הפוך בה דכולה בה
מיטוואך ינואר 21, 2009 11:41 pm
גאר גאר אסך איז שוין געשריבן געווארן איבער דעם סענסיטיווער ענין פון די נפש רוח נשמה, און נאך העכער און טיפער זענען חיה יחידה.
די סאמע ערשטע אנדייטונג איבער א נשמה געפונען מיר בעת'ן באשאף פונעם ערשטן מענטש וואס ביי אים שטייט עפעס וואס שטייט נישט ביי קיין שום פריערדיגע בעל חי "ויפח באפיו נשמת חיים ויהי האדם לנפש חיה". אין איוב איז באקאנט דער פסוק "חלק אלו-ה ממעל" וואס חז"ל ערקלערן אז דאס מיינט מען די נשמה וואס איז בכח זיך צו דערהייבן און אנקומען צו הויכע מדרגות. דער אנדערע פסוק אין משלי "נר ה' נשמת אדם" ווערט נדרש בכמה אנפין.
דער באגריף איבער די גוף ונשמה איז א שטיק פילאזאפיע פונקט ווי אסראלאגיע און אנדערע חכמות וואס אריסטו און אפאלוטו האבן שטודירט און זיך איבער דעם געקריגט. גאנצעטע בנינים זענען געבויט געווארן בהמשך הדורות אויף זייער פונדאמענטן. טויזענטער ספרים זענען געשריבן געווארן באזירט אויף זייערע השערות. אויך דער מורה נבוכים פון הייליגן רמב"ם האט אנגענומען דעת אריסטו בענין הנשמה. דערנאך קומט דער כוזרי וואס איז אן אריכות.
עס איז א טיפער געשפרעך און פירט אריין דירעקט אדער אומדירעקט אין אנדערע נושאים וואס וואלטן באמת פארדינט באזונדערס צו באשריבן ווערן. למשל גלגול נשמה, שכר ועונש, נבואה, אוב וידעוני, עולם הבא, תחיית המתים ועוד. די טעמע פאר זיך איז גאר א האקעלע, אויב גיבט מען נישט אכטונג קען מען חלילה רעדן דיבורים וואס גרעניצן זיך מיט כפירה רח"ל.
איך בין יעצט זייער מיד. אין די קומענדיגע שורות האף איך בע"ה צו באשרייבן יסודות'דיגע ענינים ווי:
וואס איז א נשמה
וואו איז די נשמה פלאצירט
חלומות
הישארות הנפש
דערווייל גיי איך יעצט אנצונדן מיין באליבטער טעיפ 'נשמה פלאם'..
איך לאז יעדן אריינרעדן, אדרבה ווער עס ווייסט זאל באריכטן פון זיינע אוצרות החכמה.
Advertisement
דאנערשטאג ינואר 22, 2009 12:11 am
לאמיר טרייען זיך אריינצוכאפן, איידער אונזער ידען נפלא שוועמל וועט קומען מיט זיין מייסטער ארטיקל איבער דעם ענין, און איך וועל ענטפערן קורץ אויף דיינע שאלות אז עס וועט נאך בלייבן א מקום פאר דיסקוסיע.
וואס איז א נשמה?.
א נשמה איז א געטליכע זאך, דאס הייסט אז עס איז א דבר רוחני וואס איז נחצב מתחת כסא הכבוד, און עס ווערט פארסירט אריינצוגיין און א בשר ודם און עס מאכן א לעבעדיגע זאך און דער נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט ריין אין ציכטיג הייליג אין לויטער, און גארט און לעכצט צוריק צו גיין צו זיין שורש.
וואו איז דער נשמה פלאצירט?
דער נשמה איז פלאצירט אין יעדע דבר גשמי דצח"מ, און דאס האלט אויף זייער חיות, אז עס זאל האבן א שטאנד אויף די וועלט, און ביי א מענטש פילט עס אן די גאנצע מענטש, ווייל דער נשמה באקומט די ציור גענוי ווי דעם מענטשן'ס צויר, און אויףדעם זאגן מיר אתה יצרת בי, דער נשמה איז געמאכט אין דער פארם פון א מענטש, אבער דער נשמה איז נישט אפהעניג אין יעדע אבר, נאר עס איז דא אברים וואס ווערן אנגערופן אבר שהנשמה תלויה בו, וואס אן די אבר האט דער נשמה רשות אפצויאגן פונעם קערפער תפיסה.
חלומות?
