ידיעות באגאזש...

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

כשרע טעלעפאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מיטוואך יוני 12, 2019 8:04 pm

די מעשה מיטן קאשויער רב שטימט עפעס נישט אזוי ווי @עפל קאמפאוט ברענגט אראפ, ווי אויך האב איך געהערט אז די גר"א האט געענדיגט ש"ס יעדע חודש פאר א שטיק צייט, ער האט געלערנט פ"ד דפים א טאג כמנין דף, עס איז דא 2500 בלאט אין ש"ס, און 30 מאל 84 קומט אויס 2520. איך וועל אי"ה נאכקוקן די מקור
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך יוני 12, 2019 8:12 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
גברא רבא האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:איז דא עפעס א מעשה אז עס איז אמאל ארויף געפאלען א ספרים שאנק אויף דעם שאגת אריה ?
אויב יא ווי איז דער מקור און די גאנצע מעשה ?

אין די הקדמה אין ספר שדה צופים ברכות לר' שמואל אליעזר פריעדמאן ברענגט ער אז ער האט אנגעפרעגט די קאשוי רב אויף די גמרא אין מס' ברכות אז ר' חייא בר אבא האט איבער געחזרט זיין גאנצע לערנען יעדע דרייסיג טעג, צו עס איז מעגליך צו איבער חזרן גאנץ ש"ס אין דרייסיג טעג האט ער אים גענפערט אז לדעתו איז נישט מעגליך צו איבער חזרן גאנץ ש"ס אין דרייסיג טעג. האט ער אים געפרעגט פון די מעשה וואס ווערט געברענגט אז די שאגת אריה האט ביי די 70 יאר גענדיגט 1000 מאל ש"ס און אז מען מאכט די חשבון קומט אויס אז עס איז נישט מעגליך געווען צו ענדיגן ש"ס טויזנט מאל נאר אויב ער האט מסיים געווען מער ווי איינמאל א חודש האט אים די רב גענפערט אז ער גלייבט נישט די מעשה
שפעטער איז ער געווען ביי ר' חיים קנייעבסקי און ער האט אים געפרעגט אויב עס איז מעגליך צו ענדגין האט ער געזאגט אז ער האלט אז עס איז יא מעגליך צו ענדיגן
און זיינע גבאים האבן באשטעטיגט אז פיל מאל ענדיגט ער ש"ס אין ווייניגער ווי 30 טעג
עכ"פ זעהט מען אז די קאשויער רב האט נישט געגלייבט די גאנצע מעשה


איך האב געזוכט אין די ספר פון הרב פרידמאן און נישט געטראפן די מעשה (אפשר אין א פרישע מהדורה וואס איך האב נישט), אבער בכלל פארשטיי איך נישט די מעשה מיט קאשויער רב, ער האט אפגעפרעגט א גמרא? עס שטייט אין פסחים אויך אויף רב ששת כל תלתין יומי' מהדר אכולי' תלמודי'. על כל פנים מען זעהט אז עס איז דא אזא זאך, ובפשוט איז דאס שייך צו זאגן אויב מען מאכט א תמצית און מען חזר'ט דאס בקיצור, אבער בכלל אויף די מוחות קדושות פון די תנאים ואמוראים שאינו בערך השגתינו כלל איז בכלל נישט שייך אריינצורעדן.

פון די גמרא איז נישט קיין ראי', ווייל דאס מיינט בלויז אז דאס וואס ער האט געלערנט אין די דרייסיג טעג, האט ער איבערגע'חזר'ט.
עי' ברכות ל"ח ב' תוספות ד"ה כל, כל תלתין יומין מהדר תלמודיה. לאו דוקא כל תלמודו אלא כל מה שהיה לומד בשלשים יום היה חוזר הכל לפניו ביום שלשים ואחד.

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » מיטוואך יוני 12, 2019 8:18 pm

חוח בין השושנים האט געשריבן:וואס איז פשט?
א מחבר, א תלמיד חכם מופלג, אין תרצ"ז דא אין ניו יארק שרייבט זיך זיין נאמען מנחם משולב מיט די שמות הוי"ה און אדנ"י.
שערי שמים.JPG

דאס איז ר' מנחם הכהן ריזיקאוו, אין זיין זפר שערי שמים.
סוף פון זיין הקדמה חתמ'עט ער זיין נאמען:
שערי שמים0.JPG

און אזוי עטליכע מאל אינעם ספר. וואס האט אים צוגעברענגט דערצו?

