הפוך בה דכולה בה
דינסטאג נובמבר 01, 2011 4:40 am
ויוציאם בכסף וזהב ואין בשבטיו כושל
זאגט דער מהר"ש מאסטראפאליע זצוק"ל
אז צוויי קליפות האבען אויף געהאלטען כלל ישראל אין מצרים
בושש און טלכיו
אבער צוויי שמות האבען אונז געהאלפען גובר זיין אויף די קליפות
דאס זענען די שמות כסה און בפז
זאגט ער אז דאס איז דער סוד פון דער פסוק
ויוציאם בכסף וזהב
אותיות כסה בפז
ואין בשבטיו כושל
אותיות בושש טלכיו
והוא נורא
האב איך געוואלט אפשר מסביר זיין אזוי
פון מצרים איז מען ארויס אויף קרעדיט
כידוע החודש אשר ישועות בו מקיפות...
קען מען אפשר זאגען אז בדרך כלל איז מען אונז דן באשר הוא שם
אבער אויב מוז מען לטובה קוקען אויף דעם עתיד
דעמאלס נעמט מען שוין אויך אין באטראכט די עבירות פון דעם עתיד
צוויי גרויסע פראבלעמען אין כלל ישראל נאך יציאת מצרים
זענען געווען דער עגל הזהב און פסל מיכה וואס איז געווען כסף
און דאס איז געוואויגען אקעגען די זכותים פון קבלת התורה בעתיד
עגל הזהב איז מרומז אין בושש
טלכיו איז בגימטריא מיכה
די צוויי קליפות בושש און טלכיו זענען געשטאנען כנגד די קרעדיט פון דער עתיד
נאר אקעגען די קטרוגים וואס קומען דארך כסף וזהב הרבית להם
איז דא די כח פון תשובה וצדקה
כסה איז מרמז אויף תשובה
בכסה ליום חגנו
בפז אויף צדקה וחסד
בני ציון המסולאים בפז
דאס קען מכפר זיין אויף די עבירות העתיד
ממילא האט די טוב שבעתיד איבער געוואויגען
און מיר זענען טאקע ארויס פון מצרים...
Advertisement
דינסטאג נובמבר 01, 2011 5:18 am
הפלא ופלא, הערליך און אמת צוזאמען.
נאר דאס אז בושש איז געווען צוליבן עגל זאגט שוין מהר"ש מאסטראפאליע זצוק"ל בעצמו.
דינסטאג נובמבר 01, 2011 5:33 am
אמת?
דאס געדענק איך נישט...
דער בנ"י ברענגט עס אראפ באיזהו מקומן של שבחים
ביזט מיר גאר מהנה אז דבריי נושאים חן בעיניך
דינסטאג נובמבר 01, 2011 4:09 pm
רבי מנחם אייערע טייטשן זענען מתוק!
מיטוואך נובמבר 02, 2011 3:52 am
שכויעך הרב ווינקל
מיטוואך נובמבר 02, 2011 4:56 am
איידי דעסקינן, כ' בזרע קודש לעיוהכ"פ וז"ל
כ' בספרים, וכן שמעתי מהמגיד ז"ל, ששמות ראשי הצבא של גוג ומגוג יהיו קמיך וכקש, וברוב גאונו ית"ש יהרסם ויפלו.
ועי' בזוה"ק בשלח שם וברוב גאונך תהרוס קמיך לביאת גוג ומגוג.
הרב msp וועט שוין האבן עפעס אן הברקה אויף דעם, ווארטס מיט געדולד...
