שעטנז אין טערקישע טליתים

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

געדיך אוואש האט געשריבן:
מסתבר, אז פון דעם באשטייט די היינטיגע גרויסע עקספארט פון "פלאקס-פעדימער" (ווי די א"ד גוגל באריכט באטאנט "Flax-Yarn"), ד"ה אז די פלאקס ווערט געברענגט רויערהייט פון אייראפע און ווערט בלויז "אויסגעארבעט" אין טוניס.



קוקט אויס אז דו כאפסט בכלל נישט וואס שטייט אין די בלאט וואס דו האסט געברענגט.

שטייט נישט אז מען האט געברענגט פון אייראפע, שטייט אז מען האט געפלאנצט פלאקס אין טוניס.

Commerce Reports-1.jpg
Commerce Reports-1.jpg (86.24 KiB) געזען 2846 מאל


This industry implies the production here of flax in large quantities now insured by several local agriculturists already acquainted with the project and it's requirements, who agree to cultivate flax intensively for acquisition by the new plant.
Trial of flax growing already made indicate that fiber produced in Tunisia from the Riga seed is fully equal to the Russian product and more prolific than when grown in France

דעם אינדוסטריע אימפּלייז די פּראָדוקציע דאָ פון פלאַקס אין גרויסע קוואַנטומס איצט געווארן פאַרזיכערט דורך עטלעכע היגע אַגריקולטוריסץ שוין באַקאַנט מיט די פראיעקט און די באדערפענישן, וואס האבן באוויליגט צו האָדעווען פלאַקס פאר די געברויכן פון די ניי פאַבריק.

פראבעס פון פלאַקס פלאנצונגען ווייזן אן אז די פייבער וואס איז געשאפן געווארן אין טוניסיא פון די ריגאַ זומען, איז גאָר ענדליך צו די רוסישע פראדוקט, און בעסער ווי ווען געוואקסן אין פראנקרייך.
בילד
קאטשעניו
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יאנואר 25, 2014 10:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשעניו »

איך וועל מוזן צוקומען צום מסקנא אז איינער האט דא אן אינטערעסע.

איך האב געלייענט דעם ארטיקל אינעם מאמענט, און ער ברענגט דארט פילע מקורות, לאו דוקא פון חסידים. צווייטנס ברענגט ער דארט גאר גרויסע זאכן וואס צדיקים האבן געזאגט אויף דעם, וואס איך גלייב אז די צדיקים האבן געזעהן אנדערש ווי איך און דו (אויב גלייבסטו דאס נישט, דאן זיי מיר געזונט, ווייל דעמאלס רעד איך בכלל נישט צו דיר). ממילא האט דאס גארנישט מיט "סתם א מנהג", אדער מיט עפעס וואס "געוויסע חצרות זענען געבויט אויף דעם".

זאת ועוד, איך האב אויך צוטריט צו גוגל, אבער איך קען נאך אפאר ווערטער ענגליש, און איך פארשטיי דעם אינטערשיד צווישן אן עקספארטירער און א פלאנצער. Exporter vs. grower

איך האב געגעבן א קליינעם געזוך אויפן געוועב פאר די גרעסטע growers פון פלאקס. איך האב געטראפן עטליכע ליסטעס פון די צען גרעסטע (זיי זענען נישט אלע אייניג), אויף איין סייט האב איך אפילו געפונען נאך די ליסטע פון די העכסטע צען, אן ארטיקל ווי ער דערמאנט נאך עטליכע גרויסע, וועלכע זענען נישט פון די ערשטע צען.

הצד השווה פון די אלע ליסטעס איז, א דאס לאנד טוניזיע (תוניס אויף העברעאיש), געפונט זיך נישט אויף קיין איינס פון די. אלזא זעה איך אזויפיל, אז די דריטע זענען זיי נישט, ווייל זיי זענען אפילו נישט די צענטע און אפילו נישט די פופצנטע. דעריבער וועל איך צוריק גיין צו דאס וואס די עדה החרדית און די סקווירא בית דין זאגן אז עס וואקסט דארט בכלל נישט קיין פשתן אינעם גאנצן לאנד.

איי איינער האט געפונען דא אויף גוגל אז זיי עקספארטירן, האט שוין א צווייטער געברענגט א תירוץ אויף דעם.

