הפוך בה דכולה בה
פרייטאג אוגוסט 21, 2009 7:00 am
יישר כחכם הרב מביקסאד, מ'האב מיר נישט געוואוסט אז עס איז דא א שטאקע מקור דוקא נישט צו בענטשן.
Advertisement
פרייטאג אוגוסט 21, 2009 2:14 pm
אינטערעסאנט הרב מביקסאד,
ביי אונז פירט מען זיך לברך את הבנים והבנות יעדן פרייטאג-אויפדערנאכט פאר קידוש, ווען דערנאך איז מען מקיים די מג"א פון לנשק ידי אמו מיט א הכנעה.
ווי איז דער מקור אויף יא צו בענטשן יעדע וואך?
שבת אוגוסט 22, 2009 9:08 pm
אינרעסאנט, אינעם נארוואס ארויסגעקומענעם תורת א' (אלף) חלק ה', ד' קמז, מכתב פג, שרייבט ער דאס פאלגענדע:
"... ומה ששאלת אודות לברך את הבנים ואת הבנות, ידעתי שזה הוא מנהג ישן, וגם באונגארן הי' ממנהג זה אצל האשכנזים, וראיתי שם שהי' החסידים קצת מלעיגים על זה, ולא ידעתי טעם הדבר, ואח"כ הרהרתי כמה טעמים, ומפני זה אני מנעתי את עצמי, אבל בוודאי מי שנוהג כמנהג שראה בבית אבותיו אין נגד זה שום דבר.." (ההדגשות שלי. ש.ז.)
מתחת לקו ברענגט דער מו"ל א מקור צום מנהג החסדים, בשם מהר"ם מרימענאוו זי"ע, דאס וואס ביקסאד האט שוין צוגעברענגט:
לפנים בישראל היה דבר יקר מאוד לברך איש את בנו, או לאדם אחר, ולא כמנהג הבעלי בתים עתה,
שמברכין בניהם מדי שבת בשבתו, פעמיים ושלש, ואם כך היה בימים קדמוניות, לא נעשה הקנאה בין יעקב לעשיו,
רק שיצחק המתין עד שיהיה עת רצון והוא בליל פסח.
שבת אוגוסט 22, 2009 9:49 pm
ביי אינז האט מען נאר ערב יום הקדוש פאר גיין און שוהל.
בעיני ראיתי מאטעסדארפער רב ז"ל האט געבענטשט זיינע קינדער און אויך זיינע אייניקלעך ליל שבת פאר קידוש.
שבת אוגוסט 22, 2009 10:13 pm
scy4851 האט געשריבן:ביי אינז האט מען נאר ערב יום הקדוש פאר גיין און שוהל.
בעיני ראיתי מאטעסדארפער רב ז"ל האט געבענטשט זיינע קינדער און אויך זיינע אייניקלעך ליל שבת פאר קידוש.
מיין זיידע ע"ה פלעגט מיך אויך צו בענטשן כשזכיתי להיות מאכלי שולחנו ליל שב"ק, יהא זכרו ברוך.
שבת אוגוסט 22, 2009 11:27 pm
מיללער האט געשריבן:ווי איז דער מקור אויף יא צו בענטשן יעדע וואך?
קוק אין שו"ת נשמת שבת ח"א סי' תקמ"ו ברענגט ער עטליכע מקורות דערצו, מספר מעבר יבק ומספר החיים לאחי המהר"ל ובסידור יעב"ץ ועוד, ער ברענגט דארט אויך אז ררמ"מ מרימאנוב פלעגט אליין אויך בענטשן (אף שמספרו מנחם ציון נראה שאין לברך, ולפי"ז ראוי לידע היכן הוא המקור שהי' מברך את בניו שבנשמת שבת לא ציין המקור לזה), וכן הי' נוהג הדברי חיים (דרכי חיים אות נ"ו).
אויך האט ער דארט א שמועס צי מען בענשט מיט איין האנט אדער מיט ביידע הענט, עיי"ש, איך האב אויך געזעהן ברענגען א אינטערעסאנטע מנהג פון ספר פחד יצחק למהר"י לאמפרונטי (אות ב' דף נ"ד: ) בזה"ל אמנם אני נהגתי לברך הנשוי אשה בשתי ידים בעדו ובעד אשתו ולפנויים ביד אחד, אמנם לבחורים לומדי תורה בשתי ידים ג"כ כי התורה סיוע במקום אשה כך מצאתי וכו',
זעה דא די גאנצע שטיקל, איך האב עס געזעהן ברענגען לגבי ברכת הבנים בליל שב"ק אבער דארט אינעווייניג שטייט נישט פון ווען ער רעדט.