איך ווייס נישט פינקטליך וואו דער קשיה צילט, אבער ווען מען שלאפט גייט דער נשמה אויף צום בי"ד של מעלה אפצושרייבן זיין היינטיגע טאג, און דאן פירן די יענע חברה ארום דעם נשמה אויף א רייד און עפ"י רוב זענען זיי נאר בארעכטיגט אים צו זיין זאכן וואס ער האט שוין געזעהן און עס ליגט אים מאחורי המוח -סוב קאנטשעס-.
הישארת הנפש?
ווייס איך אויך נ ישט וואס דער קשיה איז?, אבער אויב מיינסטו צו פרעגן די סדר מיתה און די מעשי מלאכי חבלה, ושכר ועונש, גן עדן וגיהנם, כף הקלע ועולם הדמיון, דין וחשבון וגלגולים, יכלו הגעדולד והם לא יכלו.
דער נשמה פלאם טעיפ?
יא עס איז שוין אויט אוו סטייל, אבער ווען מען הערט דער טעיפ ווייסט מען וואס... איך ווייס נישט וואס. אקעי סתם שרייבן און דער קיבארד אריין.. ניין שיקעס אינפערטיג...
דאנערשטאג ינואר 22, 2009 10:07 am
ניטאמאל פרוביר איך אריינצורעדן אין א נושא וואס איך האב זעראו ידיעה (הגם איך רעכן ארויסצוגיין פון דא א קענער) אבער ווי קען מען איבערלאזן די באקאנטע קשיא אויף די טייטש פון די ברכה אין ברכות השחר "אלו-ק נשמה שנתת בי" וואס איז לכאורה שווער, ווער זאגט די ברכה? דער גוף, דער חומר ער ווייסט אפי' צו שעצן די נשמה, ווידער די נשמה, פאסט דאך נישט צו זאגן 'נשמה שנתת בי'.
יבואו המתרצים ויתרצו.
דאנערשטאג ינואר 22, 2009 10:54 am
כבוד ידידי היקר ר' שווים שוועמל שי'
דיין הקדמה איז א ריכטיגער, אז די דאזיגער ענין איז שטארק א האקעלער, און זייער סענסיטיוו,
ממילא איז זייער שווער צי דיסקאסען דעם ענין מיט א ברייטקייט, מ'זאל חלילה נישט פארפארען, אפילו מיט א כלשהו, ווייל עס קען זיך גרעניצן מיט כפירה ח"ו.
אפילו די הייליגע ספר מורה נבוכים, האט מען געהאלטען אין שטיב, ווייל די הייליגע רמב"ם האט דאס געשריבען, אבער מ'האט דאס געבינדען פון די צווייטע זייט,
ווייל טאקע נאר די הייליגע רמב"ם מיט זיין שטאלענעם מוח, האט געהאט קיין פראבלעם זיך אריינלאזען מיט אריסטו און אפאלטו'ס סברה'ס און פיליזאפיע, אבער פאר אונז קליינע מוח'לעך איז דאס ווייט פון פשוט,
ווי אויך איז די הייליגע רמב"ם ז"ל געווען כל כלו אויסגעארבעט, זיין גוף האט שוין געצויגן נאר אויף העכערס, האט ער זיך געקענט ערלויבן אזא געוואגטע שריט, אבער מיר וואס פארשטייען נאך, און האבען ליעב דעם טעיפ 'נשמה פלאם', זעמער נאך נישט גרייט פארדעם,
אפשר ווען אונזער מויל וועט נישט וואסערען פארענט פון א הייסע פיצא, וועט מען קענען אנפאנגען טראכטן דערוועגן, פארלייפיג וועלמער ענדערש אריינגיין אין די אנדערע ענינים וואס די האסט געשריבען, שכר ועונש, תחית המתים, עולם הבה וכד'
יעצט אויף די זאכען וואס די האסט אויסגערעכנט:
וואס איז די נשמה
האט שוין ידידינו ר' פישל גאזאגט, ולא אמרי רבנן בכפילא
ווי איז די נשמה פלאצירט
דאס וועל איך מיך קריגען מיט ר פישל'ן
דאס וואס ער האט מסביר געווען איז ריכטיג, אבער נישט די נשמה, דאס ווערט אנגערופען 'רוח', איעדע דצח"מ האט א רוח, און ווי לאנג עס האט די רוח לעבט עס, איינמאל די רוח איז געענדיגט שטארב דאס, אנגעפאנגען ביים גראזעלע אין פעלד, געענדיגט ביי עוג מלך הבשן, ווידעראום די נשמה, איז נישט פלאצירט עס פארנעמט בכלל נישט קיין מקום, עס איז בלויז רוחני, מער פון רוח, און דאס באקומט נאר א איד, איינס ווען ער ווערט געבוירען, און אצווייטע יעדע שבת קודש (שבת ווערט נתוסף אלע, נר"ן)
חלומות
ווייס איך נישט וואס אונזער ר' פישעלע זאגט, און פון ווי ער נעמט דאס, אז די חברה פירן אים ארום?
