מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך וויס נישט צי מ'האט שוין ערגעץ גערעדט דערפין (איך האב עס נישט געטראפען).
מעג מען מאכען קאפיעס אדער אי-מעלען טעיפס אדער סי דיס?

איך ווייס אז די מענטשען וואס געבען ארויס די טעיפס שרייען אז ס'איז גניבה וגזילה, מיין שאלה איז, איז עס טאקע אזוי? איך פארשטיי אז ס'איז נישט מענטשליך אין נישט עטיקעל ווי מ'ריפט עס, אבער אלס הלכה אויס איז עס א פראבלעם?
נאך אלעמען איז עס מיינס א חפץ אין מיט מיינס א חפץ מעג איך טוהן וואס איך וויל,
אויב געדענק איך גיט איז פאריאר ארויסגעקימען עפעס א בירור הלכה פין א רב אין בפ אין ער שרייבט דארט אז ס'איז נישט קיין שום איסור, מיין שאלה איז צי ס'איז טאקע אזא דבר פשוט אז מ'מעג?
אלס די איסור פין השגת גבול איז לכאורה נישט קיין פראבלעם ווייל די איסור איז נאר ווען מ'טוט עס פאר ביזנעס אבער סתם פאר זיך איז לכאורה נישט קיין פראבלעם,
איך זעה אז ובלכתך בדרך האט געהאט די זעלבע פראבלעם אין פארדעם טאקע האבען זיי געדארפט אויפקימען מיט אזא פארדרייטע גאנג אז זיי גיבן דיר די טעיפ אלס מתנה אבער די טעיפ געהערט נאך אלס צי זיי אין אויב מאכסטו א קאפי איז עס גניבה,
ס'איז משמע אז ס'האט זיי געדריקט די זעלבע פראבלעם אז לכאורה איז עס נישט זייערס עס צי קענען אסר'ן אין וועגען דעם זענען זיי אויפגעקימען מיט אזא געדרייטע סברא, אבער גראדערהייט זעהט אויס אז מ'קען עס נישט אסר'ן.

אין יעצט א טריט ווייטער, אויב לאמיר זאגען ס'איז יא אסור,

א טעיפ וואס איך וואלט קיינמאל נישט געקויפט אבער אז איינער שיקט מיר עס אויפ אי-מעיל פארוואס נישט איז אויך א פראבלעם מיט גניבה? למעשה וואלט איך עס נישט געהערט אן מיין חבר מיר עס שיקען, אבער פין די אנדערע זייט איז עס נישט קיין פארלוסט פאר'ן זינגער ווייל איך וואלט עס קיינמאל נישט געקויפט,

יעצט נאך א טריט ווייטער,
אויב האב איך יא געקויפט די סי די אבער איך דארפ א קאפי פאר די קאר, איז אויך גניבה עס צי קאפיען?
צוויי פלאן איך נישט צי קויפן אין געשטיצט די זינגער האב איך שוין..

אויב איינער ווייסט א הלכה'דיגע ענטפער מיט א מקור ביטע לאזען הערען, איך מיין אז ס'איז שטארק א נוגע'דיגע שאלה.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

דאסאמאל זיכער אז פאר זיך מעג ער מאכען א קאפי נאו מעטטער וואסערע תנאי ממאכט ביים קויפן

ווי לאנג די געבסט עס נישט פאר יענעם די ווילסט נאר האלטן א קאפי פאר דיר על כל צרה שלא תבא אז די סידי וועט זיך ציקריצען זאלסטו אלץ האבן צי מאכען א צווייטע

נאך מער יונתן שווארץ וואס האט איבערגעדרייט וועלטן ביי זיין לעצטע סידי און איז אויפגעקומען מיט וואשזנע המצאה פון ער פארדינגט די סידי האט ציגעלייגט נאך מער ביי אן אינטערוויו אויף קאל מבאסער אז אויב מאכט ער א קאפי פאר זיך אפילו ווייל ער וויל האבן איינס אינדערהיים און איינס אין קאר אז ער מעג און ער קען אים נישט אפהאלטן עיין שם ותמצא נחת די גאנצע דעבאטע איז נאר אויב ער מעג מאכען א קאפי פאר יענעםס וועגן און אין דעם קען מען זיך שוין דינגן צי להלכה מעג מען צי נישט
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ווייסט איינער קלאר וואס דער דין איז?

