ש"ק ביי דעם פסוק אין די הפטורה ראשית עריסותכם תחנו לכהן להניח ברכה אל ביתך
האב איך זיך דערמאנט
זוגתי שתחי' האט געהאט א תקופה א קשר מיט א "מצוה קעיס" א אידענע פון א שטוב פון בני תורה ממוצאי מאראקא
איינמאל איז זי אריינגעקומען פונקט ווען זוגתי האט געהאלטען ביי הפרשת חלה
זאגט זי "איך האב שוין אזוי לאנג נישט געבאקען לאז מיר מפריש זיין"
די ברכה האט זי געזאגט "להפריש תרומה מן החלה" און קורא שם געווען
דער נוסח פון
מחבר איז להפריש תרומה מנהגינו לפי הרמ"א איז להפריש חלה
דער בן איש חי סוף שמיני שרייבט "קודם שתפריש תברך אשר קדשנו במצותיו וצונו להפריש חלה תרומה"
נאך דעם נעמען האב איך געהערט ווי זי זאגט להניח ברכה אל ביתך
דא האב איך געטראפען אז מען זאגט דאס פאר די ברכה