הפוך בה דכולה בה
מאנטאג מאי 06, 2013 1:18 pm
קיקיון האט געשריבן:דא אופנים ווי דער חיוב איז מדרבנן וואס ווען מען טיט עס איז מען מקיים א עשה דאורייתא מלבד אשר יוריך
למשל מעשר כספים איז מען דאך מקיים א עשה דאורייתא
ווער ווייסט נאך
דא האסט א שיינס
א קיום מצוה עשה וואס איז "טוב ונכון" אין א יעדער וואס איז א משהו מער ווי ORTHODOX טיט עס
(נישט יעדער אויף א דאורייתדיגען אופן לכל הדיעות)
Advertisement
מאנטאג מאי 06, 2013 4:39 pm
דא אופנים ווי דער חיוב איז מדרבנן וואס ווען מען טיט עס איז מען מקיים א עשה דאורייתא
מלבד אשר יוריך, למשל מעשר כספים איז מען דאך מקיים א עשה דאורייתא ווער ווייסט
א קיום מצוה עשה וואס איז "טוב ונכון" אין א יעדער וואס איז א משהו מער ווי ORTHODOX טיט עס
כ"ד סעיף א
אם אין אדם לובש טלית בת ארבע כנפות אינו חייב בציצית וטוב ונכון להיות כל אדם זהיר ללבוש טלית קטן כל היום,,,,,
(נישט יעדער אויף א דאורייתדיגען אופן לכל הדיעות)
ט סעיף א
אין חייב בציצית מן התורה אלא בגד פשתים או של צמר רחלים אבל בגדי שאר מינים אין חייבים בציצית אלא מדרבנן.
(ויש אומרים דכולהו חייבין מדאורייתא והכי הלכתא) (תוספות דף ל"ט והרא"ש וסמ"ג ומרדכי)
רבותי עס איז דא נאך!! פאקט אויס!!
המשך דא
לעצט פאראכטן דורך
קיקיון אום דינסטאג מאי 07, 2013 8:32 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
דינסטאג מאי 07, 2013 2:50 am
אמאהל געהערט פון הגרב"מ אזרחי שליט"א אז אין יעדער קיום מצוה דרבנן איז דא מצוות דאורייתא פון אהבת ה' און פון יראת ה'
דינסטאג מאי 07, 2013 9:27 am
חזקוני
זונטאג מאי 26, 2013 8:41 pm
אמאל ג'פרעגט ASK THE RABBI CHABAD.OG ווי אלט זענען ג'ווען אלדד ומידד
האט מען מיר געשיקט
ברוקלין.
הוו"ח אי"א נו"נ וכו' הרב יוסף שי'
שלום וברכה!
במענה על הערתו ע"י ב"א האברך הוו"ח אי"א נו"נ אהרן שי' במה שכתוב בדעת זקנים על התורה, בהעלותך י"א כ"ז בתוס' הרא"ש: אלדד ומידד אחי משה היו אלא שכשניתנה תורה ונאסרו כל העריות פירשו כולם וכו' וגם עמרם אבי משה פירש מיוכבד דודתו שהיתה אשתו ונשא אחרת ותלד לו את אלדד ומידד וכו', אשר איך אפשרי הדבר, כיון שבחירת הזקנים המסופר בפ' בהעלותך הי' בסמיכות למתן תורה, ואלדד ומידד מתנבאים אז במחנה.
וכוונת הרא"ש הוא אשר פרישת עמרם מיוכבד היתה מטעם האמור אבל לא בזמן האמור, והרי עמרם נביא הי', וכשנודע לו מאיסור האמור פירש מיוכבד. ומפורש הדבר יותר בספר תולדות יצחק לר' יצחק קארו בפ' בהעלותך, וז"ל (הובא במילואים בתורה שלמה פ' שמות) שידע עמרם ממשה איסור עריות שעתידה תורה לאוסרם ופירש מיוכבד דודתו ולקח אשה אחרת.
תקותי אשר יש לכ' קביעות עתים גם בלימוד תורת החסידות פנימיות התורה אשר בלשון הזהר הק' היא נשמתא דאורייתא, זאת אומרת נשמת נגלה דתורה הנקראת גופא דתורה כידוע בזהר שם חלק ג' קנו, א.