מיטוואך נובמבר 02, 2011 5:13 am
נעכטען ביי די חתונה האט א בעל דרשן גערעדט וועגען אברם און אברהם
און צוגעברענגט פון מאור עינים אז הא לכם זרע מיינט דער אות ה"א איז מסוגל אויף זרע
כאגעטראכט געוואלד
דבר זה נפתח בראשונים
כמדומני א בעל הטורים ועוד
דארף ער צוקומען צא מאור עיניים
סארי טו דיסעפוינט דער עולם איך האב נישט עפעס אויף קמיך און כקש
נאר כ'פראביר מיר צו דערמאנען א הוספה'לע אויף אנאנדער שטיקעל זרע קודש
לגבי אל תדמי בנפשך
אז נסים און ישועות מוז קומען פון די רעכטע סיטרא
באט איט עסקעיפס מי נאו
הקב"ה יחזיר לי אבידתי
מיטוואך נובמבר 02, 2011 5:24 am
יעטצט זיך דערמאנט
לכאורה ווען זיי האבען געזוכט א פאסיגע שידוך פאר אחשורוש'ן
איז דאס געווען א ביטערע גזירה
אלע האבען באהאלטען זייערע טעכטער
און אוודאי האט מרדכי הצדיק אויך אזוי געטוהן
נאר מסבב כל הסיבות האט דוקא יא געוואלט אז אסתר זאל פארכאפט ווערען און אז זי זאל דוקא יא געפעלען דעם מלך
איז די סיבה דערפאר איז ווייל ישועות דארף קומען דארך די רעכטע סיטרא
דארך צדיקים וקדושים
דערפאר דארף מען דאווינען אז אמת'ע צדיקים זאלען לעבען און געזונט זיין אויף מגין צו זיין אויף אונז
מיטוואך נובמבר 02, 2011 5:39 am
אות ה' מסוגל לזרע שטייט טאקע אין טור על התורה, ביי בלהה וואס רחל האט געזאגט אולי אבנה גם אנכי ממנה. ווייל רחל איז געווען די איינציגסטע פון די פיר וואס האט נישט געהאט קיין ה' בשמה, האט זי געזאגט בלהה האט דאך צוויי קען איך נעמען איינס פון איר. אבער באמת איז עס שוין מרומז בזוה"ק טאקע לגבי אברם און אברהם (וכן שרי ושרה).
מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:15 am
געראדע האב איך נאך מוסיף געווען על פי הידוע אז די ד' מינים זענען כנגד שם כ"ו
און פון דער סיפור אין די פוסקים
דאכטזיך ביים רמ"ק מיט א חלום
קומט אויס אז אתרוג איז כנגד ה"א אחרונה של השם
וועגען דעם ביים אתרוג אויף חמשה עשר בשבט בעהט מען אויף קינדער
מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:31 am
איר מיינט דער בית יוסף בשם הרקאנטי, אז דער חסיד ר' יצחק אשכנזי האט געשריבן די הא אחרונה שבשם אפגערוקט.
מיטוואך נובמבר 02, 2011 6:41 am
יא ריכטיג
כבין אביסעל פארשלאפען פון די שפעטע נאכט און פריהע מארגען
כהאף די פאציענטען וועלען נישט ליידען דערפון....
מיטוואך נובמבר 02, 2011 7:12 am
ידוע הרמז "הא לכם זרע".
מיטוואך נובמבר 02, 2011 7:18 am
msp האט געשריבן:נעכטען ביי די חתונה האט א בעל דרשן גערעדט וועגען אברם און אברהם
און צוגעברענגט פון מאור עינים אז הא לכם זרע מיינט דער אות ה"א איז מסוגל אויף זרע
כאגעטראכט געוואלד
דבר זה נפתח בראשונים
כמדומני א בעל הטורים ועוד
דארף ער צוקומען צא מאור עיניים
סארי טו דיסעפוינט דער עולם איך האב נישט עפעס אויף קמיך און כקש
נאר כ'פראביר מיר צו דערמאנען א הוספה'לע אויף אנאנדער שטיקעל זרע קודש
לגבי אל תדמי בנפשך
אז נסים און ישועות מוז קומען פון די רעכטע סיטרא
באט איט עסקעיפס מי נאו
הקב"ה יחזיר לי אבידתי
מיטוואך נובמבר 02, 2011 7:20 am
אה, אנטשולדיגט. און אינאיינוועגס א ייש"כ פארן מ"מ.
