בלאט 62 פון 63

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 8:04 pm
דורך כשרע טעלעפאן
די מעשה מיטן קאשויער רב שטימט עפעס נישט אזוי ווי @עפל קאמפאוט ברענגט אראפ, ווי אויך האב איך געהערט אז די גר"א האט געענדיגט ש"ס יעדע חודש פאר א שטיק צייט, ער האט געלערנט פ"ד דפים א טאג כמנין דף, עס איז דא 2500 בלאט אין ש"ס, און 30 מאל 84 קומט אויס 2520. איך וועל אי"ה נאכקוקן די מקור

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 8:12 pm
דורך יגעתי ומצאתי
עפל קאמפאוט האט געשריבן:
גברא רבא האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:איז דא עפעס א מעשה אז עס איז אמאל ארויף געפאלען א ספרים שאנק אויף דעם שאגת אריה ?
אויב יא ווי איז דער מקור און די גאנצע מעשה ?

אין די הקדמה אין ספר שדה צופים ברכות לר' שמואל אליעזר פריעדמאן ברענגט ער אז ער האט אנגעפרעגט די קאשוי רב אויף די גמרא אין מס' ברכות אז ר' חייא בר אבא האט איבער געחזרט זיין גאנצע לערנען יעדע דרייסיג טעג, צו עס איז מעגליך צו איבער חזרן גאנץ ש"ס אין דרייסיג טעג האט ער אים גענפערט אז לדעתו איז נישט מעגליך צו איבער חזרן גאנץ ש"ס אין דרייסיג טעג. האט ער אים געפרעגט פון די מעשה וואס ווערט געברענגט אז די שאגת אריה האט ביי די 70 יאר גענדיגט 1000 מאל ש"ס און אז מען מאכט די חשבון קומט אויס אז עס איז נישט מעגליך געווען צו ענדיגן ש"ס טויזנט מאל נאר אויב ער האט מסיים געווען מער ווי איינמאל א חודש האט אים די רב גענפערט אז ער גלייבט נישט די מעשה
שפעטער איז ער געווען ביי ר' חיים קנייעבסקי און ער האט אים געפרעגט אויב עס איז מעגליך צו ענדגין האט ער געזאגט אז ער האלט אז עס איז יא מעגליך צו ענדיגן
און זיינע גבאים האבן באשטעטיגט אז פיל מאל ענדיגט ער ש"ס אין ווייניגער ווי 30 טעג
עכ"פ זעהט מען אז די קאשויער רב האט נישט געגלייבט די גאנצע מעשה


איך האב געזוכט אין די ספר פון הרב פרידמאן און נישט געטראפן די מעשה (אפשר אין א פרישע מהדורה וואס איך האב נישט), אבער בכלל פארשטיי איך נישט די מעשה מיט קאשויער רב, ער האט אפגעפרעגט א גמרא? עס שטייט אין פסחים אויך אויף רב ששת כל תלתין יומי' מהדר אכולי' תלמודי'. על כל פנים מען זעהט אז עס איז דא אזא זאך, ובפשוט איז דאס שייך צו זאגן אויב מען מאכט א תמצית און מען חזר'ט דאס בקיצור, אבער בכלל אויף די מוחות קדושות פון די תנאים ואמוראים שאינו בערך השגתינו כלל איז בכלל נישט שייך אריינצורעדן.

פון די גמרא איז נישט קיין ראי', ווייל דאס מיינט בלויז אז דאס וואס ער האט געלערנט אין די דרייסיג טעג, האט ער איבערגע'חזר'ט.
עי' ברכות ל"ח ב' תוספות ד"ה כל, כל תלתין יומין מהדר תלמודיה. לאו דוקא כל תלמודו אלא כל מה שהיה לומד בשלשים יום היה חוזר הכל לפניו ביום שלשים ואחד.

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 8:18 pm
דורך יגעתי ומצאתי
חוח בין השושנים האט געשריבן:וואס איז פשט?
א מחבר, א תלמיד חכם מופלג, אין תרצ"ז דא אין ניו יארק שרייבט זיך זיין נאמען מנחם משולב מיט די שמות הוי"ה און אדנ"י.
שערי שמים.JPG

דאס איז ר' מנחם הכהן ריזיקאוו, אין זיין זפר שערי שמים.
סוף פון זיין הקדמה חתמ'עט ער זיין נאמען:
שערי שמים0.JPG

און אזוי עטליכע מאל אינעם ספר. וואס האט אים צוגעברענגט דערצו?