בכבוד ובברכה,
בשם כ"ק אדמו"ר שליט"א
מזכיר
און אויך ציגעייכענט צו רמב״ם פרק ט׳ מהלכות מלכים ה״א
על ששה
דברים נצטוה אדם הראשון הוסיף לנח אבר מן החי, בא אברהם ונצטוה על המילה וכוי,
ובמצרים בימי עמרם נצטוו ישראל במצות יתירות
ואולי שרייבט דער "משיב" אז דער איסור דודתו איז געווען בכלל
איך ג'דענק אז איך האב דאמאלט ג'טראפען פון א פריערדיגען אפשר גאר סדר עולם אס דאס איז געווען אין מצרים
א ידיד האט מיר געמאכט דעם חשבון וּשְׁנֵי חַיֵּי עַמְרָם - שֶׁבַע וּשְׁלֹשִׁים וּמְאַת שָׁנָה... און עמרם ראה את יעקב
קומט אויס אז עמרם האט שוין ניט ג'לעבט ביי מתן תורה
זונטאג מאי 26, 2013 10:25 pm
הפלאה פ' ראה
......הנה בזבחים דף קי"ט [ע"א] אמרו אלא למ"ד זו וזו שילה ובמות הוי אסורין מאי ויקח מנוח הוראת שעה היתה,
ויש לדקדק הא אמר בסנהדרין [פט ב] גבי אליהו בהר הכרמל היכא דמוחזק שאני, וזה לא שייך גבי מנוח דמנא
הוי ידע דמוחזק הוא בנביאות והאיך שמע לו, ונראה דהיינו דכתיב גבי מנוח [שופטים יג, טז] שאמר לו המלאך
אם תעשה עולה לה' תעלנה כי לא ידע.....
. סארי ! אבער ווייטער וועסט די שוין מיזען זעהן
אין אלטען דרוק אבער עס איז ווערט די טירחא צי זעהן א שטיקעל הפלאה
___
קוק אין רד"ק אז דער מלאך איז ג'ווען פנחס
א באמבע !
דאס הייסט אז פנחס איז געווארען א מלאך און שפפעטער אלס אלי' הנביא האט ער זיך נאך אמאל מלביש און א גוף
זונטאג מאי 26, 2013 11:52 pm
בנוגע פנחס שהיה מלאך, זה שייך גם להפטורת פ' שלח
עי' בפירש"י (יהושע ב', ד') על "ותצפנו" שפינחס היה כמו מלאך.
מאנטאג מאי 27, 2013 2:14 pm
און אינטערסאנט איז אז אין די נעקסטע פסוק שטייט יא ותצפנם לשון רבים.
מאנטאג מאי 27, 2013 3:16 pm
לכאורה האט געשריבן:בנוגע פנחס שהיה מלאך, זה שייך גם להפטורת פ' שלח
עי' בפירש"י (יהושע ב', ד') על "ותצפנו" שפינחס היה כמו מלאך.
וראה
במדרש תנחומאאמר לה פנחס: אני כהן, והכהנים
נמשלו למלאכים, שנאמר: כי שפתי כהן ישמרו דעת ותורה יבקשו מפיהו כי מלאך ה' צב_ הוא (מלאכי ב ז). והמלאך רוצה נראה, רוצה אינו נראה. וכן הנביאים
נמשלו למלאכים
ביי מנוח איז ג'ייען א מלאך ממש
מאנטאג מאי 27, 2013 5:33 pm
שע״י התפלה בא׳ הרי נראה דהוא שלוח מהשי"ת׳
וא״כ היה רשאי לסמוך כמו על נביא ולהעלות קדשים
בחוץ.
משך חכמהובספר מושב זקנים לבעלי התוס'שכתב שהקדיש על תנאי
מאנטאג מאי 27, 2013 8:07 pm
היכי תמצא? ביי די זעלבע סעודה, וואס די נשים וועלן דארפן זאגן יעלה ויבוא ביים בענטשען און די מענער נישט?
מיטוואך מאי 29, 2013 8:25 am
אולי אויף א אופן וואס די סעודה ווערט נמשך ביזן זמן פון ליכט צינדן פון ערב שבת וואס געפאלט ר"ח און די פרויען צינדן ליכט נאך פארן בענטשן, איז וויבאלד זיי האבן שוין מקבל שבת געווען איז שוין ביי זיי ראש חודש דארפן זיי זאגן יעלה ויבא און רצה, משא"כ די מענער וואס גייען מקבל שבת זיין אין שוהל.
מיטוואך מאי 29, 2013 8:33 am
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:אולי אויף א אופן וואס די סעודה ווערט נמשך ביזן זמן פון ליכט צינדן פון ערב שבת וואס געפאלט ר"ח און די פרויען צינדן ליכט נאך פארן בענטשן, איז וויבאלד זיי האבן שוין מקבל שבת געווען איז שוין ביי זיי ראש חודש דארפן זיי זאגן יעלה ויבא און רצה, משא"כ די מענער וואס גייען מקבל שבת זיין אין שוהל.
ווי אזוי מעגען די מענער עסען ? זיי זענען פורס מפה ומקדש?
מיטוואך מאי 29, 2013 8:39 am
ביים זמן פון ליכט צינדן דארף מען נאך נישט פורס מפה ומקדש זיין.
מיטוואך מאי 29, 2013 8:53 am
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ביים זמן פון ליכט צינדן דארף מען נאך נישט פורס מפה ומקדש זיין.