מיר איז עס אסאך נוגע, ווייל אויב מעג מען קאפיען פאר זיך קען איך אלע מיינע ס"ד'ס אין מפ"3'ס ארויף לייגן אויף מיין יס"ב פלעש דרייוו און עלימינירן דאס גאנצע אנגעווארפעניש אין מיין קאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פאטאקי, יונתן שווארץ איז א נוגע בדבר אין אויב ער זאגט אז אויב האט מען געקויפט איינס מעג מען מאכן א קאפי פאר זיך, לכאורה איז דאס די שטערקסטע ראי' אז ס'איז טאקע מותר..
אבער מיט דעם איז נאר פארענטפערט מיין שאלה נאמבער דריי, וואס טוהט זיך מיט מיין אנדערע צוויי שאלות?

איך טראכט יעצט אזוי צי מיר, וואס איז דאס אנדערש פין לאמיר זאגען אז איך וואק מיט מיין חבר איז מיר ביידע זענען געווארען זייער הינגעריג, מ'גייט אריין אין א געשעפט ער קויפט א גרויסע שטיקעל קוכן אין ער זאגט מיר איך זאל נישט קויפן ווייל ער גייט מיר געבען האלב פין זיינס,
איז דאס אויך א שאלה פין גניבה?
ס'אידך קלאר אז ווען נישט מיין חבר געט מיר א שטיקל וואלט איך דאך געקויפט פאר מיר עקסטער, סאו אפשר איז דאס אויך א בחינה פין גניבה?

איך גיי היינט פראבירן צי פרעגען א מורא הוראה, אין איך האף צירוק ציקומען מיט א קלארע תשובה,
אוועטאר
לוסטיג
שר האלף
תגובות: 1138
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 23, 2008 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוסטיג »

געלעגער! אויף די משל מיט דיין חבר מיטן דענעש ביסטו בכלל נישט גערעכט, סארי! אבער ס'איז בכלל נישט דומה, ווייל דארט ווען ער געט דיר האלב גייט אראפ א שטיקעל פון אים און ער האט יעצט ווייניגער, סוי געט ער אוועק פון זיך, אבער ביי א טעיפ איז דאך גאר אנדערש.

איך מיין אז ווען דיין חבר זאל דיר וועלן געבן א שטיקעל פון זיין סידי וואס ער האט געקויפט, מיין איך אז ס'וואלט נישט געווען קיין שום שאלה סיי מיטן ארויסגעבער אין סיי ל'הלכה,(אםם.. אפשר געסטו מיר א שטיקעל פון בערי וועבער'ס טעיפ? כ'מיין די הארא ניגון..)
אבער צום סוף לאכן מיר דיר אויס, הא..הא..הא..חחח...
prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך prowed jew »

i talk once to "r' binyumin gruberr's" son, he told me beshem his father that you are the owner of the cd and you can do what ever you want to
לעצט פארראכטן דורך prowed jew אום זונטאג יוני 28, 2009 1:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

לוסטיג טייערע קאן זיין אז די ביסט גערעכט אבער איך מיין אז נישט,
לאמיר עס צילייגן אזוי,
דער סי די פארקויפער אין אזוי אויך די גראסערי מאן זענען ביידע בבחינת נותן אין איך בין בבחינת מקבל,
יעצט מיין שאלה איז דער נותן וואס איז עם א חילוק צי די מקבל האט א גאנצע אדער א האלבע?
ער האט פארקויפט עפעס אין די עפעס האט שוין גארנישט מישט אים, דער מקבל קען דאס לייגן אין גארבידש אדער אויפעסען די גאנצע אדער ציטיילן מיט זיין חבר, דאס האט גארנישט מיטן נותן,
די זעלבע מיט א סי די וואס קען א נותן אריין רעדען וואס די מקבל גייט טוהן דערמיט? די נותן איז עפעס מער אדער ווייניגער ציפרידען צי די מקבל ציברעכט זיין סי די אדער ער הערט עס?
קען זיין אז איך בין ראנג, אבער אזוי פארשטיי איך.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

prowed jew האט געשריבן:i talk once to "r' binyumin gruberr's" son, he told me beshem his father that you are the owner of the cd and you can do what ever you wont to