מיר וואלטן ענדערש דאס ארויסגעברענגט, אז די רבש"ע האט דאס אריינגעלייגט אין די טבע אז דער גוף ריד זיך אפ, עס ריטשארדש זיך, און אויך דעמאלטס גייט די נשמה ארויף ווי עס ווערט מבואר אין די ספה"ק און פארשרייבט וכו', אבער די חלומות קומט, ווייל דער מענטש איז נישט ממש טויט, נאר דער מוח ארבעט בזעיר אנפין, נישט וואס ער זעהט און הערט און טראכט יעצט, נאר וואס ליגט שוין דארט פון פריער, גייט דאס יעצט איבער, וויבאלד ער איז נישט אין פול פאנקשען, קען ער יעצט נישט אננעמעם פרישע סחורה
הישארות הנפש
איז ווען דער מענטש שטארבט און די רוח טיט זיך אפ גענצליך, און דער איד'ס נשמה גייט ארוף אל מקור מחצבתה, בלייבט איבער א הישארות הנפש אינעם גוף ווי ערקלערט אין די ספרים באריכות, ווילאנג וכו'
די נשמה פלאם טעיפ
........................................ (פארשטאנען??)
מאנטאג ינואר 26, 2009 1:27 pm
שוועמל האט געשריבן:..איך בין יעצט זייער מיד. אין די קומענדיגע שורות האף איך בע"ה צו באשרייבן יסודות'דיגע ענינים...
כבוד ר' שוועמעלע שי'
מיר ווארטען מיט [אן] געדילד אז אייער מידקייט זאל אויסוועפען
דאנערשטאג ינואר 14, 2010 3:21 pm
לאשר היה לאחרונה שיחת הבריות בענין ה'דיבוק' חשבתי לפתוח אשכול שירכז את המובא והמסופר בספרות התורנית בענינים אלו,
וזה יצא ראשונה באדיבות היברובוקס
הוצאת דיבוק ע"י החת"ס שמסופר ע"י הגרעק"א שלזינגר,
ושאר המלאכה אני מניח לטובי הידענים שבכאן שימלאו אסמינו בר
דאנערשטאג ינואר 14, 2010 9:23 pm
אפשר פיט עס אריין אין דעם אומגעענדיגטן אשכול (אומאנגעהויבן)..
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic
דאנערשטאג ינואר 14, 2010 9:49 pm
נעמענדיג הרב שוועמעל'ס פארלאנג און באטראכט האט מען צוזאמען געשטעלט די לעצטע צוויי תגובות מיט א פריערדיגע אשכול וואס האט באהאנדעלט דער זעלבע נושא
הגבאי
דאנערשטאג ינואר 14, 2010 9:59 pm
דער תגובה איז גענומען פון דער 'דיבוק תש"ע' אשכול
פרייליכערהייט האט געשריבן:דרך אגב דא האט איר דעם ספר מנחת יהודה. פון הרב יאודה פאתי' ז"ל, דאס איז דער זיידע פון דעם מקובל הרב באצרי, ער רעדט דארט שטארק און ברייט ארום איבער די גאנצע ענין פון דיבוקים וכו',
דא האט איר
פרייטאג ינואר 15, 2010 2:11 am
ייש"כ להגבאי אויפן צאמשטעלן דעם נושא אין דעם ריכטיגן אשכול
כאמור לעיל יש אריכות בכל הנושאים, שהזכיר רב 'שוועמל' בהודעת הפתיחה, בינתיים
בענין החלומות (באדיבות היברובוקס)
ספר 'החלום ופתרונו' ספר ערוך המקיף כל עניני החלומות ומביא הן מדברי חז"ל והן מדברי חכמי המחקר הפסיכולוגיא והפילוסופיא, בנושא זה, ספר מעניין מאוד, שחיברו ר' מנחם נחום מאיצקאן-שטפנשט דמות מעניינת מאוד במשפחת אדמור"י שטפנשט, ואולי כבר דיברו ממנו ב'על הצדיקים', הוא חיבר גם ספר 'על היופי' (לא נמצא בהיברובוקס) שמוקדש לנושא היופי והאסתטיקה ביהדות, ועוד,
פרייטאג ינואר 15, 2010 7:13 am
איידערן זיך אריענטירן דאהי, ערשט ר' שוועמל א דאנק פארן אפירברענגען ידידינו ר' יענקל'ען, און צו ר' יענקל שלום עליכם א איד, ווי מיס יו.
