בלאט 47 פון 57

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 28, 2013 11:36 am
דורך קיקיון
קיקיון האט געשריבן:"פנחס בן אלעזר וגו'" (פרק כ"ה פי"א)
ובמדרש בדין הוא שיטול שכרו
אמרי' ספ"ק דקדושין דמצות שבין אדם למקום אין לו פירות
בעוה"ז ושבין אדם לחברו יש לו פירות בעוה"ז
ופנחס עשה מצוה שבין אדם למקום שהרג את
זמרי


"פנחס בן אלעזר וגו'" (פרק כ"ה פי"א)
ובמדרש בדין הוא שיטול שכרו. פי' דאמרי' ספ"ק דקדושין דמצות שבין אדם למקום אין לו פירות
בעוה"ז ושבין אדם לחברו יש לו פירות בעוה"ז ופנחס עשה מצוה שבין אדם למקום שהרג את
זמרי, אבל כיון שעי"ז השיב את חמתו ולא כליתי את בנ"י וגו' א"כ עשה גם מצוה שבין אדם
לחברו לכן בדין הוא שיטול שכרו גם בעוה"ז לכן אמור וגו', מאאמו"ר (שליט"א) [זללה"ה].
ועוי"ל דעל כל עשיית מצוה באמת אין מגיע שכר מן הדין כי הוא מחוייב ומצווה לעשותה, אבל
פנחס נכנס לסכנה גדולה שלא היה מחוייב בה, וכמבואר בספרי ס"פ בלק י"ב נסים שנעשו לו ולכן
ע"פ דין מגיע לו שכרו (ועי' במהרש"א סוטה י"ד א' בח"א ד"ה וא"ל).

הרה"ג רח"ק שליטא

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 28, 2013 11:41 am
דורך ק.נ.א. וועטער
דאס קומט ענדערש אין די ליקוטים וענינים לפרשת פנחס אשכול ווי אין ידיעות באגאזש.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 28, 2013 1:35 pm
דורך למעלה משבעים

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 28, 2013 1:52 pm
דורך קיקיון
למעלה משבעים האט געשריבן:קיקיון, זע דא http://ladaat.info/showgil.aspx?par=20130629&gil=753

יי"כ
צי די אלע דארף מען דאך נאך ידיעות
דעם סטייפלער'ס איז דאך PLAIN COMMON SENSE

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 15, 2013 12:53 pm
דורך אנעים זמירות
דער פלגי מים (בעל חוות דעת) פרעגט אויפען פסוק (איכה ב' כ"ב) תִּקְרָא כְיוֹם מוֹעֵד מְגוּרַי מִסָּבִיב, וְלֹא הָיָה בְּיוֹם אַף ה' פָּלִיט וְשָׂרִיד אז עס זענען געוויס פארבליבען שריד ופליט פון כלל ישראל, און ניטאמאל קיין איין שבט איז פארמעקט געווארען.

לערנט ער פשט מיר פרעגן, רבש"ע, טאמער וואלסטו געמאכט א תשעה באב פאר אונזערע שלעכטע שכנים (מגורי מסביב) צוליב זייערע עבירות, וואלט דאך נישט געבליבען קיין שריד ופליט, אויב אזוי פארוואס לעבן זיי אין שוואוילטאג און בלויז מיר האבען געכאפט מכות.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 7:36 am
דורך msp
אין די פירושי הקינות ברענגט ער אז מען האט מקריב געווען מן פאר דעם עגל

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 17, 2013 8:11 am
דורך שאינו יודע
יא, איך האב עס באמערקט אין קינות בשעת'ן זאגן, עס איז מיר געווען א חידוש