מן הסתם איז דאס א טרעפל ווייטער, נאך די סגולה משלב צו זיין די נאמען מיטן שם הוי'.
עיין כאן

גברא רבא
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 14, 2019 8:52 pm

תגובהדורך גברא רבא » מיטוואך יוני 12, 2019 8:37 pm

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:וואס איז פשט?
א מחבר, א תלמיד חכם מופלג, אין תרצ"ז דא אין ניו יארק שרייבט זיך זיין נאמען מנחם משולב מיט די שמות הוי"ה און אדנ"י.
שערי שמים.JPG

דאס איז ר' מנחם הכהן ריזיקאוו, אין זיין זפר שערי שמים.
סוף פון זיין הקדמה חתמ'עט ער זיין נאמען:
שערי שמים0.JPG

און אזוי עטליכע מאל אינעם ספר. וואס האט אים צוגעברענגט דערצו?

מן הסתם איז דאס א טרעפל ווייטער, נאך די סגולה משלב צו זיין די נאמען מיטן שם הוי'.
עיין כאן

די הייליגע קאמארנע צום סוף פון זיין ספר עשירת האיפה חתמט ער זיין נאמען א"ני ב"ן א"דם ג"ס וע"ב

אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 31, 2011 5:02 pm

תגובהדורך יגעתי ומצאתי » דאנארשטאג יוני 13, 2019 5:14 pm

גברא רבא האט געשריבן:די הייליגע קאמארנע צום סוף פון זיין ספר עשירת האיפה חתמט ער זיין נאמען א"ני ב"ן א"דם ג"ס וע"ב

דאס לשון פונעם קאמארנער זי"ע איז, סיימתי בעזר אדון כל ביום כ"ה שבט וכו' יום באתי לעוה"ז ואני ב"ן אד"ם ג"ס וע"ב, חדשי תקון שבתותי וכו'.
דאס איז נישט גע'חתמ'ט זיין נאמען, דאס איז מרמז אויף די שמות הוי"ה, וואס האט פיר מילואים, וואס זענען בגי' נ"ב, מ"ה, ס"ג, וע"ב.
כדרכו לשלב הרבה פעמים עניני שמות וסתרי תורה בתוך דבריו.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג יוני 14, 2019 12:34 pm

למה אין אומרים זכרון למעשה בראשית אצל קידוש ביו"ט שחל בשבת כמו שאומרין בכל שב"ק ?
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום פרייטאג יוני 14, 2019 6:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג יוני 14, 2019 1:57 pm

dovidal האט געשריבן:למה אין אומרים זכר למעשה בראשית אצל קידוש ביו"ט שחל בשבת ?

ווער זאגט נישט?
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » פרייטאג יוני 14, 2019 4:49 pm

מען זאגט ביי די ברכה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג יוני 14, 2019 6:40 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
dovidal האט געשריבן:למה אין אומרים זכר למעשה בראשית אצל קידוש ביו"ט שחל בשבת ?

ווער זאגט נישט?

מען דערמאנט עס "נישט" ביי די ברכה

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג יוני 14, 2019 6:46 pm

טוה מיר א טובה און כאפ מיר א בילד פון דיין יו״ט קידוש נוסח
דביה תחדי נפשא

חוח בין השושנים
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » פרייטאג יוני 14, 2019 6:51 pm

איז דא דא צומישעניש צווישן זכר ליציא"מ און זכר למעשה בראשית?
ניין. יו"ט דערמאנט מען נישט - ביי ברכת הקידוש - זכר למעשה בראשית, אפילו ווען ס'פאלט אין שבת.
נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שטייטער פון מיר, איז א גולם. נישט יעדער וואס דרייווט איין מפ"ש שנעלער פון מיר, איז א חיה רעה. נישט יעדער וואס האלט אנדערש פון מיר, איז אומגערעכט.

dovidal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4321
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » פרייטאג יוני 14, 2019 6:55 pm

חמרא טבא האט געשריבן:טוה מיר א טובה און כאפ מיר א בילד פון דיין יו״ט קידוש נוסח

עפען דיינע אויגען ביטע און זאג מיר צו עס שטייט ביי קידוש "זכרון למעשה בראשית" יום טוב שחל בשב"ק

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » מוצ"ש יוני 15, 2019 9:30 pm

פארוואס זאגט מען 3 מאהל ביי ברכת כהנים די תפלה אויף חלומות? פארוואס קען מען נישט זאגען נאר איינמאהל?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5147
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מוצ"ש יוני 15, 2019 11:06 pm

dovidal האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:טוה מיר א טובה און כאפ מיר א בילד פון דיין יו״ט קידוש נוסח

עפען דיינע אויגען ביטע און זאג מיר צו עס שטייט ביי קידוש "זכרון למעשה בראשית" יום טוב שחל בשב"ק

גערעכט
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט