Advertisement

הפוך בה דכולה בה
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

פרייטאג מרץ 13, 2009 9:38 am

איך האב נעכטן געליינט א שאפער'ס ראט ( א בלעטל וואס קומט ארויס און וויליאמסבורג) א באשרייבונג פון קידוש החמה, און ער איז דארט קודם מסביר וויאזוי עס ווערט א נייע לבנה איעדע חודש, ווער עס האט איינס, לוינט זיך צו געבן א בליק, וויאזוי איינער וואס ווייסט נישט בחייכון, נעמט זיך די מוט נאך צושרייבן אן ארטיקל, מ'קען זיך האלטן ביי די זייטן ממש ער רעדט דארט פאר פייער און פאר וואסער און ער איז עס נאך מסביר אויך........ כאפס א בליק

Advertisement

זונטאג מרץ 15, 2009 6:35 pm

אין שו"ת חתם סופר או"ח סי' נ"ו איז דא גאר אן אינעטערעסאנטע תשובה לקראת קידוש החמה שנת תקע"ג, ער ברענגט דארט מזכרונו דעם קידוש החמה בשנת תקמ"ה במחיצת רבו ר' נתן אדלער זצ"ל.

ער רעדט דארט איבער די גרויסע מבוכה וועגן תקופת שמואל ותקופת ר' אדא וואס כידוע שטימט נאר די מאמר פון אביי אין מס' ברכות פון וואו דער מקור פון אונזער קידוש החמה שטאמט, דאס שטימט נישט מיט תקופת ר' אדא, עיי"ש.

אויך ברענגט ער דארט פון שו"ת משאת בנימין אז אמאל האט מען זיך בכלל נישט נוהג געווען צו מאכן דעם ברכת החמה, אבער למעשה וויבאלד דער מחבר ברענגט עס אין שו"ע זאל מען דאס געוויס טאן.

די תשובה במילואה
עטעטשמענטס
14663_431.jpg
14663_43.jpg

מיטוואך מרץ 18, 2009 12:02 pm

מיללער האט געשריבן:ער רעדט דארט איבער די גרויסע מבוכה וועגן תקופת שמואל ותקופת ר' אדא וואס כידוע שטימט נאר די מאמר פון אביי אין מס' ברכות פון וואו דער מקור פון אונזער קידוש החמה שטאמט, דאס שטימט נישט מיט תקופת ר' אדא, עיי"ש.

מאדנע. דאך בשייכות צו חשבון התקופות קיימא לן דוקא כתקופת שמאול (און וועגן דעם אין ח"ל מ'הייבט אן זאגן 'ותן טל ומטר לברכה' דוקא לויט שמאול'ס שיטה). איז וואס זשע איז די קשיא אז אויך ברכת החמה (וואס דארף זיין אין תקופת ניסן) איז נקבע געווארן אויך לויט תקופת שמאול?

מיטוואך מרץ 18, 2009 12:55 pm

די איינציגע צוויי זאכען ווי מיר גייען עם תקופות שמואל איז טאקע נאר ביי 'ותן טל ומטר' און קידוש החמה, לגבי אנדערע ענינים פסקנן מיר כשיטת ר' אדא.

דאנערשטאג מרץ 19, 2009 5:29 am

מיללער האט געשריבן:די איינציגע צוויי זאכען ווי מיר גייען עם תקופות שמואל איז טאקע נאר ביי 'ותן טל ומטר' און קידוש החמה, לגבי אנדערע ענינים פסקנן מיר כשיטת ר' אדא.

אלץ וואס איז פארבונדן מיט חשבון התקופות (שאילת גשמים בחו"ל, ברכת החמה, תעניות יחידים, שלא לשתות מים בשעת התקופה) גייט דוקא לויט תקופת שמואל.

איז איך פארשטיי נישט די תמיהה פון חת"ס דוקא לגבי די ברכת החמה.

דאנערשטאג מרץ 19, 2009 9:15 am

לכאורה איז די עיקר תמיהה לגבי שי שאלה פון א ברכה לבטלה, די אלע איבריגע זענען דאך נאר חומרות ומנהגים.