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 24, 2013 9:27 am
דורך ק.נ.א. וועטער
כתב בשו"ת מהרש"ג (ח"ג סימן ה') הנה פעם אחת שאל אותי בני המופלג וכו' על קריאת ברכת הלבנה בשם "קידוש לבנה" דמה ענין קידוש יש בברכה זו, וגמגם הוא לומר דטעות נפל בספרים ובקריאת העולם, וצריך לומר "חידוש לבנה" דהברכה הוא על מה שהלבנה נתחדש בכל חודש, אלא דנפל טעות, ותחת הח"ת נתן קו"ף. אמנם קשה לומר כזה, דהא בדרכי משה ובבית יוסף כבר מצינו כמה פעמים הלשון של "קידוש" על ברכת לבנה, וקשה לומר דטעות סופר הוא, וששום אחד מן המחברים מזמן ההוא עד עתה לא יעירו בטעות כזה, לכן היה נראה קצת לומר דקריאת שם זה נשתרבב ממה שבזמן שהבי"ד היו מקדשין החודש, ועפי"ז נשתררב לומר עכשיו גם על ברכת הלבנה "קידוש לבנה", עיי"ש.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 2:46 am
דורך msp
אינטערעסאנט
ובא ללמדנו אויף נאך אזאלכע המצאות...

ילד בן שמונים שנה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 6:13 am
דורך ק.נ.א. וועטער
עיין ר"ע מברטנורא מסכת מקוואות פ"ח מ"ד: "ועד כמה קרוי ילד, כל שעומד על רגלו אחת וחולץ מנעלו ונועל מנעלו, ואפילו בן שמונים שנה".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:24 am
דורך פאמיליעמירעלס
אמרו עליו על ר' חנינא שהיה בן שמנים שנה והיה עומד על רגלו אחת וחולץ מנעלו ונועל מנעלו .
האמיר געהאט אניסטאפאקטע צי די עומד על רגלו אחת מיינט אז רגלו השני איז אין די לופט גראד פאראויס און ער בייגט עס איין און נועל וחולץ.
אדער ער לאנט אן די רגלו השני צו די זייט אויף רגלו האחת און אזוי בייגט ער זיך צו די זייט און נועל וחולץ.
ונפקותא רבא איכא בינייהו, ווארן די צווייטע וועג איז סאך גרינגער.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 7:47 am
דורך msp
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:עיין ר"ע מברטנורא מסכת מקוואות פ"ח מ"ד: "ועד כמה קרוי ילד, כל שעומד על רגלו אחת וחולץ מנעלו ונועל מנעלו, ואפילו בן שמונים שנה".


הרב דוד אפענהיים זצ"ל איז מסביר לפי זה אז וועגען דעם האט יענער גר געוואלט לערנען די תורה על רגל אחת
כדי ער זאל הייסען א לומד ילד

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 8:26 am
דורך פאמיליעמירעלס
msp האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:עיין ר"ע מברטנורא מסכת מקוואות פ"ח מ"ד: "ועד כמה קרוי ילד, כל שעומד על רגלו אחת וחולץ מנעלו ונועל מנעלו, ואפילו בן שמונים שנה".


הרב דוד אפענהיים זצ"ל איז מסביר לפי זה אז וועגען דעם האט יענער גר געוואלט לערנען די תורה על רגל אחת
כדי ער זאל הייסען א לומד ילד


הערליך!

ואולי לכך אמר לו הלל ואהבת לרעך כמוך, דהרי לומד ילד סגולתה ללמוד ולהבין ולזכור כל התורה, ומבואר בספה"ק דע"י מצות אהבת ישראל ג"כ מסייע להשגת כל חלקי התורה שכל א' מס' רבוא נשמות ישראל יש לה חלק בס' רבוא אותיות התורה וע"י אהבת כל ישראל משיגים כל חלקי התורה.

גם מטעם חרב אל הבדים, וכשלומדים בצוותא בחבורה זוכרים היטב.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 26, 2013 1:28 am
דורך אנעים זמירות
דער מהר"ץ חיות ברענגט סוף מכות בשם חכם אחד(???) אז דער ווארט 'פן' נוצט מען ווען מען וויל נישט עס זאל געשעהן (פן יפתה לבבכם), און 'אולי' ווען מען וויל יא עס זאל געשעהן (אולי לא תאבה האשה - דרשו חז"ל אלי, שבת היתה לו לאליעזר וכו'). אויב אזוי פארוואס האט יעקב אבינו גע'טענה'ט צו זיין מאמע אולי ימשני אבי?
נאר אה"נ ער האט טאקע געקענט באשטיין זיין טאטע זאל איהם יא פאקען ביי די מעשה איידער ער זאל מוזען ארויסזאגען א דבר שקר אדער בדומה לו פון מויל. ועיי"ש ווי דער דרש הגמרא אויף יעקב'ס מדת האמת שטימט גאר שיין לויט דעם.