מן הסתם איז דאס א טרעפל ווייטער, נאך די סגולה משלב צו זיין די נאמען מיטן שם הוי'.
עיין כאן

געשריבן: מיטוואך יוני 12, 2019 8:37 pm
דורך גברא רבא
יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:וואס איז פשט?
א מחבר, א תלמיד חכם מופלג, אין תרצ"ז דא אין ניו יארק שרייבט זיך זיין נאמען מנחם משולב מיט די שמות הוי"ה און אדנ"י.
שערי שמים.JPG

דאס איז ר' מנחם הכהן ריזיקאוו, אין זיין זפר שערי שמים.
סוף פון זיין הקדמה חתמ'עט ער זיין נאמען:
שערי שמים0.JPG

און אזוי עטליכע מאל אינעם ספר. וואס האט אים צוגעברענגט דערצו?

מן הסתם איז דאס א טרעפל ווייטער, נאך די סגולה משלב צו זיין די נאמען מיטן שם הוי'.
עיין כאן

די הייליגע קאמארנע צום סוף פון זיין ספר עשירת האיפה חתמט ער זיין נאמען א"ני ב"ן א"דם ג"ס וע"ב

געשריבן: דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:14 pm
דורך יגעתי ומצאתי
גברא רבא האט געשריבן:די הייליגע קאמארנע צום סוף פון זיין ספר עשירת האיפה חתמט ער זיין נאמען א"ני ב"ן א"דם ג"ס וע"ב

דאס לשון פונעם קאמארנער זי"ע איז, סיימתי בעזר אדון כל ביום כ"ה שבט וכו' יום באתי לעוה"ז ואני ב"ן אד"ם ג"ס וע"ב, חדשי תקון שבתותי וכו'.
דאס איז נישט גע'חתמ'ט זיין נאמען, דאס איז מרמז אויף די שמות הוי"ה, וואס האט פיר מילואים, וואס זענען בגי' נ"ב, מ"ה, ס"ג, וע"ב.
כדרכו לשלב הרבה פעמים עניני שמות וסתרי תורה בתוך דבריו.

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 12:34 pm
דורך dovidal
למה אין אומרים זכרון למעשה בראשית אצל קידוש ביו"ט שחל בשבת כמו שאומרין בכל שב"ק ?

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 1:57 pm
דורך חמרא טבא
dovidal האט געשריבן:למה אין אומרים זכר למעשה בראשית אצל קידוש ביו"ט שחל בשבת ?

ווער זאגט נישט?

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 4:49 pm
דורך שאינו יודע
מען זאגט ביי די ברכה

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 6:40 pm
דורך dovidal
חמרא טבא האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:למה אין אומרים זכר למעשה בראשית אצל קידוש ביו"ט שחל בשבת ?

ווער זאגט נישט?

מען דערמאנט עס "נישט" ביי די ברכה

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 6:46 pm
דורך חמרא טבא
טוה מיר א טובה און כאפ מיר א בילד פון דיין יו״ט קידוש נוסח

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 6:51 pm
דורך חוח בין השושנים
איז דא דא צומישעניש צווישן זכר ליציא"מ און זכר למעשה בראשית?
ניין. יו"ט דערמאנט מען נישט - ביי ברכת הקידוש - זכר למעשה בראשית, אפילו ווען ס'פאלט אין שבת.

געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2019 6:55 pm
דורך dovidal
חמרא טבא האט געשריבן:טוה מיר א טובה און כאפ מיר א בילד פון דיין יו״ט קידוש נוסח

עפען דיינע אויגען ביטע און זאג מיר צו עס שטייט ביי קידוש "זכרון למעשה בראשית" יום טוב שחל בשב"ק

געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2019 9:30 pm
דורך גבר ישראל
פארוואס זאגט מען 3 מאהל ביי ברכת כהנים די תפלה אויף חלומות? פארוואס קען מען נישט זאגען נאר איינמאהל?

געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2019 11:06 pm
דורך חמרא טבא
dovidal האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:טוה מיר א טובה און כאפ מיר א בילד פון דיין יו״ט קידוש נוסח

עפען דיינע אויגען ביטע און זאג מיר צו עס שטייט ביי קידוש "זכרון למעשה בראשית" יום טוב שחל בשב"ק

גערעכט

צפ"ת

געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2019 12:02 pm
דורך dovidal
וואס איז די ר"ת

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 4:32 pm
דורך dovidal
באיזה צדיק היה הסיפור ששכח היארצייט של אמו = ובאתה בחלום שעיקר הוא הלחיים ליתן ליהודים לאכול ?

געשריבן: דאנארשטאג יולי 11, 2019 8:20 pm
דורך dovidal
[quote="dovidal היה הסיפור ששכח היארצייט של אמו = ובאתה בחלום שעיקר הוא הלחיים ליתן ליהודים לאכול ?[/quote]
רבי אליעזר מקאמארנא סיפר כן על הרה"ק רבי צבי מזידיטשוב זי"ע שכחתי המקור ?

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 7:36 am
דורך גברא רבא
dovidal האט געשריבן:[quote="dovidal היה הסיפור ששכח היארצייט של אמו = ובאתה בחלום שעיקר הוא הלחיים ליתן ליהודים לאכול ?

רבי אליעזר מקאמארנא סיפר כן על הרה"ק רבי צבי מזידיטשוב זי"ע שכחתי המקור ?[/quote]
עס איז איז אונטערסאנט צו וויסן די מקור.
אויף די מעשה פארציילט מען, אז מרן מסאטמאר זצ"ל ווען איינער האט אים פארציילט די מעשה, האט ער געזאגט: "אז א שיכור האט אויסגעטראפן די מעשה, און ווען א רב האט אים געזאגט אז ער די מעשה איז מקובל ביי אים אין משפחה האט רבינו זיך אויסגעבעסרט און געזאגט: "אז א שיכור האט עס אויסגעטראפן צו פארציילן......

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 11:05 am
דורך פאפיגיי
ווערט געברענגט אין טעמי המנהגים.

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 11:44 am
דורך dovidal
גברא רבא האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:[quote="dovidal היה הסיפור ששכח היארצייט של אמו = ובאתה בחלום שעיקר הוא הלחיים ליתן ליהודים לאכול ?

רבי אליעזר מקאמארנא סיפר כן על הרה"ק רבי צבי מזידיטשוב זי"ע שכחתי המקור ?

עס איז איז אונטערסאנט צו וויסן די מקור.
אויף די מעשה פארציילט מען, אז מרן מסאטמאר זצ"ל ווען איינער האט אים פארציילט די מעשה, האט ער געזאגט: "אז א שיכור האט אויסגעטראפן די מעשה, און ווען א רב האט אים געזאגט אז ער די מעשה איז מקובל ביי אים אין משפחה האט רבינו זיך אויסגעבעסרט און געזאגט: "אז א שיכור האט עס אויסגעטראפן צו פארציילן......[/quote]
די מעשה פון סאטמאר דארף אויך א מקור

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 6:50 pm
דורך dovidal
;';';';'

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 6:53 pm
דורך dovidal
פחד פון א סיפור דינסטאג חקת

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 6:58 pm
דורך nmi
dovidal האט געשריבן:פחד פון א סיפור

פון וועליכע ספר קומט דאס?

געשריבן: פרייטאג יולי 12, 2019 7:05 pm
דורך dovidal
nmi האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:פחד פון א סיפור

פון וועליכע ספר קומט דאס?

מעגל השנה סקווירא

איז דאס אמת .?

געשריבן: זונטאג יולי 28, 2019 2:24 pm
דורך dovidal
ספר קדושת יום טוב, שני חלקים, על התורה ו"קדושה שניה" על ראש השנה וימים טובים. מהאדמו"ר רבי חנניה יום-טוב ליפא טייטלבוים אב"ד סיגעט. מרמרוש-סיגט, תרס"ה 1905. מהדורה ראשונה. הקדמת בני המחבר [האדמורי"ם רבי חיים צבי בעל "עצי חיים" ואחיו רבי יואל מסאטמר].
הביבליוגרף נ' בן-מנחם בספרו "מספרות ישראל באונגאריה", מביא שמועה מעניינת, שלמעשה זוהי מהדורתו השניה של הספר, כי המהדורה הראשונה נשרפה כולה, לאחר שנודע לבני המחבר כי נסדרה ע"י פועלי-דפוס שחיללו שבת בעבודת ההדפסה.