און צו ענדיגן, אויב האט איר נישט געלייענט דעם ארטיקל אינעם מאמענט, דאן לייענט עס איידער איר קאמענטירט. אויב ווידער האט איר עפעס אן אינטערעסע, דאן זאג איך אייך שוין אז איר זענט גערעכט מיט וואס אימער איר זאגט.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פומפדותא »

מר קאטשעניו, איך ליין טאקע נישט די מאמענט, (די מאמענט איז נישט קיין רשב"א אדער ריטב"א מען מעג זיך קריגן אויף איהם)

געדיך אוואש האט געברענגט א דאקומענט אז אין 1919 האט מען געפלאנצט פלאקס אין טוניס.

דממה דקה האט שוין ארויס געברענגט אז דאס שטימט זייער גוט מיט וואס בעלזער רב האט געזאגט.

דאס איז קלאר אז עס וואקסט פלאקס אין טוניס, (נישט נאר דאס, נאר פער עיקאר באקומט מען מער פלאקס וואו אנדער לענדער) דא קענט איר זעהן א טשארט וואס גייט צוריק צו יארע 1960, מען קען זעהן וויפיל פלאקס עס האט געוואקסן יעדעס יאר http://www.factfish.com/statistic-country/tunisia/linseed,+area+harvested
בילד
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

דממה דקה האט געשריבן: בכלל האב איך נישט גענומען קיין שטעלונג אין דעם ענין, איך האב נאר געברענגט וואס איך האב געזעהן אויף גוגל, איך זאג נישט למעשה וואס מען זאל זיך פירן


דממה דקה האט געשריבן:יישר כח, וויפיל איך פארשטיי פון וואס איר ברענגט האט מען דעמאלט אנגעהויבן פלאנצען פשתן אין טוניס, דאס איז זייער אינטערסאנטע נקודה וואס איר ברענגט, ווייל בערך אין יאר 1881 תרמ"א האט פראנקרייך איבערגענומען טוניס, און אין יאר 1919 תרע"ט איז די טערקישע מלוכה אינטערגעגאנגען, פונקט דאן האט מען אנגעהויבן פלאנצען פשתן דארט, און די ווארט פון ערשטן בעלזער רב שטימט כמין חומר, אז בשעת די טערק האט געהערשט איז קיין פשתן נישט געוואקסן דארט, און דער פראנצויז האט דאס שפעטער געפלאנצט.

די שאלה איז נאר צו עס איז דא אן ענין אנצוהאלטן די זאך נאך וואס די טעם עפ"י נגלה ועפ"י חסידות איז בטל געווארן.


האיך יתקיימו שניהם...?

--------------------------------------

צו דיין שאלה, א ודאי איז דא א ענין.
א) ווי פריער ערווענט, האט מען אייביג אנגעהאלטען מנהגים - ספעציעיל חסיד'ישע אידן - אפילו ווען די טעמים זענען שוין נישט געווען עכט שייך. ווי צ.ב.ש. חומרות בפסח, מאכלי שבת א.א.וו. אין אזוי אויך ביי לבושים האט מען גאר מקפיד געווען, אפילו די ארגינעלע סיבה איז נישט געווען צו גיין דייקא די לבוש - למשל שטריימעל, ווייסע זאקען ועוד

ב) כ'זעה אז אפילו נאך יארע 19' האט מרן מהרי"ד ואחריו בנו הקדוש נאך אלס מקפיד געווען דייקא אויף א טערקישע טלית. מ'זאגט דאך אז הרה"ק מבעלזא זצוק"ל האט אין טעמעשוואר געדאווענט אן א טלית ווייל מ'האט נישט געהאט א טערקישע טלית.
וכן כמה צדיקים ווי הרה"ק מנאסיוד וואס אפילו די טלית קטן איז געווען א טערקישע. ווי א.ד. האט רביה"ק מסאטמאר זי"ע געהאט א ידיעה וואס ס'טוט זיך דארט... אין געגאנגען דערמיט ווילאנג ס'געווען א געהעריגע קשר.