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 26, 2013 7:50 am
דורך קיקיון
א חידוש פון א ביאור הלכה אין ס' ש"ד
Capture.PNG

נאך א חידוש איז מיר אז ער מאריך דא אויפען בלאט אן ענין ואס איז
נישט למעשה
Capture 2.PNG

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 26, 2013 8:18 am
דורך msp
אנעים זמירות האט געשריבן:דער מהר"ץ חיות ברענגט סוף מכות בשם חכם אחד(???) אז דער ווארט 'פן' נוצט מען ווען מען וויל נישט עס זאל געשעהן (פן יפתה לבבכם), און 'אולי' ווען מען וויל יא עס זאל געשעהן (אולי לא תאבה האשה - דרשו חז"ל אלי, שבת היתה לו לאליעזר וכו'). אויב אזוי פארוואס האט יעקב אבינו גע'טענה'ט צו זיין מאמע אולי ימשני אבי?
נאר אה"נ ער האט טאקע געקענט באשטיין זיין טאטע זאל איהם יא פאקען ביי די מעשה איידער ער זאל מוזען ארויסזאגען א דבר שקר אדער בדומה לו פון מויל. ועיי"ש ווי דער דרש הגמרא אויף יעקב'ס מדת האמת שטימט גאר שיין לויט דעם.


אין קול אליהו ברענגט ער דאס בשם הגר"א זצ"ל

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 28, 2013 2:02 pm
דורך יגרסהדותא
[איך ווייס נישט ווי עס באלאנגט]

זייענדיג אלטס יונג בחור'ל ביי שלש סעודות אין איינע פון די ימי הרחמים והרצון וואכן, ביי הצדיק רבי ר' הערשלע ספינקער זצ"ל, האט ער פארפירט אויפן לשון פונעם לשם יחוד פארן תפלין לייגן: ויניחינו לעבוד את ד' כאשר עם לבבינו. וואס הייסט דאס כאשר עם לבבינו - האט ער געשריגן - נניח אז מען נעמט אוועק דעם יצה"ר זענען מיר שוין גרייט צו לויפן צו טון א נחת רוח פארן רבוש"ע? מיר זענען אזוי פארגרעבט אז אפי' אנעם יצה"ר דארף מען זיך אליינס פרעגן צו זענען מיר גרייט צו דינען דעם אייבערשטן.

די נקודה איז א טיפע, און לאזט זיך דעבאטירן. ס'האט בשעתו איבערגעלאזט א מוראדיגן רושם אויף מיר.

דעם שבת קודש לערנענדיג א שטיקל באר מים חיים אויף פ' וירא [דעם ספר גיי איך על הסדר יעדע פאר טעג אביסל, איך גיי נישט לויט די סדרה] האב איך דאס באגעגענט, ס'האט מיך גוט גוט צושאקאלט, וז"ל:

אך שורש הענין הוא כי הנה אמרו ז"ל שאמר אליהו האידנא יומא דכיפורי הוא ואיבעלו כמה בתולות בנהרדעי. ולכאורה לפלא הוא כי הלא נודע אמרם שאין כח להשטן כלל בכל היום יום הכיפורים כי השטן גי' שס"ד שאין לו כח כ"א שס"ד ימים בשנה, כי יום א' בשנה אין לו כח ואיזה זה יוה"כ
וכיון שאין לו כח אז ביום ההוא מאין יהיה זאת שאדם יעבור עבירה ביום זה אם אין היצה"ר מסיתו.
אכן נודע הדבר אשר הרגל נעשה טבע, וכדאדם מרגיל עצמו בתאוות היצה"ר באכילה ושתיה מרובה כסוס כפרד בלי מורא שמים עליו ובשארי תאות וכו' אז כל אלה התאוות נעשין טבע אצלו ועובר אח"כ העבירה שלא בכוחות היצה"ר כלל וכו' ובאלו העושין העבירות מדעת עצמן לאלו אין מועיל ביטול כח היצה"ר, וע"כ האידנא יומא דכפורי ונבעלו כמה בתולות הכל משרירות לבם הרע.