ווי איך פארשטיי מיינסטו ציזאגען
What ever u "want" to?
א-יא?
(פראביר צי שרייבן אידיש, ס'איז אביסעל שווער צי פארשטיין ענגליש)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער תנאי פון שכירות פארשטיי איך נישט, הייסטעס אזוי אז סיז נישט מיינס סיז נאר געדונגען, און טאמער בין איך מחליט גענוג געווען כבין שוין זאט פון דעם סידי, כגיי עס צוריק טראגן אין געשעפט און איך דארף צוריק מיין געלט, סיז דעך נישט מיינס סיז נאר געדונגען, העטער מיר דען עפעס צוריק געבן?, א פייג!
אוועטאר
אונגארישער
שר האלף
תגובות: 1611
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 01, 2008 12:00 pm
לאקאציע: אין שאראש פאטאק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישער »

איך האב אמאל געפרעגט א רב די שאלה האט ער מיר געזאגט אזוי
פאר דיר אז די דארפסט נאך א קאפי למשל ווילסט האבן איינס אין קאר אין איינס אינדערהיים מעג מען
אבער א קאפי פאר דיין חבר יצמח (יצמח ביסט דא ?) טארסטו נישט מאכן א קאפי אפילו אימזינסט
Liberalism is a mental disorder
Prouducer

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Prouducer »

געלעגערל טייער
פונקט האב איך מיך יעצט געזעצט אויפן פאטעל אפצושרייבן איבער דעם נושא, און דו האסט מיר אויסגעכאפט, העסטע זיכער מיינען אז איך מאך סתם אויף מעשיות, געלעגערל טייערע דער ענין פון נישט כאפן קיין הייסע לאקשן שטייט גראדע ביי דיר פחז כמים... און דער ענין איז זייער א אנגעווייטאגטע און סענסעטיווע נושא ודי.

אבער איך מוז דיך געבן א שכויח פארן אויפברענגען דעם נושא ווייל היות איך בין א שטיקל נוגע בדבר איך בין אין די מוזיק ליין, אבער וואס האט מיך באוואויגן יא צו שרייבן איז געווען נאכן ערהאלטן א ידיעה פון קרוב צו צוואנציג (יא גוט געליינט) נאנטע און באקאנטע וואס האבן מיר מודה געווען אז זיי האבן געמאכט א קאפיקע פון בערי וועבער'ס סידי.

איך וויל מיך דא אפשטעלן אויף א נקודה קודם כל אין בערי'ס סידי איז אריין כמעט (פאל נישט אראפ) צוויי הונדערט טויזענט דאלער... נאכדעם קומט צו אדווערטייזינג דיסטריביוטינג פראדאקשון אא"וו איז מיט דעם וואס דער עולם מאכט קאפיקעס וועט מען אליין ליידן דערפאר וואס מאנכע זינגער'ס "פראדוסער'ס" וועלן אויפהערן ארויסגעבן.

בין איך שבת נאכן דאווענען (אזא פנים האט מיין דאווענען) צוגעגאנגען צו מיין רב (אגב ער הייסט צו זיין פון די שטערקסטע מורי הוראות אין ב"פ) און איך שטעל איהם די פראגע אז איך הער בשם איהם אז מ'מעג מאכן קאפיס
האט ער מיר גענטפערט אז קודם כל האט עס נישט מיט מענטשליכקייט (א גרויסע דאנק) און להלכה זאגט ער איז נאר שייך אויף א עלטערע סידי אבער א נייע סידי וכל שכן גאר א נייע סידי האט עס נישט קיין שום היתר "אבער פאר זך פריוואט מעג ער מאכן א קאפיקע נאכן קויפן א סידי"

ער האט נישט געהאט צופיל צייט אבער ער האט מיר געזאגט אז מ'גיימיר ממשיך זיין.