אויך איבער דעם צו א ישראל מעג זאגן ברכת כהנים טוט זיך אין די תשובה ספרים, ואין לי פנאי להאריך כעת בחיפוש מראי מקומות
זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:15 am
מיין טאטע האט זיך נישט געפירט צו בענטשן פרייטיג צונאכטס.
אמאל זייענדיג ביי מיין עלטערע ברודער אויף שבת האב איך געזען ער בענטשט זיינע קינדער פאר שלום עליכם איז מיר עס געפאלן און איך טוה היינט אויך אזוי (בלי נדר).
כ'אב דעם בלאט נישט געליינט, וואס איז דארט געשטאנען?
זונטאג אוגוסט 23, 2009 5:03 am
ס'איז מיר א גרויסער חידוש, אז איך זעה אז ס'איז דא אן עולם וואס פירט זיך טאקע אזוי צו בענטשן די קינדער פרייטאג צונאכטס, ביי אונז - יוצאי גאליציע איז די מנהג נישט געווען צו בענטשן, אבער מיין מאמע'ס מאמע זייענדיג א פראנקפורטער - א עכטע יעקע (מגזע גאונים וקדושים, ווי הגאון ר' שמשון ב"ר רפאל הירש זצ"ל און בר פלוגתי'ה [כידוע ליודעים בנוגע די "אויסטריט" ואכמ"ל] הגאון ר' יצחק דוב הלוי באמבערגער מווירצבורג זצ"ל) איז דאס א פארהייליגטע זאך עכ"כ זי בענטשט די איידימעס! (מיין טאטן האט זיך באלד נאכן חתונה קעגנגעשטעלט שטאמנדיג פון גאליציע, דאס איז געווען די ערשטע פייט פונעם שוויגער מיטן איידים...)
ממילא האב איך געמיינט אז די מנהג איז פארבליבן נאר אין מדינת אשכנז.
ביי די יעקעס איז די מנהג אז סיי די טאטע און סיי די מאמע בענטשן אלע קינדער. ווען מען קומט אהיים פאר קידוש.
ערב יוה"ק בענטשט מען יא ביי אונז.
לעצט פאראכטן דורך
פעטריטשקע אום זונטאג אוגוסט 23, 2009 5:38 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג אוגוסט 23, 2009 5:07 am
מיללער האט געשריבן:ביי אונז פירט מען זיך לברך את הבנים והבנות יעדן פרייטאג-אויפדערנאכט פאר קידוש, ווען דערנאך איז מען מקיים די מג"א פון לנשק ידי אמו מיט א הכנעה.
זונטאג אוגוסט 23, 2009 5:37 am
המנהג לנשק ידי אמו אחר הדלה"נ מובא בבאה"ט ס' רס"ב סק"ב, ער ברענגט עס אראן בשם די אריז"ל.
די מנהג פון בענטשן ווערט אויך געברענגט אין סידור היעב"ץ וז"ל: מנהגם של ישראל לברך הילדים בליל שבת אחר התפילה, או בכניסה לבית, שאז חל השפע וראוי להמשיכו על הילדים ביחוד ........ וכו' .
אבל גם הבנים הגדולים מקבלים ברכה מאבותיהם, ונכון הוא, ומניחים שתי ידיהם על ראשיהם........., וכן היה מנהג אבי מורי [חכם צבי] ז"ל..... ואומרים המברכים ישימך ...... וגם יברכך...... וכל אחד יוכל להוסיף ברכה משלו כפי צחות לשונו. עכ"ל.
זונטאג אוגוסט 23, 2009 9:12 am
הרב כרפס
דער באר היטב ברענגט עס פונעם מגן אברהם.
דער מגן אברהם איז געווען פארען באר היטב.
זונטאג אוגוסט 23, 2009 9:28 am
איך_הער האט געשריבן:thefact האט געשריבן:שטארק זיך האט געשריבן:פאר כל נדרי...
זונטאג אוגוסט 23, 2009 2:24 pm
אז דער חכם צבי האט אזוי געטאן, קען זיין אז דער הייליגער צאנזער רב האט דאס געטאן זייענדיג מיוצ"ח החכ"צ.
שלום עליכם פעטריטשקא, יהא בואך לברכה'לע.
זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:23 pm
הרב פעטריטשקע קודם שלום עליכם מאכט אייך באקוועם פילט אייך היימיש
איך בין דאך א רעכטער אשכנזי אונגארישער אין ביי אונז האט מעו נישט געבענטשט פרייטאג צי נאכטס נאר ערב יום כיפר
אלא מאי סהאט לכוראה נישט מיט גאלעציע אונגארן אויבערלאנד דייטשלאנד
מיט וואס יא איי דאנט נאו
זונטאג אוגוסט 23, 2009 8:55 pm
אינעם היינטיגן שיעור פון קיצור שו"ע לערנען מיר אז עס פלעגט זיין א מנהג צו בענטשן די קינדער "מוצאי שבת" גאר!
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... ic#p260741
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 2:10 am
מאנטאג אוגוסט 24, 2009 9:11 pm
אינטערעסאנט ווי יעדער ברעגנט נאך דעם פחד יצחק למהר"י לאמפרונטי בזמן וואס ווען מען קוקט אריין אינעווייניג (זעהט דעם לינק אויבן אין מיין פריערדיגע תגובה) דערמאנט ער נישט קיין ווארט פון שבת, ער רעדט סתם פון ברכת הבנים און זאגט נישט ווען, זעהט אויס אז יעדער ברענגט עס נאך איינער פון צווייטן אן נאכצוקוקן בפנים.
מיטוואך פבואר 02, 2011 8:45 pm
אין מעבר יבק (אווי בן הרחמן האט צוגעצייכענט) שפתי רננות פרק מ"ג רעדט ער זייער קלארע אין שטארקע דיבורים וכדאי לעיין בפנים.
והוא לא הי' מבני אשכנז.
דאנערשטאג פבואר 03, 2011 8:28 am
דאנערשטאג פבואר 10, 2011 12:55 pm
קרעמער האט געשריבן:אינעם היינטיגן שיעור פון קיצור שו"ע לערנען מיר אז עס פלעגט זיין א מנהג צו בענטשן די קינדער "מוצאי שבת" גאר!
איך הערשט יעצט באמערקט דעם באלערנדער אשכול דאס ערשטע מאל, און אזוי דורכליינענדיג די תגובות ווארט איך שוין אנצוקומען צום סוף צו מגיב זיין איבער א מנהג מוצש"ק און אט דא צום לעצט טרעפ איך דאס שוין ערווענט.
אבער איך'על צולייגן מפי הזכרון: אין מנהגי חת"ס ברענגט ער אויב איך געדענק גוט אז די הייליגער חת"ס האט זיך געפירט צו בענטשן די קינדער מוצאי שב"ק. און טאמער איך געדענק גוט שטייט דארט אז נישט נאר זיינע קינדער נאר אלע קינדער פון ביהמ"ד.
ביי אונז אין די משפחה, סיי ביי מיין עלטערן און סיי ביי מיין שוויגער-עלטערן, שטאמנדיג פון די אויבערלענדער שטעט, פירט מען זיך אויך צו בענטשן די קינדער ליל שב"ק, נאר מיט עטליכע חילוקי מנהגים: ביי מיין עלטערן בענטשט מען פאר די זמירות לויט די עלטער און יעדעם איינעם אויך די חתונה געהאטע קינדער אויב זיי זענען דארט. ווי אויך בענטשט מען ליל ימים טובים.
ווידער ביי מיין שווער זז"ג בענטשט מען די משפחה נאך כי מלאכיו יצוה לך פאר רבון כל העולמים (זעהט אויס בכוונה אז די "כי מלאכיו" זאל אויך זיין בתור א גוטע הקדמה צו די ברכת הבנים), די יונגלעך ערשט און דענאך די מיידלעך, און נאר די מיידלעך וואס זענן נישט פארהייראט (די יונגעלייט יא), אויך בענטשט ער נישט ליל ימים טובים.
אויך האט זיך דערקענט ווי פארהייליגט דעם מנהג איז, פון וואס עס איז ביי אונז שטארק איינגעפירט אז טאמער א קינד גייט אוועק אויף א שבת וועט איהם די טאטע בענטשן פרייטיג אדער אפי' גאר דאנערשטיג פארן פאָרן. אויך ווען מיר פלעגן גיין ערב ימים טובים צום זיידן אין אנדערע שטאט אנוואונטשן גוט יו"ט אדער ס'האט זיך פונקט געמאכט אז מ'טרעפט זיך אן ערב שבת פלעגט ער אונז בענטשן.