באר מים חיים פ' וירא עה"פ ארדה נא ואראה

- דרך אגב: - די וואך שבת פ' ראה וועט זיין זיין יארצייט פון ר' הערשעלע זצ"ל, כמו באותו שנה שנפטר באמצע אמירת התורה -

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 29, 2013 8:14 am
דורך msp
יא יא יגר'ל
אויף די עבירות פון נעשה לו כהיתר פעהלט נישט מעהר אויס קיין יצר הרע

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 29, 2013 8:34 am
דורך שאינו יודע
שטייט על דרך זה אין דברי יואל, אז אויף דעם איז מען מתפלל אל תזכור לנו עוונות ראשונים, אז מען זאל נישט געדענקען די ראשונים, ווייל אויף די אחרונים איז מען שוין אן אונס

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 30, 2013 12:40 pm
דורך יגרסהדותא
ס'איז אבער פארט שוידערליך ביז גאר. ווען משיח וועט קומען און דער יצה"ר וועט גע'שחטן ווערן (כבגמ' סוכה) און דער יצה"ר וועט בטל ווערן, אעפי"כ - לויטן באר מים חיים - וועלן אזעלכע אידן נאך אלטס זינדיגן, ווי ער שרייבט: לאלו אין מועיל ביטול כח היצה"ר!

ס'איז ביטער. מען מוז זיך נעמען און די האנד אריין.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 30, 2013 12:50 pm
דורך שאינו יודע
ומלאה הארץ דעה את השם כמים לים מכסים, ווען עס איז דא א ביטול הרע לגמרי, און מען וועט זען דעם גרויסען התגלות, עלי' רמזי' דין הוא, וועט מען נישט זינדיגן, אה ווי איז מען זוכה דערצו.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 5:53 pm
דורך הבן_יקיר
אז עס איז דא מקור דערצו אז חתנים שטייען אויף שפעט.
אין מדרש תלפיות (ערך חתן כלה) שטייט אז א חתן איז דאך דומה למלך, און פונקט ווי א קעניג שלאפט אריין 3 שעה אינעם טאג, אזוי אויך א חתן ביי זיין שבע ברכות שלאפט אריין 3 שעה אינעם טאג אריין

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 5:54 pm
דורך הבן_יקיר
הבן_יקיר האט געשריבן:אז עס איז דא מקור דערצו אז חתנים שטייען אויף שפעט.
אין מדרש תלפיות (ערך חתן כלה) שטייט אז א חתן איז דאך דומה למלך, און פונקט ווי א קעניג שלאפט אריין 3 שעה אינעם טאג, אזוי אויך א חתן ביי זיין שבע ברכות שלאפט אריין 3 שעה אינעם טאג אריין



געלייגט דא, נישט געקענט טרעפן דעם אשכול צו האסטו געוואוסט?, אויב עס איז דא אזא אשכול ביטע הנהלה לייגט דאס דארט אריין

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:08 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ס'איז דא א אשכול מיטן נאמען ידיעות באגאזש ספעציעל צו שרייבן אינטערסאנטע ענינים מפי ספרים וסופרים.

אגב; מיר האבן גאר שטארק הנאה פון אייערע גאר אינהאלטסרייכע תגובות, כה לחי!

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 19, 2013 6:09 pm
דורך הבן_יקיר
יישר כוח. יעצט קען איך דאס שוין נישט מעקן און אליינס אריבערלייגן. וכאן הקריאה יוצאת להנהלת הקריה