לסיום הדברים וויל איך פרעגן צו ווען איך דינג א דירה מעג איך למשל צוברעכן און צוזעצן ווייל ס'מיינס? קאמענטארן זענען איבריג..
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

Prouducer האט געשריבן:לסיום הדברים וויל איך פרעגן צו ווען איך דינג א דירה מעג איך למשל צוברעכן און צוזעצן ווייל ס'מיינס? קאמענטארן זענען איבריג..

ווער צוברעכט ווער צוזעצט? כ'גיב עס צוריק זוי שעהנער הייט, געבסטע מיר עפעס צוריק (כ'מיין שכירות איז דאך ואדאי נישט דער פולער פרייז, זוי ווי ווען כ'דינג א הויז צאלעך נישט וויפיל די הויז איז ווערט, כקויף דאך נישט כ'דינג נאר (כ'רעד נישט צו מען מעג צו מען טאר נישט קאפירן דיסקס, איך וויל נאר פארשטיין די אויפטוה פון די געוואלדאוונע עצה פון 'שכירות')
Prouducer

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Prouducer »

זאל זיין אזוי... למעשה האט ער טאקע געזאגט אז פאר דיר מעגסטע אבער נישט פאר א צווייטען דאס איז ריכטיג גניבה, עשרת הדברות ממש
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

פראדצור טייערער
כ'וואלט מציע געווען א הצעה פאר די וועלכע זענען אין די מוזיק ליין, זאלן מאכן א סי די פון דעם אינטערוויא פון קול מבשר פון הרב יונתן שווארץ, און מען זאל עס מפרסם זיין אין די שולן (א שטייגער ווי בלכתך ברעטעך), [כקען פילע אידן וואס האבן באמת מהרהר בתשובה געווען (אויפ די עבירה פון קאפירן דיסקס) נאכן הערן זיינע ווערטער היוצאים מן הלב], כ'מיין ס'וועצעך אויסצאלן.....
Prouducer

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Prouducer »

האסט א גוטע שפיץ (פוינט בלע"ז) ווי מייט דא דעד ווערי סאן טענקס פאר די איידיע
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

פראדוסער, נישט עשרת הדברות ממש, ווייל לא תגנוב איז בגונב נפשות, חוץ אז דו וועסט וועלן מאכן א גאנצע אויפטו אז... דו ווייסט וואס כ'מיין, כעלעס לאזן פאר די לומדים.

איך פיר מיך נישט צו הערן קיין גע'קאפי'טע סידי'ס, אבער נעמען פון איינעם וואס האטעס שוין געהערט און דארפעס נאמאר, דאס יא.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

געלעגער האט געשריבן:פאטאקי, יונתן שווארץ איז א נוגע בדבר אין אויב ער זאגט אז אויב האט מען געקויפט איינס מעג מען מאכן א קאפי פאר זיך, לכאורה איז דאס די שטערקסטע ראי' אז ס'איז טאקע מותר..
אבער מיט דעם איז נאר פארענטפערט מיין שאלה נאמבער דריי, וואס טוהט זיך מיט מיין אנדערע צוויי שאלות?

איך טראכט יעצט אזוי צי מיר, וואס איז דאס אנדערש פין לאמיר זאגען אז איך וואק מיט מיין חבר איז מיר ביידע זענען געווארען זייער הינגעריג, מ'גייט אריין אין א געשעפט ער קויפט א גרויסע שטיקעל קוכן אין ער זאגט מיר איך זאל נישט קויפן ווייל ער גייט מיר געבען האלב פין זיינס,
איז דאס אויך א שאלה פין גניבה?
ס'אידך קלאר אז ווען נישט מיין חבר געט מיר א שטיקל וואלט איך דאך געקויפט פאר מיר עקסטער, סאו אפשר איז דאס אויך א בחינה פין גניבה?