די זעלבע פלעגן מיר באקומען א יברכך פאר א נסיעה אלץ שמירה אויפן וועג, פאר א קעמפ אדער מ'זאל נישט וואוסן פאר אן אפאראציע וכדומ'. וכן אני נוהג ב"ה, אין יעדע אומשטאנד ווי מ'קען געברויכן אן עקסטער שמירה וברכה.
כ'האב אבער אמאל געהערט אדער געזעהן, און איך דענק נישט דער מקור, אז מ'זאל נישט בענטשן א קינד פאר כניסה לבריתו של אברהם אבינו. האט איינער א ידיעה דערין?
דאנערשטאג פבואר 10, 2011 12:57 pm
עיין עוד בליקוטי מהרי"ח ליל שב"ק שמביא מקורות וטעמים ומנהגים לברכת הבנים (ובתוכם שיש לומר הפסוק ונחה עליו רוח ה' רוח וגו')
מאנטאג פבואר 14, 2011 11:29 am
ללמוד וללמד האט געשריבן:קרעמער האט געשריבן:אינעם היינטיגן שיעור פון קיצור שו"ע לערנען מיר אז עס פלעגט זיין א מנהג צו בענטשן די קינדער "מוצאי שבת" גאר!
אבער איך'על צולייגן מפי הזכרון: אין מנהגי חת"ס ברענגט ער אויב איך געדענק גוט אז די הייליגער חת"ס האט זיך געפירט צו בענטשן די קינדער מוצאי שב"ק. און טאמער איך געדענק גוט שטייט דארט אז נישט נאר זיינע קינדער נאר אלע קינדער פון ביהמ"ד.
יגעתי ומצאתי תאמין. דעם שבת האב איך אביסל געזוכט איבער דעם ענין און ב"ה געטראפן דעם מקור פון דעם אז די הייליגע חת"ס האט געבענטשט מוצש"ק.
דאס ווערט געברענגט אין
חוט המשולש אבער עס שטייט נאר אז ער האט געבענטשט זיינע קינדער, ווייטער דאס אז ער האט געבענטשט אלע קינדער פון ביהמ"ד דאס ווערט געברענגט אויף ליל שב"ק אין מנהגי חת"ס.
דינסטאג אוקטובר 04, 2011 4:50 am
ללמוד וללמד האט געשריבן:כ'האב אבער אמאל געהערט אדער געזעהן, און איך דענק נישט דער מקור, אז מ'זאל נישט בענטשן א קינד פאר כניסה לבריתו של אברהם אבינו. האט איינער א ידיעה דערין?
מסתמא שטאמט עס פונעם תרגום יונתן עה"פ בך יברך ישראל יברכון בית ישראל ית ינוקא ביומא דמהולתא, וכבר כמה קולמוסין נשתברו ע"ז, וכמדומה שיש שהביאו מזוה"ק שאין הברכה שורה על ערל, כ'ווייס נאר נישט וואו אנצוהייבן נאכצוקוקן, אויב איינער האט פון די "פארגעשריטענע זוכעניש" כלים וואלט איך אים דאנקבאר געווען אויב ער פרובירט צו זוכן.
דינסטאג אוקטובר 04, 2011 10:02 am
פון וואנעט שטאמט צו זאגן פאר נקבות "ישמך אלקים כשרה רבקה רחל ולאה"?
דינסטאג אוקטובר 04, 2011 4:06 pm
אוהב חכמה האט געשריבן:ללמוד וללמד האט געשריבן:כ'האב אבער אמאל געהערט אדער געזעהן, און איך דענק נישט דער מקור, אז מ'זאל נישט בענטשן א קינד פאר כניסה לבריתו של אברהם אבינו. האט איינער א ידיעה דערין?
מסתמא שטאמט עס פונעם תרגום יונתן עה"פ בך יברך ישראל יברכון בית ישראל ית ינוקא ביומא דמהולתא, וכבר כמה קולמוסין נשתברו ע"ז, וכמדומה שיש שהביאו מזוה"ק שאין הברכה שורה על ערל, כ'ווייס נאר נישט וואו אנצוהייבן נאכצוקוקן, אויב איינער האט פון די "פארגעשריטענע זוכעניש" כלים וואלט איך אים דאנקבאר געווען אויב ער פרובירט צו זוכן.
יישר כחכם גדול!