פרייטאג ינואר 15, 2010 7:59 am
מיללער האט געשריבן:ניטאמאל פרוביר איך אריינצורעדן אין א נושא וואס איך האב זעראו ידיעה (הגם איך רעכן ארויסצוגיין פון דא א קענער) אבער ווי קען מען איבערלאזן די באקאנטע קשיא אויף די טייטש פון די ברכה אין ברכות השחר "אלו-ק נשמה שנתת בי" וואס איז לכאורה שווער, ווער זאגט די ברכה? דער גוף, דער חומר ער ווייסט אפי' צו שעצן די נשמה, ווידער די נשמה, פאסט דאך נישט צו זאגן 'נשמה שנתת בי'.
יבואו המתרצים ויתרצו.
די קשיא האט דאך שוין הרה"ק מהרי"ד מבעלז געפרעגט. דענק איך נישט די תירוץ.
---
אין ניו יארק טיימס מאגאזין איז געווען א
לענגערע ארטיקעל איבערן פטירה פון א מענטש, דארט בתוך הדברים זאגן זיי אז מ'האט געלייגט א מענטש אויפ'ן וואגשאהל און ווען די נשמה איז ארויס האט ער פארלוירן אפאר אונסעס, צו ווייניגער אפי' וואס דאס איז דער וואג פון די נשמה...
פרייטאג ינואר 15, 2010 8:11 am
יוסלמאן האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ניטאמאל פרוביר איך אריינצורעדן אין א נושא וואס איך האב זעראו ידיעה (הגם איך רעכן ארויסצוגיין פון דא א קענער) אבער ווי קען מען איבערלאזן די באקאנטע קשיא אויף די טייטש פון די ברכה אין ברכות השחר "אלו-ק נשמה שנתת בי" וואס איז לכאורה שווער, ווער זאגט די ברכה? דער גוף, דער חומר ער ווייסט אפי' צו שעצן די נשמה, ווידער די נשמה, פאסט דאך נישט צו זאגן 'נשמה שנתת בי'.
יבואו המתרצים ויתרצו.
די קשיא האט דאך שוין הרה"ק מהרי"ד מבעלז געפרעגט. דענק איך נישט די תירוץ.
נאמר משמי' דהרה"ק השר שלום מבעלזא זי"ע ששאל אותו בנו הרה"ק מהר"י זי"ע בימי ילדותו, על מה שאנו אומרים בכל יום אלקי נשמה שנתת בי טהורה היא, ולכאורה יש להתבונן מי אומר זאת, אם הגוף, הכי יש כח ודעת בחומר עכור להלל ולשבח ליוצרו, ואם הנשמה, הרי מהלשון נשמה שנתת בי משמע שאין הנשמה אומרת זאת, והשיב לו אביו, כי אם האדם זוכה ללכת בדרכי ה' ולשמור תרי"ג מצוותיו וחוקותיו, מזדכך הגוף ונהפך לצורה ויש בו דעת לשבח ולפאר ליוצרו.
פרייטאג ינואר 15, 2010 8:28 am
איך פארשטיי נישט אזוי גיט די קשיא; עס נישט די גוף, די גוף קען נישט רעדן אדער טראכטען, עס איז א שטיק שטיין. עס איז די נפש (Conscience), אויך ווערט דאס אנגעריפען נפש הבהמית.
לעצט פאראכטן דורך
ברוקלין אום פרייטאג ינואר 15, 2010 9:17 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
פרייטאג ינואר 15, 2010 9:05 am
ר' שלמה אהרן פר"מ ז"ל אין זיין נפלא'דיגען חיבור 'מראה אש' ברענגט ער עטלכיע מעשיות פון דיבוקים וואס ער האט מיגטעהאלטןף איינס פון ר' דוד'ל טאלנער זצ"ל און דאס צווייטע דאכציך פון שינאווא רב, איינער קען אפשר ברענגען מער פרטים ווייל אויף היברו-בקוס זעה איך עס נישט.
פרייטאג ינואר 15, 2010 9:11 am
לאמיר טרייען מסביר צי זיין די זאך אבסיעל פראקטיש, אין אויב עס איז נישט אויסגעהאלטען בין איך מבטל דעתי.
אלע רצונות ותשוקות, אויסזעהן וכדומה פין די מענטש, אין פין יעדע זאך אויף די וועלט, איז אדער מצד טבעו (אזוי איר ער געבוירען) אדער מצד הרגילו שנעשה כטבע שני. (Nature or Nurture).
לאמיר מסביר זיין די חלקים וואס קימען מצד טבעו שברא הקב"ה.