איך גיי היינט פראבירן צי פרעגען א מורא הוראה, אין איך האף צירוק ציקומען מיט א קלארע תשובה,

לאמיר דא אריין ווארפן מיין חוה'ס דעס, די משל איז מורא'דיג צום נמשל, נאר טאקע די עיקר וואס איז מורא'דיג איז נישט גוט ארויסגעברענגט, לאמיר אייך מסביר זיין, אויב איר קויפט א שטיקל קוכן און איר קיבט אוועק פאר אייער חבר, דאס איז דומה צו דעם אז איר קויפט א סידי, און ווען איר זענט פארטיג גיבט איר עס פאר אייער חבר, אבער אויב מאכט איר דערפון א קאפי, דאס הייסט איר האט א חוש וואס דורך טועם זיין א מאכל כאפט איר אויף די רעסעפי, און איר גיט דאס פאר אייער חבר, דאס קען מען שוין אנריפן גניבה, די זעלבע איז מיט א סידי, איר האט א חוש אז ווען איר לייגט דאס אויף א צווייטע סידי ווערט דערפון א קאפי.... דאס קען מען שוין אנריפן גניבה....
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פראדוסער, קודם שלום עליכם,

די האסט מיך שתעכט פארשטאנען, איך בין נישט דא מתיר צי זיין אויב ס'איז אסור! איך בין דא ציפארשטיין.
(פחז כמים משל פארשטיי איך נישט)

דיין משל פין איינער וואס דינגט א דירה איז אינגאנצען נישט גלייך, ווייל ווען מ'דינגט א דירה איז עס נישט דיין משא"כ א סי די איז דיינס!
אלס געפיל אויס פארשטיי איך דיך אז ס'איז א פראבלעם אבער דאס מאכט'ס נאך נישט פאר א דאוריתא!

אין נאךאמאל אויב איז עס טאקע אסור וויל איך ח"ו נישט זאגען גארנישט, איך פראביר נאר אויסצישמיסען די הלכה'דיגע חלק,
Prouducer

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Prouducer »

הרב געלעגער די משל פון פחז כמים שטייט ביי ראובן כי עלית "משכבי" (געלעגער) אביך... וואס איך מיין ארויסצוברענגען איז, איך מיין דיך ח"ו פערזענליך אבער ס'קוקט מיר אויס נאכדעם וואס איך האב גראדע פונקט דעם שבת געפרעגט, און איך מיין אז איך האב באקומען גאנץ א קלארע תשובה, איז דו ביסט נאך אלץ נישט צופרידען און ס'קוקט אויס ווי דו האסט עפעס באגראבן וואס דו ווילסט הערן (אדער נישט הערן)

דו קענסט מיך קאנטאקטן און אישית כ'על דיר זאגן ווער די מורי הוראה איז לכאורה וועסטעדעך רעכענען מיט זיינס א פסק, צום האפן אז מיר וועלן זיך דערנאך פארשטיין בעסער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פראדוסער,
דיין תשובה איז נישט אזוי קלאר, די האסט נישט אנגעגעבען א סיבה פאר'ן איסור, מנפשך האסטו עס פראבירט עס צאם צישטעלען מיט דינגען א דירה וואס דאס האבען מיר געשמיסט איז קיין פארגלייך,
אין ווייטער, פין דיינע ווערטער איז משמע כאילו איך זיך דא עפעס יא אדער נישט צי הערען, איך בין גרייט צי פאלגען אלעס וואס די הלכה פארלאנגט, אבער אין די זייט קען איך באשטיין צי פארשטיין די סיבה.

למעלה,
לויט ווי איך פארשטיי פין דיינע ווערטער איז די עצם מאכן א קאפי א פראבלעם (אזוי ווי די האסט עס ציגעשטעלט צי די חוש פין רעסעפי)
לויט דעם איז פארזיך מאכן א קאפי פונקט אזא פראבלעם, ניין?
אוועטאר
שמערי בערי
מ. ראש הקהל
תגובות: 9165
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערי בערי »

איך קלער יעצט אז ס'קען אריין גיין בגדר (אפשר נישט ממש, אבער פארט א שמץ) פון השגת גבול.

ווען איך קויף א ספר מעג איך מאכן קאפיס און עס טיילן אין בית המדרש פאר'ן עולם? קוקט וואס עס שטייט אין די אלט-פארצייטישע ספרים דערוועגן...

ווען איינער האט אריינגעלייגט כוחות אין א ספר - און דאס זעלבע אין א סידי - ווי האסטו די רעכט דאס צו גיין קאפיען? און נאכדערצו געבן פאר איינעם בחנם?

עוד חזון, די צייט ערלויבט מיר יעצט נישט מאריך צו זיין
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

פארשלאפן
איך פארשטיי דיך אינגאנצען נישט

די ווילסט ארויף לייגען דיינע סידיס אויף א יו עס בי?
ווער האלט דיך אפ?
רעדט מען דען פון עס אפילו בארגען פאר א יחיד? (וואס דאס איז ובלכתך בדרך אויך מתיר...)
די רעדטס דאך לכאורה פאר דיין באקוועמליכקייט

די מציאות ווייזט אז א סידי ווערט ציקריצט נאך 3 מאל הערן און צומאל נאך פריער
איך פיר מיך נישט אריינצילייגן קיין סידי אין קיין שום סידי פלעיאר פאר איך האב א קאפי דערפון און קאמפיוטער
און דאס שטערט קיינעם נישט עס לאנג די גיבסט עס נישט אוועק
ווי אויך האט מיר געזאגט איינע פון די אנפירערס פון א גרויסע סיטי ווייד גמ"ח פון טעיפס
אז איך האב אלע רעכטן ארויף צילייגן די סידי אויף מיין אייפאד עס לאנג איך פארקויפ עס נישט פאר מיין חבר
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

געלעגער האט געשריבן:פאטאקי, יונתן שווארץ איז א נוגע בדבר אין אויב ער זאגט אז אויב האט מען געקויפט איינס מעג מען מאכן א קאפי פאר זיך, לכאורה איז דאס די שטערקסטע ראי' אז ס'איז טאקע מותר..
אבער מיט דעם איז נאר פארענטפערט מיין שאלה נאמבער דריי, וואס טוהט זיך מיט מיין אנדערע צוויי שאלות?


האסט גוט ציגעטראפן איך האב דיר נאר גענטפערט אויף די דריטע שאלה
די אנדערע צוויי קען איך דיר נישט ענטפערען קיין דיין בין איך נישט ליידער
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פאטאקי08 האט געשריבן:פארשלאפן
איך פארשטיי דיך אינגאנצען נישט

די ווילסט ארויף לייגען דיינע סידיס אויף א יו עס בי?
ווער האלט דיך אפ?
רעדט מען דען פון עס אפילו בארגען פאר א יחיד? (וואס דאס איז ובלכתך בדרך אויך מתיר...)
די רעדטס דאך לכאורה פאר דיין באקוועמליכקייט

די מציאות ווייזט אז א סידי ווערט ציקריצט נאך 3 מאל הערן און צומאל נאך פריער
איך פיר מיך נישט אריינצילייגן קיין סידי אין קיין שום סידי פלעיאר פאר איך האב א קאפי דערפון און קאמפיוטער
און דאס שטערט קיינעם נישט עס לאנג די גיבסט עס נישט אוועק
ווי אויך האט מיר געזאגט איינע פון די אנפירערס פון א גרויסע סיטי ווייד גמ"ח פון טעיפס
אז איך האב אלע רעכטן ארויף צילייגן די סידי אויף מיין אייפאד עס לאנג איך פארקויפ עס נישט פאר מיין חבר


פאטאקי ער האט דיר געזאגט אז עס לאנג די פארקויפסט עס נישט?
אויף סתם אוועק געבען איז ער נישט מקפיד?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13894
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

אוועק געבן פאר פרי און פארקויפן איז לכאורה די זעלבע זאך
נישט אזוי?
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”