ולעצם הענין, מ'קען נישט אוועקמאכען פאר מ'רעדט נישט צו הרב בראנדער אדער צו די רבני המכשירים, סקווירא דיין אדער די עדה החרדית. זיי זאגען דאך אז די אלע מעלות זענען נאך אלס אקטועל.. קען זיין אז אין די געגענט פון ווי מ'נעמט די צמר וואקסט נישט קיין פלאקס עד היום הזה. טוניס איז נישט אזוי פיצל.
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

דממה דקה האט געשריבן:יישר כח, וויפיל איך פארשטיי פון וואס איר ברענגט האט מען דעמאלט אנגעהויבן פלאנצען פשתן אין טוניס, דאס איז זייער אינטערסאנטע נקודה וואס איר ברענגט, ווייל בערך אין יאר 1881 תרמ"א האט פראנקרייך איבערגענומען טוניס, און אין יאר 1919 תרע"ט איז די טערקישע מלוכה אינטערגעגאנגען, פונקט דאן האט מען אנגעהויבן פלאנצען פשתן דארט, און די ווארט פון ערשטן בעלזער רב שטימט כמין חומר, אז בשעת די טערק האט געהערשט איז קיין פשתן נישט געוואקסן דארט, און דער פראנצויז האט דאס שפעטער געפלאנצט.

די שאלה איז נאר צו עס איז דא אן ענין אנצוהאלטן די זאך נאך וואס די טעם עפ"י נגלה ועפ"י חסידות איז בטל געווארן.


קען אפשר זיין, אז ס'ווענד זיך די טעם פארוואס מ'איז אמאל געגאנגען.

איז געווען געהעריגע טעמים צו צו עפ"י נגלה צו עפ"י חסידות אדער עפעס פארבארגענע טעמים, דאן אפילו אויב די טעם איז נישט שייך היינט צוטאגס איז דא א שטארקע יש אומרים אז יא - עכ"פ אן ענין - צו גיין.

אבער אויב די עיקר טעם איז געווען צו האבען א געוויסע סיגנעטשור טלית... דאן קען מען יוצא זיין מיט א 'ספעשעל ראן' טלית פון טליתניה.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

נקודת האמת האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן: בכלל האב איך נישט גענומען קיין שטעלונג אין דעם ענין, איך האב נאר געברענגט וואס איך האב געזעהן אויף גוגל, איך זאג נישט למעשה וואס מען זאל זיך פירן


דממה דקה האט געשריבן:יישר כח, וויפיל איך פארשטיי פון וואס איר ברענגט האט מען דעמאלט אנגעהויבן פלאנצען פשתן אין טוניס, דאס איז זייער אינטערסאנטע נקודה וואס איר ברענגט, ווייל בערך אין יאר 1881 תרמ"א האט פראנקרייך איבערגענומען טוניס, און אין יאר 1919 תרע"ט איז די טערקישע מלוכה אינטערגעגאנגען, פונקט דאן האט מען אנגעהויבן פלאנצען פשתן דארט, און די ווארט פון ערשטן בעלזער רב שטימט כמין חומר, אז בשעת די טערק האט געהערשט איז קיין פשתן נישט געוואקסן דארט, און דער פראנצויז האט דאס שפעטער געפלאנצט.

די שאלה איז נאר צו עס איז דא אן ענין אנצוהאלטן די זאך נאך וואס די טעם עפ"י נגלה ועפ"י חסידות איז בטל געווארן.


האיך יתקיימו שניהם...?


זייער פשוט איך נעם נאך אלץ נישט קיין שטעלונג, איך האב נאר געברענגט די פאקט אז די אמאליגע טעם איז נישט גילטיג.

איך ווייס נישט וואס דאס איז סיגנעטשור טלית פון טליתניה, דאס איז פון טוניס?
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

דממה דקה האט געשריבן: זייער פשוט איך נעם נאך אלץ נישט קיין שטעלונג, איך האב נאר געברענגט די פאקט אז די אמאליגע טעם איז נישט גילטיג.


אראפלייגען דאס אלס פאקט, הייסט גענומען א שטעלונג.
לויט ווי מ'האט מפרסם געווען, קען קיין פשתן נישט וואקסען לכה"פ אין די געגענט פון ווי מ'נעמט די צמר. ממילא פאר'ן רעדן מיט די מענטשען וואס זענען אינוואלווד, וואס זיי ענטפערען צו די טענה אז גוגל זאגט אז טוניזיע האט דייקא יא א פשתן מארקעט, איז נישט שייך צו זאגען מיט א קלארקייט אז 'די אמאליגע טעם איז נישט גילטיג'.

דממה דקה האט געשריבן:
איך ווייס נישט וואס דאס איז סיגנעטשור טלית פון טליתניה, דאס איז פון טוניס?


כ'בין געווען זיכער אז איר ווייסט יא.. כ'מיין נאך אלס אזוי.
עכ"פ ווער ס'פארשטייט, פארשטייט.

