הפוך בה דכולה בה
דינסטאג מרץ 24, 2009 7:43 am
שכח אייך אלע
מלאך
דיינע קשיות האט נאר מיט היי יאר? אדער סתם מיט קידוש החמה?
Advertisement
דינסטאג מרץ 24, 2009 8:02 am
די קשיות זענען אלס געווען ווי דער משאת בנימין און דער חת"ס פרעגען שוין נאר היי יאר האלט איך עס מיט.
דינסטאג מרץ 24, 2009 8:26 am
עפעס זעה איך דא רעדן דערוועגן
- עטעטשמענטס
-

דינסטאג מרץ 24, 2009 8:36 am
ערנסטער האט געשריבן:אבער אויך אין שאילת הגשמים איינער, וואס נאך זעכזיק טעג נאך תקופת תשרי (אין חו"ל) האט פארגעסן זאגן 'ותן טל ומטר' דארף דאך נאכאמאל איבערדאווענען גאנץ שמונה-עשרה, ד.ה. אז אויך דא מיר האבן צו טאן מיט דער פראבלעם פון ברכה לבטלה.
און ווען איז דער טאג, נאך וועלכן וועט מען מוזן איבערדאווענען? דאס ווערט באשטימט דוקא לויט תקופת שמואל.
בכלל בפשטות לכאורה קען מען זאגן (לכל הפחות כל זמן חודש ניסן פאלט נאך אין תקופת ניסן - ד.ה. ביז נאכן סוף פון דעם אלף השישי) אז להלכה האט מען איינגענומען דוקא תקופת שמואל אין נישט תקופת ר' אדא אין אלע הינזיכטן.
הרב ערנסטער,
תקופת רב אדא ארבעט אז יעדע 19 יאר פאנגט זיך אן א מחזור ווען די חמה און לבנה פאנגען אן צירקולירען כביום תליית המאורות בראש מזל טלה, און אין משך פון די ניינצן יאר שטעלן מיר אריין זיבען שנות העיבור צו קענען אקאמאדירען די 11 (מיט אביסל) טעג מיט וואס די שנת הלבנה איז קורצער ווי דער שנת החמה, וכן נקיטינן להלכה כמו שפסק הרמב"ם בהל' קידוש החודש.
דער שו"ת משאת בנימין איז דער ערשטער וועלכער פרעגט די אויבנדערמאנטע קשיא אז אויב מיר פסקענען לגבי קביעות השנים ושנות העיבור כשיטת רב אדא און נישט ווי שמואל אז עס געדויערט 28 יאר א מחזור גדול, אויב אזוי איז דער קידוש החמה וואס אביי זאגט אין מס' ברכות בכל כ"ח שנין נישט להלכה, ענטפערט ער אז למעשה וויבאלד נאר לויט שמואל קומט אויס אז ביי יעדען סוף מחזור וועט זיין אז די נאכט וואס גייט צו מיטוואך 6:00 אזייגער זאל אויספאלען די תקופת ניסן אזוי ווי ביי בריאת שמים וארץ, ווייל לויט שמואל זאגען מיר אז אין בין תקופה לתקופה אלא צ"א יום ז' שעות ומחצה, ממילא מאכען מיר דעמאלטס די ברכה.
דער חת"ס זאגט אז דאס איז א תירוץ דחוק וצע"ג, און פארדעם קען זיין אז טייל ראשונים ברענגען דאס נישט להלכה נאר זיי האלטן אז די טייטש פון הרואה חמה בתקופתה מיינט אם נתכסה החמה בעננים לשלשה ימים עיי"ש, מיט דעם אלעם וויבאלד דער מחבר האט אזוי קובע געווען אין שו"ע מינה לא נזיע, און פארדעם זאגט ער אז לעולם וואלטן די נשים אויף חייב געווען מיט די ברכה אדער עכ"פ געמעגט מאכען די ברכה נאר וויבאלד מיר פארשטייען דאך נישט די הלכה הבו דלא לוסיף עלה.
דינסטאג מרץ 24, 2009 9:54 am
מקען הערן זייער קלאר וועגן די ענינים,
989-6844 718
דינסטאג מרץ 24, 2009 10:11 am
איך האב נאך א קשיא אין שנת תשי''ג איז תקופת ניסן געווען נאך פסח, לכאורה עס שטייט דאך שמור את חודש האביב וואס פון דעם דרשנ'ט די גמרא אז פסח דארף זיין אנפאנג תקופת ניסן ווען די תבואה ווערן פרי געצייטיגט, במילא אויב תקופת ניסן איז נאך פסח קומט אויס אז פסח איז נאך בתקופת טבת, וויאזוי שטימט עס מיטן חודש האביב?
דינסטאג מרץ 24, 2009 10:40 am
זיידעניו
שרייבט מיר יעצט אין טאלק
זיידעניו האט געשריבן:מיר נעמן אן אזוי ווי רבי אליעזר לגבי שנים און ווי רבי יושע לגבי תקופות
און צוליב דיין קשיה איז דא אסאך וואס האלטן אז מיר זענען פארריקט מיט איין יאר
און תשי"ב האבן אסאך וואס האבן אליינס גערעכנט די יארן געמאכט מיט איין יאר פריער
אזוי דערציילן די זקינים
דינסטאג מרץ 24, 2009 10:44 am
וואסערע קשיא ווערט פארענטפערט מיט זיידעניו?
דינסטאג מרץ 24, 2009 10:47 am
איך פארשטיי נישט פארוואס עפעס תשי''ב אויב איינמאל אין 28 קען עס נאר זיין איינע פון די אותיות א' ג' ה' ז' ט' תרנ''ז תרפ''ה תשי''ג תשמ''א תשס''ט תשפ''ז, סיי אויב בניסן שנת א' נברא העולם או בתשרי שנת ב' און מען רעכנט צוריק תקופת ניסן תוהו אויף שנת א'
דינסטאג מרץ 24, 2009 12:49 pm
מיטוואך מרץ 25, 2009 7:51 pm
טעות אין קצור שלחן ערוך (עפ פירוש מצודות דוד) דפוס ניו יארק (תרפ"ד)
קידוש החמה שנת תרפ"ה איז געווען ביום י"ד ניסן, און דא שטייט ביום ז' ניסן.
- עטעטשמענטס
-

- untitled.JPG (7.99 KiB) געזעהן געווארן 584 מאל
מיטוואך מרץ 25, 2009 9:57 pm
malech האט געשריבן: 1)סדאך באקאנט אז באמת איז שוין די תקופה פארנאכטס נאר מען דארף ווארטן ביז צופרי מיט די ברכה כדי מען זאל הנאה האבן פון די זון נו בשעת תליות המאורת איז געווארן נאכט ויהי ערב, איז דאך קלאר אז אויב אויף א האלבע וועלט איז טונקעל איז אויף די אנדערע העלפט וועלט ליכטוג, און די גאנצע סדר פון דער בריאה ווערט דאך גערעכענט לויט ארץ ישראל קומטאך אויס אז בשעת תליות המאורת וואס דאן איז געווארן נאכט אין א"י איז דא אין אמעריקע געווארן 6 שעה פריער דינסטאג נאכמיטאג. איז ווען עס גייט ווערן היי יאר דינסטאג נאכט 6:00 אין א"י גייט זיין די תקופה גענוי אזוי ביי בריאת העולם און דאס איז ביי אונז דאמאלטס 12:00 נאכמיטאג קענען אונז שוין מאכן די ברכה און מיר דארפן נישט ווארטן ביז צופרי אזוי ווי אין א"י מכיון אונז קענען דאך דאמאלטס זען די זון???
האסט ציגעטראפען צום חידוש פונעם אדרת (ר' אליהו דוד ראבינאוויטש תאומים זל),
ער האט געוואלט זאגען, אז אויב מעווייסט, אדער עס זעהט שטארק אויס, אז מיטוואך אינדערפרי וועט זיין א יום המעונן, זאל מען אפשר קענען מאכען די ברכה דינסטאג, אויב מען איז אויף א פלאטץ און די וועלט וויא עס איז נאך ליכטיג, און און א"י איז שוין נאך 6:00 .
ער וויל נאך גיין ווייטער און זאגען, אז און א"י גופא, אויב די שקיעה דינסטאג פאר קידוש החמה איז נאך 6:00 און מעקען נאך זעהן די זוהן, זאל מען אפשר קענען מאכען לכתחילה די ברכה דינסטאג.
ער זאגט אבער אז עס איז א חידוש וואס שטייט און ערגעטץ נישט און עס איז נאר בדרך אפשר.
דאנערשטאג מרץ 26, 2009 11:26 am
מיללער האט געשריבן:תקופת רב אדא ארבעט אז יעדע 19 יאר פאנגט זיך אן א מחזור ווען די חמה און לבנה פאנגען אן צירקולירען כביום תליית המאורות בראש מזל טלה, און אין משך פון די ניינצן יאר שטעלן מיר אריין זיבען שנות העיבור צו קענען אקאמאדירען די 11 (מיט אביסל) טעג מיט וואס די שנת הלבנה איז קורצער ווי דער שנת החמה, וכן נקיטינן להלכה כמו שפסק הרמב"ם בהל' קידוש החודש.
הרב מיללער, א וואו אין הל' קידוש החודש איר האט געזאן אז רמב"ם פסק'נט הלכה דוקא לויט תקופת ר' אדא?
ער ברענג דאך די ביידע דיעות (תקופת שמאול און תקופת ר' אדא) און זאגט אז תקופת ר' אדא איז נענטער צו דער אמת'ע (אסטראנאמישע) תקופה.
אבער ער (לכאורה) פסקנט דארט נישט אז דארף מען קובע זיין די תקופה (דארט וואו מ'דארף רעכענען זיך מיט דעם) דוקא לויט דער שיטה פון ר' אדא. מאידך אבער ער פסקנט בפירוש אין הל' ברכות (בנוגע צו ברכת החמה) לויט דער שיטה פון שמואל.
איז פארוואס זשע זאלן מיר (אייגענטלעך, נישט מיר, נאר דער חת"ס) זאגן אז אין הל' קידוש החודש ער פסקנט לויט ר' אדא אין שאפן א סתירה אין דעם רמב"ם'ס ווערטער?
עס מוז זיין עפעס א סיבה צו דעם.
דאנערשטאג מרץ 26, 2009 12:33 pm
ערנסטער,
דער רמב"ם נעמט אן די עיבור השנים אלס 7 יאר אין א משך פון 19 יאר און דעמאלטס שטימט די שנות הלבנה מיטן שנת החמה, אז איר וועט רעכענען 7 מאל 30 טעג וואס מ'לייגט אריין איז 210 טעג אין א משך פון 19 יאר, אז די צוטיילסט די 210 טעג אין 19 יאר קומט אויס 11 טעג מיט בלויז איין שעה וואס דער שנת החמה איז מער ווי די שנת הלבנה.
דער שנת הלבנה איז 12 מאל כ"ט יום י"ב שעות ותשצ"ג חלקים (כ"ט י"ב תשצ"ג כל' הרמב"ם) איין שעה האט 1080 חלקים, וואס דאס מיינט אז א שנת הלבנה איז פונקטליך 354 טעג 8 שעה און 875 חלקים.
יעצט אויב איז דער עודף פונעם שנת החמה קעגן דעם שנת הלבנה 11 טעג און איין שעה, הייסט דאס אז דער שנת החמה איז 365 טעג 9 שעה און 875 חלקים.
משא"כ לויט שמואל אז 'אין בין תקופה לתקופה אלא צ"א יום ז' שעות ומחצה' הייסט דאס אז די פיר תקופות צוזאמען מאכט אויס פונקטליך 365 טעג און 6 שעה, און נאר לויט דעם חשבון שטמט די כ"ח שנים פון קידוש החמה.
ממילא איז שווער אז וויבאלד לגבי חשבון עיבור השנים נעמען מיר אן כשטית רב אדא, אלזא פארוואס לגבי חשבון התקופות גייען מיר לשיטת שמואל.
כ'האף אז כ'האב מיך גענוג קלאר מסביר געווען.
דאנערשטאג מרץ 26, 2009 4:35 pm
מיללער האט געשריבן:דער רמב"ם נעמט אן די עיבור השנים אלס 7 יאר אין א משך פון 19 יאר און דעמאלטס שטימט די שנות הלבנה מיטן שנת החמה
אין פרק י"ב פון הלכות קידוש החודש דער רבמ"ם (שוין נאך דעם ווי ער האט מבאר געווען די ביידע שיטות - שמאול'ס און ר' אדא'ס אין פרקים ט' און י') שרייבט:
רמב"ם האט געשריבן:י כל תשע עשרה שנה, שיהיו מהן שבע שנים מעוברות ושתים עשרה פשוטות--נקרא מחזור; ולמה סמכנו על מניין זה, שבזמן שאתה מקבץ מניין ימי שתים עשרה שנה פשוטות ושבע מעוברות ושעותיהן וחלקיהן, ותשלים כל אלף ושמונים חלקים שעה, וכל ארבע ועשרים שעות יום, ותוסיף למניין הימים--תמצא הכול תשע עשרה שנה משני החמה, שכל שנה מהן שלוש מאות וחמישה ושישים יום ושש שעות בשווה: ולא יישאר ממניין ימי החמה בכל תשע עשרה שנה זו, חוץ משעה אחת וארבע מאות ושמונים וחמישה חלקים, סימן להם א' תפ"ה.
נו? איז וועמענס שיטה ער נעמט דא אן אלס א מסקנא?
דאנערשטאג מרץ 26, 2009 4:50 pm
נצחתני, הרב ערנסטער, כתבתי מבלי לעיין בפנים בהרמב"ם, וצ"ע על החת"ס לכשאפנה אשנה פרק זה.
זונטאג מרץ 29, 2009 3:27 am
אין חלק ט"ז פון 'ליקוטי שיחות' (פון דעם ליובאווישטער רבי'ן) אין דער ערשטער שיחה אויף פרשת בא
http://otzar770.com/library/display_pag ... hBookNav=Y דער רבי, ברענגענדיק דעם רמב"ם, שרייבט אז פון די זיינע ווערטער מ'קען מדייק זיין (כאטש דאס טאקע איז נישט מוכרח) אז פסח (און נישט נאר סוף חודש ניסן) דארף אלעמאל פאלן אין תקופת ניסן (כאטש דער רבמ"ם אליין שרייבט אז ס'איז גענוג אז חודש ניסן זאל זיין בזמן האביב - אין הערה 23 אין דער שיחה ער איז דאס מבאר). און דאס איז מעגלעך נאר אויב מיר נעמען אן להלכה דוקא תקופת ר' אדא. אויב אזוי אבער - פרעגט דארט דער רבי - פארוואס זשע רבמ"ם ברענגט און נאך מיט אזא אריכות אויך די שיטה פון שמואל (אויב ס'איז נישט להלכה) אין הל' קידוש החודש (ער ברענגט דאך נישט אין משנה תורה הוה-אמינות א.ד.ג.)? איז דער רבי דארט זאגט (בדרך אפשר) אז להלכה ווערט אנגענומען די ביידע שיטות ווייל אין די עולמות עליונים תקופת חמה איז טאקע כדעת שמואל.
זונטאג מרץ 29, 2009 3:34 am
אין אלס א פראסט-פשוטן און א בעל-הבתי'שן תרוץ אויף דעם חת"ס איך (אנכי הקטן) וואלט געזאגט אז פון דעם אליין וואס תקופת ניסן לויט שמואל'ן וועט פאלן אין חודש ניסן נאר ביז סוף אלף השישי איז שוין מוכרח אז הלכה אין רבמ"ם איז נישט לויט תקופת שמואל, ווייל אנדערש רבמ"ם וואלט געמוזט באצייכענען אז דער חשבון ארבעט נאר ביז עפעס א געוויסער צייט אדער זאגן בפירוש אז שית אלפי שנין הוי עלמא (איז ממילא מ'דארף נישט זארגן זיך וואס וועט זיין שפעטער מיט'ן חודש האביב).
מאנטאג מרץ 30, 2009 9:01 am
ערנסטער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:דער רמב"ם נעמט אן די עיבור השנים אלס 7 יאר אין א משך פון 19 יאר און דעמאלטס שטימט די שנות הלבנה מיטן שנת החמה
אין פרק י"ב פון הלכות קידוש החודש דער רבמ"ם (שוין נאך דעם ווי ער האט מבאר געווען די ביידע שיטות - שמאול'ס און ר' אדא'ס אין פרקים ט' און י') שרייבט:
רמב"ם האט געשריבן:י כל תשע עשרה שנה, שיהיו מהן שבע שנים מעוברות ושתים עשרה פשוטות--נקרא מחזור; ולמה סמכנו על מניין זה, שבזמן שאתה מקבץ מניין ימי שתים עשרה שנה פשוטות ושבע מעוברות ושעותיהן וחלקיהן, ותשלים כל אלף ושמונים חלקים שעה, וכל ארבע ועשרים שעות יום, ותוסיף למניין הימים--תמצא הכול תשע עשרה שנה משני החמה, שכל שנה מהן שלוש מאות וחמישה ושישים יום ושש שעות בשווה: ולא יישאר ממניין ימי החמה בכל תשע עשרה שנה זו, חוץ משעה אחת וארבע מאות ושמונים וחמישה חלקים, סימן להם א' תפ"ה.
נו? איז וועמענס שיטה ער נעמט דא אן אלס א מסקנא?
מיללער האט געשריבן:נצחתני, הרב ערנסטער, כתבתי מבלי לעיין בפנים בהרמב"ם, וצ"ע על החת"ס לכשאפנה אשנה פרק זה.
א גוט מארגן הרב ערנסטער שלומכם יסגי,
בשב"ק העעל"ט עברתי על דברי הרמב"ם בהל' קידוש החודש ומצאתי את שאהבה נפשי להצדיק את הצדיק דמעיקרא מרן הגאון החת"ס זצ"ל.
איך טרעף דערווייל נישט אין פרק י"ב דעם לשון הרמב"ם וואס איר האט אויבן אראפגעברענגט, אבער אין פרק ט' איז ער מבאר שיטת שמואל דארט זאגט ער טאקע אין הל' ב':
מי שהוא אומר שהיא שס"ה יום ורביע יום, יישאר מכל מחזור של תשע עשרה שנה, שעה אחת וארבע מאות וחמישה ושמונים חלקים, כמו שאמרנו
דערנאך אין פר' י' איז ער מבאר תקופת רב אדא און ער שרייבט אין הל' א':
ולא תמצא תוספת במחזור של תשע עשרה כלל, אלא בכל מחזור מהם ישלמו שני החמה עם שני הלבנה הפשוטות והמעוברות.
און ער פירט קלאר אויס אין הל' ה (ו)בזה"ל:
נראין לי הדברים, שעל חשבון תקופה זו היו סומכין לעניין עיבור השנה בעת שבית דין הגדול מצוי, שהן מעברין מפני הזמן, או מפני הצורך--לפי שחשבון זה, הוא האמת יותר מן הראשון, והוא קרוב מדברים שנתבארו באצטגנינות, יותר מן החשבון הראשון שהייתה בו שנת החמה שלוש מאות וחמישה ושישים יום ורביע יום.
עכ"פ, זעהט מען אז דער רמב"ם איז טאקע מבאר ביידע שיטות, אבער לאמת נעמט ער אן תקופת רב אדא אלס מער אויסגעהאלטן אסטראלאגיש, און דאס האט דעם חת"ס געארט כלפי קידוש החמה.
מאנטאג מרץ 30, 2009 1:47 pm
אויב עס איז פארוואלקענט קען מען אן נעמען ווי דער קאמארנער זי"ע.
מאנטאג מרץ 30, 2009 1:48 pm
וועלעכע רבי'ס האבען געהאט מער ווי 3 קידוש החמה'ס?
מאנטאג מרץ 30, 2009 4:11 pm
החריף האט געשריבן:וועלעכע רבי'ס האבען געהאט מער ווי 3 קידוש החמה'ס?
טוה מיר א טובה חריף, עס איז שוין דא אזא אשכול אין 'זכור ימות העולם' ותפסת מרובה לא תפסת.
דינסטאג מרץ 31, 2009 7:42 am
שלום צו אייך,
שבת קודש האב איך מיר געבליקט אינעם רמב"ם, געזוכט האב איך טאקע דאס, צו זען אויב דער רמב"ם ברענגט בכלל אראפ די היינטיגע שיטה פון אלע אסטראנאמיקער אז די זון יאר איז מיט בערך 11 מינוט ווייניגער ווי די 6 שעה, אנדערש ווי סיי שמואל (פונקטליך 6 שעה) און סיי רב אדא (בערך 5 מינוט ווייניגער).
האב איך געטראפן אינעם פירוש אויפן רמב"ם (ספעציעל אויף קידוש החודש) אז ער זאגט אין פרק י"ב אז די חשבון פון יענעם פרק שטומט נאר לויט די מיינונג פון א גוי'שער חכם (כ'געדענק נישט די נאמען אויסנווייניג) וואס דער פירוש האט אראפגעברענגט אין פרק ו' (ער ברענגט דארט אלע דריי שיטות אין א רייע), און ער זאגט אז לויט דעם קומט אויס אז די רמב"ם האט אנגענומען יענע שיטה אלס אמת.
אויף וויפיל איך האב גערעכנט שבת (אן א קאלקעלעיטאר) קוקט אויס דער חשבון ענליך צו די פון היינטיגע אסטראנאמיקער, קומט אויס פון דעם אז דער רמב"ם איז מסכים מיט די היינטיגע סייענטיסטישע חשבונות (ער האט מינימום געוויסט דערפון), און דאס איז געווען אפאר הונדערט יאר פאר די גוים האבן געטוישט פון די יוליען קאלענדער צו דער גרעגאריען קאלענדער נאכדעם וואס זיי האבן זיך געכאפט אז זיי זענען אפגערוקט פונעם פאקטישן זון גאנג מיט 10 טעג.
די קשיא ווערט נאר, צו קען דען זיין אז די גמרא האט נישט געהאט דעם פונקטליכן חשבון? און אויב דער רמב"ם האט אנגענומען בשיטה ווי איינס פון די חשבונות, פארוואס האט ער דאס נישט קלאר ארויס געשריבן?
איז אזוי, אויף שמואל האב איך געזען\געהערט אפאר תירוצים.
1) די חשבון פון רב אדא איז זייער קאמפליצירט פאר'ן פשוט'ן מענטש, און אלע מענטשן מוזן דאך וויסן ווען די תקופה קומט אויס, אבער נישט אלע מוזן וויסן די חשבונות פון עיבור יארן, וועגן דעם האט ער אראפגעשטעלט א גראדער חשבון פאר'ן פשוט'ן מענטש.
2) די חכמים האבן אנגענומען אז די חשבונות איז פון די סודי התורה וואס טאר נישט אריבערגיין צו די גוים, ממילא האט מען געמאכט א חשבון וואס איז קרוב לאמת.
3) לגבי די 7 מזלות וואס יעדע איז שולט אן אנדערע שעה איז גרינגער אנצונעמען אז דאס איז מער ווי א רוחניות'דיגע זאך (אדער מינימום א זאך וואס מיר זעען דערווייל נישט מיטן מענטשליכן אויג), ממילא קען מען אננעמען אז די גאנצע זאך איז כולו רוחני און מען קען דאס בכלל נישט מישן מיט זאכן וואס מ'זעט מיט די אויגן.
איז אויף די סתירה צווישן רב אדא און די סייענטיסטישע חשבונות, און אויך לגבי די רמב"ם, קען מען אפשר אויך זאגן די צווייטע תירוץ.
נאך א תירוץ קען מען אפשר זאגן צווישן רב אדא און די גוי'שע חכמים:
אפילו אויב מ'זאל אננעמען אז די סייענטיסטן זענען גערעכט, איז אבער נאך אלץ רב אדא'ס 19 יעריגע מחזורים די איינציגסטע וועג אויסצוגראדן די חדשי הלבנה מיט די יאר פון די זון, ווייל נאך אזויפיל טויזענטער יאר איז די ערשטע יאר פונעם מחזור איגאנצן פארריקט פונעם סייענטיסטישן חשבון מיט בערך 15 טעג, און די איינציגסטע וועג דאס צוריקצורוקן איז אראפצונעמען איין עיבור יאר, אבער דעמאלס וועט מען ווערן מיט פופצן טעג פאררוקט צו די אנדערע זייט, ממילא דארף מען ווארטן נאך אפאר טויזנט יאר אז ס'זאל זיך אנזאמלען נאך 15 טעג און דאן וועט מען דאס פאררעכטן. און אזויווי מיר דארפן זיך נישט רעכענען פאר מער ווי 6 טויזנט יאר, וואס דאן וועט שוין משיח סייווי דא זיין און דער סיסטעם וועט צוריק גיין צו די הענט פון בית דין, איז דאס די פונקטליכסטע חשבון וואס שייך.
איז דאס וואס רב אדא האט גערעכנט גאנצעטע חשבונות וואס שטומט פונקטליך לויט דעם 19 יעריגן מחזור איז טאקע נאר ווייל אונזערע יארן מוזן אזוי זיין אויסגעשטעלט, אבער רב אדא פאר זיך האט גאנץ גוט געוויסט אז די ריכטיגע זון יאר איז מיט בערך 6 מינוט ווייניגער ווי זיין חשבון.
אלעס דוחק'דיגע תירוצים, אבער צו זאגן אז די סייענטיסטישע חשבונות זענען נישט ריכטיג איז כמעט אזוי דוחק ווי צו זאגן אז א מענטש קען נישט אנקומען צו די לבנה, איז אפשר קען מען מיט דחקות איינזעצן דעם וועג.
פארשטייט זיך אבער אז אויב פון די היינטיגע חשבונות קומט ארויס סיי וואסערע כפירה, איז אפילו אויב זיי זאלן אויפווייזן קלאר ווי די טאג אז זיי זענען ריכטיג איז אבער די תורה און דברי חז"ל קלארער ווי די טאג. (אויב מיין קלארן זען אז יעצט איז טאג זאל זיין א סתירה צו איינע פון די אני מאמין'ס, וועל איך ענדערש אננעמען אז איך זע נישט גוט פאר סיי וואסערע סיבה).
דינסטאג מרץ 31, 2009 9:34 am
ווער עס האט די נוסח פון קידוש החמה אין א ווארד פייל מיט נקודות זאל זיך ביטע אנרופן
דינסטאג מרץ 31, 2009 11:48 am
געהערט פון א מונקאטשער חסיד, אז שנת תרפ"ה ביי קידוש החמה האבן די חסידים געוואלט מאכן דערפון א גאנצן "מעמד", און דער מונקאטשער איז ארויסגעקומען אינדערפרי זיך אפגעזאגט די ברכה און גלייך אריינגעגאנגען צוריק אין שטוב. ער האט געזאגט, אז אידן ציילן לשנות הלבנה און אין דעם איז תלוי דאס יסוד היהדות, החודש הזה לכם וכו'. צו מאכן א וועזן פון די שנות החמה דאס געהער צו די אומת העולם. חז"ל האבן קובע געווען צו מאכן א ברכה, מאכט מען די ברכה און געגאנגען ווייטער. אבער צו מאכן דערפון א מעמד?...
שוין איינער געהערט דערפון?