דאנערשטאג מרץ 19, 2009 10:25 am

אבער אויך אין שאילת הגשמים איינער, וואס נאך זעכזיק טעג נאך תקופת תשרי (אין חו"ל) האט פארגעסן זאגן 'ותן טל ומטר' דארף דאך נאכאמאל איבערדאווענען גאנץ שמונה-עשרה, ד.ה. אז אויך דא מיר האבן צו טאן מיט דער פראבלעם פון ברכה לבטלה.
און ווען איז דער טאג, נאך וועלכן וועט מען מוזן איבערדאווענען? דאס ווערט באשטימט דוקא לויט תקופת שמואל.

בכלל בפשטות לכאורה קען מען זאגן (לכל הפחות כל זמן חודש ניסן פאלט נאך אין תקופת ניסן - ד.ה. ביז נאכן סוף פון דעם אלף השישי) אז להלכה האט מען איינגענומען דוקא תקופת שמואל אין נישט תקופת ר' אדא אין אלע הינזיכטן.

דאנערשטאג מרץ 19, 2009 12:36 pm

וואס זאל מען אבער טאן אז דער חת"ס זאגט נישט אזוי

דאנערשטאג מרץ 19, 2009 5:14 pm

וואס זאל מען טאן? אפשר זאל מען פרוואון צו פארשטיין זיינע הייליקע ווערטער.

דאנערשטאג מרץ 19, 2009 5:45 pm

לייענט דא (אויף ענגליש) איבער דעם חיבור 'מטה דן' פון ר' דוד ניטו איבער די קופערניקס טעאריע אקעגן דעת חז"ל בחכמת התכונה.

זונטאג מרץ 22, 2009 9:44 pm

היינט האבן מיר געהערט א הערליכע שיעור אין ברכת החמה פון הר"ר פייוול קליין, במקהלות קהל רב אין סאטמאר ביהמ"ד ליע גארדענס.

זונטאג מרץ 22, 2009 9:45 pm

אויך האבן מיר היינט אויסגעהערט די לענגערע אינטערוויו צווישן ר' הערשל פר"מ און ר' ? בריסק פון מאנסי (זוהן פון טאשנאדער רב) מחבר ספר אוצר הזמנים. עס איז א הערליכע שמועס און כדאי אויסצוהערן.

מאנטאג מרץ 23, 2009 8:40 am

ווען דער ברחסק זאגט דארט צום סוף אז מען בעטן אנדערע סתם תפילות נאך די ברכה (אזויווי ביי חלה) האב איך די ערשטע געטראכט צו בעטן פאר די דריי אומשילדיגע בחורים וואס זיצן אין יאפאן און קענען נעבעך (ביזדערווייל) נישט מקיים זיין די מצוה.

מאנטאג מרץ 23, 2009 2:56 pm

היינט נאכט 8:45 וועט פארקומען א שיעור אויף מהלך החמה דורך ר' אליעזר לאנדא אין ביהמ"ד סאטמאר אויף מירטל.

א קשיא וועגן קידוש החמה

מאנטאג מרץ 23, 2009 9:56 pm

איך בעט מחילה אויב סבלאנגט נישט דא די קשיא ביטע עס לייגען אויפן ריכטיגן פלאץ

שוין איבער א וואך וואס איך קען נישט שלאפן
נאכען הערן קול מבשר ווי איינער בריסק איז מסביר פארוואס קידוש החמה געפאלט נאר איינמאל אין 28 יאר
אז די זון קומט צוריק איינמאל אין 28 יאר אויפן זעלבען פלאץ ווי דער אייבערשטער האט עס אויפגעהאנגען אינעם זעלבען טאג פון דער וואך

האב איך גענומען א קאלקולעיטאר און אויס גערעכנט

5769 / 28
= 206.03571428571428571428571428571

עפעס שטימט נישט דא

האב איך מיר פרובירט מיין מזל מיט
5768 / 28
און סשטימט פונקטליך
206

האב איך אריינגעטראכט פארוואס עפעס דארף מען רעכענען 5768 און נישט 5769
שטעלט זיך ארויס אזוי אז מהאלט דאך נאך אינמיטן יאר סאו איז נאך נישט דורך עכט קיין 5769 יארן נאר 5768 און אהאלב זייט בריאת העולם

דא האט מיר אויפגעבליצט מיין קשיא וואס לאזט מיך שוין נישט שלאפן איבער א וואך

עס איז דא א מחלוקה אין די גמרא אויב די וועלט איז באשאפן געווארן ניסן צי תשרי
פון קידוש החמה וואס ממאכט ניסן מיינט דאס אז אונז פסקן מיר אז די וועלט איז באשאפן געווארן ניסן
נו וויאזוי הייבן מיר אן צי ציילן די יארן פון תשרי "שנת ה אלפים תשס"ט לבריאת העולם"
?????????????????????????????????????????

איך בין שוין אינגאנצן צומישט :roll: :roll:

מאנטאג מרץ 23, 2009 10:04 pm

לערן דורך דעם חת"ס

מאנטאג מרץ 23, 2009 10:08 pm

אפשר ברענגסטו מיר צי ווי?

מאנטאג מרץ 23, 2009 10:28 pm

או"ח סימן נו

מאנטאג מרץ 23, 2009 10:29 pm

א גוטע פראגע, אבער מיר האבן אנגענומען לגבי פארשידענע זאכן בניסן נברא העולם און לגבי אנדערע זאכן בתשרי נברא העולם.

מאנטאג מרץ 23, 2009 10:52 pm

מהרם שיק סימן צ' רעדט ער אויך דערפון.

כללו של דבר ס'יז אן אלטע דיון אין ר"ה יב. ועי' תוספות ר"ה כז. בתשרי עלה במחשבה (היום הרת עולם).

דער מהרם שיק איז דארט מחדש אז פונקט ווי ביי מולדות רעכנט מען צוריק פון די מולד של תהו דהתחלת הבריאה היתה בכ"ג באלול משנה שקודם הבריאה. דאס זעלבע רעכנט מען אויך די תקופות פון ניסן בעפארן בריאה משנה של תהו קודם שנברא העולם.

מאנטאג מרץ 23, 2009 10:55 pm

קרעמער, איך פארשטיי נישט דיין ענפער. דאס איז דאך זיין קשיא, וויאזוי נעמט מען אן דעם טאג פון וועלט באשאף אין צוויי באזונדערע צייטן? און אויב ווילסטו זאגן, כך גזרו חכמינו ז"ל, מהיכן דנתני? ברענג עפעס א מקור וראי' לדבריך. פאטאקי קלערט נישט צו האלטן ראש השנה דעם דאנערשטאג, זארג זעך נישט.

מאנטאג מרץ 23, 2009 11:30 pm

איך האב נאכגעשריבן וואס איך האב נעכטן געהערט ביים שיעור פון ר' פייוול קליין, פרטים קענסטו אים פרעגן, איך ליג נישט דערין.

מאנטאג מרץ 23, 2009 11:41 pm

לויט די מאן דאמר בניסן נברא העולם איז די וועלט באשאפן געווארן כ''ה אדר שנת א' און תקופת ניסן איז געווען דינסטאג נאכט אור ליום ד' כ''ח אדר אזוי ווי היינט נאכט קומט אויס אז 28 יאר שפעטער ווען דו זון איז צוריקגעקומען צום זעלבן פלאץ איז געווען שנת כ''ט לבריאה וואס כאטשיג עס איז די 29סטע יאר איז עס אבער נאר גאנצע 28, קומט אויס לויט דעם אז מען דארף נישט רעכענען גאנצע 5769 נאר היינט נאכט ווערט5768 יאר פון די ערשטע תקופה,

דינסטאג מרץ 24, 2009 12:26 am

אז מען רעד שוין פון די קשיות וועל איך פארלייגן 3 הארבע קשיות אויפן גאנצן קידוש פון היי יאר. 1)סדאך באקאנט אז באמת איז שוין די תקופה פארנאכטס נאר מען דארף ווארטן ביז צופרי מיט די ברכה כדי מען זאל הנאה האבן פון די זון נו בשעת תליות המאורת איז געווארן נאכט ויהי ערב, איז דאך קלאר אז אויב אויף א האלבע וועלט איז טונקעל איז אויף די אנדערע העלפט וועלט ליכטוג, און די גאנצע סדר פון דער בריאה ווערט דאך גערעכענט לויט ארץ ישראל קומטאך אויס אז בשעת תליות המאורת וואס דאן איז געווארן נאכט אין א"י איז דא אין אמעריקע געווארן 6 שעה פריער דינסטאג נאכמיטאג. איז ווען עס גייט ווערן היי יאר דינסטאג נאכט 6:00 אין א"י גייט זיין די תקופה גענוי אזוי ביי בריאת העולם און דאס איז ביי אונז דאמאלטס 12:00 נאכמיטאג קענען אונז שוין מאכן די ברכה און מיר דארפן נישט ווארטן ביז צופרי אזוי ווי אין א"י מכיון אונז קענען דאך דאמאלטס זען די זון??? 2)אפילו נניח אז מיר דארפן ווארטן ביז עס ווערט ביי אונז 6:00 אווענט(לויט די נייע זייגער 7:00) קענען מיר נאך אלטס מאכן די ברכה פארנאכטס ווייל די שקיעה ערב פסח היי יאר איז 7:28 נו קענען אונז הנאה האבן פון די נייע תקופה שוין פארנאכטס?????? 3)תקופת ניסן מיינט דאך אז די טאג איז דאמאלטס פונקט שוה דהיינו תקופת טבת איז די קערטסטע טעג. תמוז די לענקטסטע און ניסן תשרי פונקט פון 6:00 ביז 6:00 אין דער אמת איז דאך אז היי יאר ביי די תקופה גייט זיין די נץ 6:30 און די שקיעה 7:25 אתמהה עפעס שטימט נישט דא??????? נאר כדי ליישב עמער מוזן מקצר זיין ווייל עס איז שפעט עס איז דא 2 תקופת רב אדא און תקופת שמואל. די מציאת איז ווי רב אדא, אזוי רעכן די גוים און להבדיל לגבי עיבור שנים אבער לגבי אלע זאכן פסקענקן אונז ווי שמואל ווי ותן טל ומטר און ניטל. בקיצר עס רעדט שוין פון דעם דער משאת בנימין און דער חת"ס אז עס שטימט נישט, לויט רב אדא קומט אינגאנצן נישט אויס קיין תקופה פינקטלך נאר אין 19 יאר אין אויך נישט פינקטלך. און רביה"ק מסאטמר מהר"י ט"ב האט א גאנצע ביאור געזאגט תש"יג ביי די דעמאלטסטיגע ברכת החמה אז לויטן ר"ת שטימט אויך נישט די מציאות לגבי די שקיעה נאר אז אלעס האט א כח פון העכער עס איז דא שמש עליון וואס פירט די שמש התחתון אזוי זאגט דער מהר"ם אלשקר בקיצור לענינו מיטן מציאות שטימט עס סייווי נישט מוזטו זאגן אז מען מאכט די ברכה אויפן חידוש התקופה העליון אזוי שיטת שמואל מילא טוסטו ווי עס שטייט און שו"ע מאכט מען צופרי זיי האבן זיכער פארשטאנען פארוואס עפעס צופרי אפילו אין חו"ל. ודוק והבן כי קצרתי !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!

דינסטאג מרץ 24, 2009 6:35 am

צוליב די ערשטע קשיא האט דער אדר"ת געהאלטן אז בני חו"ל דארפן טאקע מאכן די ברכת החמה דינסטאג מיטאג, אבער די פוסקים האבן נישט אזוי אנגענומען.
שרייב א תגובה

Advertisement