סיגנעטשור מיינט אזא חותם...
ניין, טליתניה איז נישט אין טוניס.. ס'איז א גרויסע טלית פאבריק אין ארץ ישראל. כ'ענטפער אויף די קליינע טשענס אז דו ווייסט טאקע נישט..
כעת קען איך נישט מער מסביר זיין דא אויפן פארום. אולי אין אישי.
חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חובב_ספרים »

דא איז געבריינגט נאך א שטיקל וועגן טורקישע טליתים.
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

חובב_ספרים האט געשריבן:דא איז געבריינגט נאך א שטיקל וועגן טורקישע טליתים.


טערקישע טליתים_Page_1.jpg
טערקישע טליתים_Page_1.jpg (378.72 KiB) געזען 2679 מאל

טערקישע טליתים_Page_2.jpg
טערקישע טליתים_Page_2.jpg (384.04 KiB) געזען 2679 מאל
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

יישר כח, אבער דא רעדט מען ג'רבא און נישט פון טוניס.
(אויך זעהט מען דא אז עס איז געווען מיט א השגחה, נישט סתם געקויפט טליתים פון גוישע פאבריקן)
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

דממה דקה האט געשריבן:יישר כח, אבער דא רעדט מען ג'רבא און נישט פון טוניס.
(אויך זעהט מען דא אז עס איז געווען מיט א השגחה, נישט סתם געקויפט טליתים פון גוישע פאבריקן)


הלא הוא הדבר אשר דברנו..
1) כ'האב שוין דערמאנט אויבען אז די טליתים קומען טאקע פון דזשערבא אז דארט האבען די אידען געוואוינט און דארט וואקסט נישט קיין פשתן.

2) וגם כתבתי כמה פעמים אז מעיקרא האבען די טליתים געהאט אן השגחה, טראץ די אלע הידורים. זעהט מען שטארק מיינע צוויי פוינטס:

א) די חידוש איז מער אויף די אלע יארען ביז די שערורי', ווי אזוי מ'האט אלע יארען גענוצט ווען ס'מער נישט געווען קיין קאנטראל.
ב) עכשיו שנתחדש ההשגחה בתכלית ההידור איז ווייטער א גרויסע ענין מחדש זיין די מנהג צו גיין מיט טערקישע טליתים כמקדמת דנא אזוי ווי מ'זעהט טאקע ב"ה. זייט איך האב
געלייענט דא האב איך מער אינטערעס אין איך באמערק דא אין דארט די טליתים.
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

חובב_ספרים האט געשריבן:דא איז געבריינגט נאך א שטיקל וועגן טורקישע טליתים.


האב איך נישט אזוי שלעכט געזאגט אז יוניפארם איז א גרויסע ענין...
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

נקודת האמת האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:יישר כח, אבער דא רעדט מען ג'רבא און נישט פון טוניס.
(אויך זעהט מען דא אז עס איז געווען מיט א השגחה, נישט סתם געקויפט טליתים פון גוישע פאבריקן)


הלא הוא הדבר אשר דברנו..

2) וגם כתבתי כמה פעמים אז מעיקרא האבען די טליתים געהאט אן השגחה, טראץ די אלע הידורים. זעהט מען שטארק מיינע צוויי פוינטס:

א) די חידוש איז מער אויף די אלע יארען ביז די שערורי', ווי אזוי מ'האט אלע יארען גענוצט ווען ס'מער נישט געווען קיין קאנטראל.
ב) עכשיו שנתחדש ההשגחה בתכלית ההידור איז ווייטער א גרויסע ענין מחדש זיין די מנהג צו גיין מיט טערקישע טליתים כמקדמת דנא אזוי ווי מ'זעהט טאקע ב"ה. זייט איך האב געלייענט דא האב איך מער אינטערעס אין איך באמערק דא אין דארט די טליתים.

לידיעתכם:
עטליכע יאר נאך בעפאר די שערורי' ווען מ'האט געטראפן די שעטנז, האט "מכנובקא-בעלזא" שוין געמאכט אין טוניס אייגענע טליתים, צוליב דעם וואס דער רבי האט פארלאנגט צו מאכן "בלויע" שטרייכן כפי המנהג המקורי, און עס איז טאקע געווען געמאכט בלא-יודעים מיט די אימפאטירטע וואל, אבער די טליתים זענען געווארן איבערגעקוקט אין אר"י פון שעטנז איידער עס איז פארקויפט געווארן.

אויסער דעם, נאך בעפאר דעם, ווען עס איז נאך געווען די דיקע טליתים, געדענק איך אז פיל אידן (און אפשר אפילו רוב מענטשן) פלעגן עס אליינס געגעבן צו בודק זיין פון שעטנז.
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

ייש"כ פאר די ידיעה אז עט ליעסט פלעגט מען יא בודק זיין פון שעטנז. ס'איז מיר באמת געווען א פליאה.

ועוד, מאכט עס שטערקער די טענה אז אפילו ס'איז מעגליך א חשש שעטנז ח"ו, איז עס נאך אלס אן הידור די טערקישע טליתים. והא ראי' אז מ'פלעגט בודק זיין נאך פאר די שערורי'.
דממה דקה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5100
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דממה דקה »

אקעי, באט הרב געדיך אוואש רעדט ווייטער פון טוניס און נקודת האמת פון ג'רבא
אוועטאר
געדיך אוואש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געדיך אוואש »

דממה דקה האט געשריבן:אקעי, באט הרב געדיך אוואש רעדט ווייטער פון טוניס און נקודת האמת פון ג'רבא

ניין, איך רעד נישט פון טוניס דווקא, איך ווייס נישט פונקטליך ווי אין וועלכע געגענט די טליתים ווערן פאבריצירט, אויבן האב איך געשריבן אז איך מיין אין שטאט טוניס, אבער איך בין נישט זיכער.
נאר צו קלאר שטעלן, סיי "טוניס" און סיי "ג'רבא" זענען ביידע שטעט אין מדינת טוניס
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

הרב דממה,

די ערשטע מאל וואס הרב געדיך אוואש האט דערמאנט די שטאט 'טוניס', האט ער קלאר געשריבען "דוכט זיך". וגם אני הקטן כתבתי דאני 'חושב' דזשערבא. ואז שאלת דאנו סותרין והשבתי אז כ'דענק נישט פונטקליך וגם הרב געדיך אוואש כתב כן. שטעלט זיך אויס אז לכאורה דשערבא איז טאקע די פלאץ.
אלזא וואס איז אייער שאלה?
נקודת האמת
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 02, 2016 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נקודת האמת »

כ'מיין אז מ'דארף טוישען די קעפל צו "טערקישע טליתים המקורית" אדער "די נייע טערקישע טליתים"
אדער לכה"פ אפטיילען די שמועס פון די ארגינעלע שמועס וואס האט גערעדט פון די שעטנז פראבלעם פון די אלטע טערקישע טליתים.
אוועטאר
לאנדאנער
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנדאנער »

נקודת האמת האט געשריבן:כ'מיין אז מ'דארף טוישען די קעפל צו "טערקישע טליתים המקורית" אדער "די נייע טערקישע טליתים"
אדער לכה"פ אפטיילען די שמועס פון די ארגינעלע שמועס וואס האט גערעדט פון די שעטנז פראבלעם פון די אלטע טערקישע טליתים.

יא א אמתע נקודה
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: שעטנז אין טערקישע טליתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

פון בקודש פנימה פאפא
אטעטשמענטס
1.PNG
1.PNG (208.94 KiB) געזען 253 מאל
2.PNG
2.PNG (180.04 KiB) געזען 293 מאל
לעצט פארראכטן דורך גדל אום דאנערשטאג מארטש 16, 2023 7:28 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: שעטנז אין טערקישע טליתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

.
אטעטשמענטס
9.PNG
9.PNG (165.3 KiB) געזען 286 מאל
10.PNG
10.PNG (162.95 KiB) געזען 286 מאל
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: שעטנז אין טערקישע טליתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

.
אטעטשמענטס
11.PNG
11.PNG (167.47 KiB) געזען 264 מאל
12.PNG
12.PNG (239.39 KiB) געזען 264 מאל
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: שעטנז אין טערקישע טליתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

.
אטעטשמענטס
13.PNG
13.PNG (173.84 KiB) געזען 257 מאל
14.PNG
14.PNG (187.67 KiB) געזען 257 מאל
15.PNG
15.PNG (169.5 KiB) געזען 257 מאל
אוועטאר
גדל
שר האלפיים
תגובות: 2594
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 27, 2019 9:39 pm

Re: שעטנז אין טערקישע טליתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גדל »

.
אטעטשמענטס
16.PNG
16.PNG (156.72 KiB) געזען 255 מאל
17.PNG
17.PNG (154.3 KiB) געזען 255 מאל
זעליג קורן
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2023 3:17 pm

Re: שעטנז אין טערקישע טליתים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זעליג קורן »

טערקיש.jpg
טערקיש.jpg (94.79 KiB) געזען 239 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”