבער דער גאלאן אן אלטער מאס וועלכער קומט פון ענגלאנד. (אין ענגלאנד זעלבסט מעסט מען אויך מיט גאלאן, זייער'ס איז אבער גרעסער ווי דעם ארגינעלן גאלאן. ווען מען האט צוגעלייגט צום גאלאן אין ענגלאנד איז שוין אמעריקע געווען זעלבסטשטענדיג פון איר, און אזוי ארום געבליבן מיט'ן אלטן סארט.)
פון וואו שטאמט דער גאלאן? א שכל'דיגע טעאריע איז אז פונעם הין.
א הין אנטהאלט צוועלף לוג, וואס יעדער לוג איז דער גרויס פון זעקס אייער, קומט אויס אז א הין נעמט אריין אין זיך 72 אייער.
דער גרויס פון אן איי להלכה איז שנוי במחלוקת, אבער דער אנגענומענער שיעור מעיקר הדין לויט רוב פוסקים און לויט דער מסורה איז 1.69 אונצעס (50 מ"ל) אדער א משהו מער. לויט דעם קומט אויס אז א הין אנטהאלט בערך 122 אונצעס (72 מאל 1.69 = 121.68). דאס איז כמעט דער מאס פון אן אמעריקאנעם גאלאן, וואס האט 128 אונצעס.
עס איז אבער נאכמער אינטערעסאנט לויט דער שיטה פון ר' יוסי וועלכע ווערט געברענגט אין גמרא (עירובין פג.), אז די אייער מיט וואס די תורה רעכנט זענען גרעסער מיט א צוואנציגסטל – פינף פראצענט – פון אונזערע אייער. לויט דער שיטה איז א הין פונקט דער שיעור פון א גאלאן (1.05 מאל 121.68 = 127.76).

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 284
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » דינסטאג מאי 14, 2019 11:52 am

דאכט זיך אז לויט ר' אברהם חיים נאה איז א הין = 4.15 ליטער.
א גאלאן - 3.79 ליטער.

זאגן אונז ביידע די זעלבע זאך נאר אין אנדערע ווערטער?
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

גרשון
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 11:01 pm

תגובהדורך גרשון » דינסטאג מאי 14, 2019 12:05 pm

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:דאכט זיך אז לויט ר' אברהם חיים נאה איז א הין = 4.15 ליטער.
א גאלאן - 3.79 ליטער.

זאגן אונז ביידע די זעלבע זאך נאר אין אנדערע ווערטער?

ניין, ווייל ר' אברהם חיים נאה האט גערעכנט אן איי פאר 57.6 מ"ל, אנדערש ווי לויט רוב פוסקים 50 מ"ל.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4952
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 14, 2019 3:29 pm

אינטערסאנטע טעאריע ר' גרשון.

לויט דיר קומט אויס אז א "רביעית" איז 2.5 אונסעס.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 6 געסט