גערעכט!!
אבער
אבל מצוה להמנע מלקבוע סעודה שנהג בה בחול מט' שעות ולמעלה:
מיטוואך מאי 29, 2013 9:03 am
גערעכט!!
אבער קוק אביסל ווייטער אינעם זעלבן סעיף אין שו"ע (או"ח סי' רמ"ט סעיף ב') ווי דער רמ"א שרייבט:
וסעודה שזמנה ערב שבת, כגון ברית מילה או פדיון הבן, מותר, כן נ"ל וכן המנהג פשוט:
און דער משנה ברורה איז מוסיף:
אפילו אם אינה בשמיני ללידתו כגון שהיה חולה בשמיני ונדחית מ"מ מקרי זמנה קבוע דכל שעתא ושעתא זמניה הוא דאסור להניחו ערל אפילו יום אחד. וכן בפדיון הבן אפילו עבר זמנו מ"מ כיון שמן הדין אפילו אחר ל' יום כל שעתא ושעתא רמיא חיובא עליה לפדותו ממילא מותר לעשות ג"כ הסעודה:
מיטוואך מאי 29, 2013 9:13 am
נעקסטע ס"ק
(יג) מותר - דהיא ג"כ סעודת מצוה ואין לדחותה מפני סעודת שבת ומ"מ לכתחלה מצוה להקדימה בשחרית משום כבוד שבת וכמו שמבואר בסימן תרצ"ה ס"ב לענין סעודת פורים ע"ש ובדיעבד יכול לעשותה אפילו ממנחה ולמעלה:
א באנטש מיט WISE GUYS מיט אייזענע נערווען
מאכען א סעודת ברית פאר דעם זמן
צינדען ליכט אין מיטען די סעודה
מיטוואך מאי 29, 2013 9:15 am
נו מ'רעדט באופן דיעבד.
אדער באופן וואס מ'האט נישט געקענט צופרי, דאס קינד איז נאך געווען געל, און שפעט נאכמיטאג איז געווארן אז מ'קען.
יעצט שטימט שוין אלעס?
מיטוואך מאי 29, 2013 9:23 am
דארף מען אויסמעקען WISE GUYS אבער אייזענע נערווען האט מען יא ג'דארפט און נאך ווי !
עס קימט דיר מער ווי א
לעצט פאראכטן דורך
קיקיון אום מיטוואך מאי 29, 2013 9:26 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
מיטוואך מאי 29, 2013 9:24 am
א שיינעם דאנק אייך.
מיטוואך מאי 29, 2013 10:28 am
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:נו מ'רעדט באופן דיעבד.
אדער באופן וואס מ'האט נישט געקענט צופרי, דאס קינד איז נאך געווען געל, און שפעט נאכמיטאג איז געווארן אז מ'קען.
יעצט שטימט שוין אלעס?
גאנץ אן אינטרעסאנטען תירוץ, אבער מיין היכי תמצא האט זיך נישט באצויגען אין א פאל ווען מ'דארף זאגן רצה אויך.
מיטוואך מאי 29, 2013 11:09 am
ווען איינער איז מקבל שבת, ווערט שוין ראש חודש אויך?
מיטוואך מאי 29, 2013 11:10 am
אויב איז עס נישט קיין קבלת עיצומו של יום, זיכער נישט, אבער אפילו קבלת עיצומו של יום.
ביי שבת איז דא א זאך פון תוספות, ראש חודש אויך?
איך פרעג נאר, איך ווייס נישט
מיטוואך מאי 29, 2013 11:18 am
בן אחר בן האט געשריבן: גאנץ אן אינטרעסאנטען תירוץ, אבער מיין היכי תמצא האט זיך נישט באצויגען אין א פאל ווען מ'דארף זאגן רצה אויך.
זאג שוין אויס דעם סוד
מיטוואך מאי 29, 2013 5:36 pm
בן אחר בן האט געשריבן:היכי תמצא? ביי די זעלבע סעודה, וואס די נשים וועלן דארפן זאגן יעלה ויבוא ביים בענטשען און די מענער נישט?
ווען מ'דאווענט מעריב אינמיטן א סעודת חתונה וואס געפאלט אויס ביום ב' דר"ח תמוז, קען מען נישט זאגן יעלה ויבוא נאך מעריב, משא"כ די נשים וואס האבן נישט געדאווענט קיין מעריב זאגן יא יעלה ויבוא ביים בענטשען.
(דאטום איז נאר א משל, ס'קען זיך אבער מאכן אויף אסאך פעלער)
שמעתי פון א חבר וואס איז געווען אויף אזא חתונה אין מ'האט טאקע אויסגערופן אז די וואס האבן געדאווענט זאלן נישט זאגן יעלה ויבוא.
לעצט פאראכטן דורך
בן אחר בן אום מיטוואך מאי 29, 2013 10:22 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.