מיטוואך נובמבר 02, 2011 9:38 am
די אבות זענען דאך די דריי מדות
חסד גבורה תפארת
די ספרים שרייבען והובא גם בטור
אז סוכות איז כנגד יעקב
פסח איז כנגד אברהם
און שבועות איז כנגד יצחק
קען זיין א רמז אין פסוק שלש רגלים תחג לי בשנה
תחג איז ראשי תיבות תפארת חסד גבורה
נאך אנ'ענין
יעקב אבינו זאגט צו עשו הייב נישט אהן מיט מיר ווייל יש לי כל
זאגען בעהתו"ס דארט יש לי יוסף וואס ער קען מנצח זיין עשו
לולא דמסתפינא אמינא אז דער רמז אויף יוסף איז ווייל יוסף איז דאך יסוד
און אין לך השם הגדולה וגו' איז כל כנגד יסוד
ממילא איז גוט אז יעקב אבינו זאגט איךהאב מדת כל וואס איז יוסף...
מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:17 am
נאכן עסן וועגט א מענטש ווייניגער ווי אינדערפרי!
(ערכין יט. שטמ"ק בשם הרא"ש).
מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:20 am
אוהב חכמה האט געשריבן:נאכן עסן וועגט א מענטש ווייניגער ווי אינדערפרי!
(ערכין יט. שטמ"ק בשם הרא"ש).
האדם כבד במוצאי שבת
בעל הטורים ויקרא י', ט'
מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:30 am
קרעמער האט געשריבן:האדם כבד במוצאי שבת
בעל הטורים ויקרא י', ט'
איך בין עדות...
מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:31 am
דארפסט אפשר גיין אויף דייעט
מיטוואך נובמבר 02, 2011 11:44 am
ער פארדייעט די עסען
מיטוואך נובמבר 02, 2011 2:56 pm
פריער געלערנט אין כד הקמח פון רבינו בחיי אז א טויבעלע פליט נאר מיט איין פליגל אויפאמאל, און דערפאר ווערט זי נישט אויסגעמוטשעט אזוי שנעל ווי די אנדערע פייגל וואס נוצן ביידע פליגלן אינאיינעם (מסתמא איז עס א מדרש, כדרך רבינו בחיי צו ברענגן פון מדרשים)
מיטוואך נובמבר 02, 2011 3:32 pm
קרעמער האט געשריבן:פריער געלערנט אין כד הקמח פון רבינו בחיי אז א טויבעלע פליט נאר מיט איין פליגל אויפאמאל, און דערפאר ווערט זי נישט אויסגעמוטשעט אזוי שנעל ווי די אנדערע פייגל וואס נוצן ביידע פליגלן אינאיינעם (מסתמא איז עס א מדרש, כדרך רבינו בחיי צו ברענגן פון מדרשים)
יפה כיונת, והוא בבראשית רבה בפרשתן (פל"ט).
אז מ'רעדט שוין פון א יונה, דער רשב"ם (ב"ב פ. ד"ה מתני' הלוקח) שרייבט אז יונים האבן צוויי קינדער יעדע חודש זכר ונקבה, חוץ פון חודש אדר וואס דאן האבן זיי נישט קיין קינדער. און די קינדער געבוירן שוין אויך נאך צוויי חדשים. אבער אין רש"י (ביצה י. ד"ה בריכה) שטייט אז זיי געבוירן נישט פון תקופת טבת ביז ניסן.
דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 4:49 am
גאר אינטערעסאנט
איז דער ספר מטבע שטבעו חכמים עפעס גוטס?
דרך אגב איז מיר היינט נתעורר געווארען בענין הא לכם זרע
שרה אמנו האט דאך געזאגט אז דארך הגר וועט זי געהאלפען ווערען
האט זי דאך געוואלט נוצען די הא פון הגר
בלייבט גר
דערפאר קען זיין אז זי האט געמוזט גיין אין גלות ווי א גר....
דאנערשטאג נובמבר 03, 2011 5:55 am
נאך א ידיעה'לע
די נוסח פון בנה ביתך כב-אאא-תחילה
וכונן מקדשך על מכונו
זאגט ר' פינחס'ל מקאריץ זי"ע
אז דאס איז די זעלבע תנועה ווי פון אלי ציון