היינט זעט מען עס בחוש (ודבר זה כבר מבואר בספה"ק, ובפרט באוחה"ק) אז טבע פין נאטורן אין אויך די אויסזעהן וכו' קימט פין א פריערדיגע טבע. ד.ה. עס איז דא א זאך אין די מענטש וואס דאס מאכט עם ער זאל האבען א רצון צי טיען חסד – למשל. אזוי איז יעדע מידה, תשוקה, נאטור וואס קימט מצד טבעו - איז מצד עס איז דא אזאך אין די מענטש וואס מאכט עם ער זאל דאס וועלען טיען.
ביז פאר 30 יאר צוריק בערך, האט מען געהאלטען עס איז נאר Genes אדער"קעמיקעלס". שפעטער האט מען געזען אז די יסוד פין די קעמיקעלס איז נאך א טיפערע דינערע זאך ווי DNA. עכ"פ ווי מער צייט עס גייט דורך זעט מען אז די יסודות איז דק ודק יותר ביותר. די DNA (די ערשטע דינע קליינע יסוד הגשמי וואס מ'ווייסט היינט) איז דא אין די מענשט יעדע רגע ממש.
אין אוחה"ק ועוד, שטייט עס די ערשטע יסוד פין די אלע זאכען איז א רוחנית'דיגע מציאות. (רחניות מיינט א געוויסע מציאות וואס מ'קען נישט זען, הערן, שמעקען, טאפען, מחמת דקותם. נאר הייליגע מענטשען קען דאס משיג זיין.)
נישט נאר די נאטור אין אוסזעהן קימט פין א געוויסע דינערע מציאות (כח), נאר די גאנצע מהות והישות קימט פין א געוויסע דינערע מציאות וואס דאס מאכט די גוף פין יעדע זאך (כך מבואר בספה"ק, וכמדומה החוקרי הטבע מודים לזה)
די ערשטע יסוד פין די רוחניתדיגע מציאות איז קודשא בריך הוא (עס שטייט אין די ספה"ק אז הקב"ה איז שוין למעלה מרוחני ג"כ, ולית מחשבה תפיסה ביה כלל).
קימט אויס פין דעם אז א יעדע זאך אין די וועלט האט אין זיך כח אלקי ממעל אפילו אומה"ע, בהמה וחיה, צומח ודומם - יעדע רגע ממש.
וועגען שטייט אין אוחחה"ק אז יעדע זאך אין די וועלט איז משתוקק אין א געוויסע זין לקוב"ה, כמבואר בפרק שירה, משום כל דבר משתוקק למינו, ובפרט לשרשו.
---------------------------------
נאר ביי יעדע זאך איז איז עס "מצומצם", א איד האט אין זיך א חלק אלקי ממש בלי צימצום אין דאס מיינט נשמה. ממילא וועגען דעם איז ער אסאך משתוקק; אין ער קימט צי צים אמת אן אמונת טפילות ווי ביי די גוים; אין ער קען זיך נישט אפרייסען מצד טבעו מהקב"ה כמבואר בספה"ק, וידוע בחוש לכל העמים.
מ'קען נאך מאריך זיין מיט דעם ענין בכמות ואיכות, אין מ'ען ארוסיגיין פין התפעלות ווי מ'זעט וואס רבותינו הקדושים האבען געוויסט מרוח קדשם.
.
לעצט פאראכטן דורך
ברוקלין אום זונטאג ינואר 17, 2010 3:10 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן
זונטאג ינואר 17, 2010 3:04 pm
עוד בענין דיבוקים
השר שלום מבעלז מגרש דיבוקתיאור מעניין מאוד מכלי ראשון! העיקר מה שמעניין כאן הוא ה'גילויים' לא של הדיבוק אלא של השר שלום גופא, כמה גדול כוחם ותפילתם של הצדיקים
דאנערשטאג ינואר 21, 2010 1:22 pm
איך פארשטיי נישט ווי אזוי אין היימישן קרעטשמע האט נאך קיינער נישט באמערקט דעם דגל מחנה אפרים די וואכעדיגע סדרה וואו ער איז אזוי שיין מסביר דעם ענין פון נשמה, און ווי אזוי דער איד איז דערמיט אנדערש פונעם גוי.
זעהט בד"ה ולכל בני ישראל היה אור במושבותם
דאנערשטאג ינואר 21, 2010 3:50 pm
אין דגל מחנה אפרים הנ"ל שטייט אז עס ליגט אין די בלוט, אין ליקוטי אמרים תניא איז משמע עס איז דא 2 חלקים. איינס אין די מח וואס העלפט עם גלייבן, אין די צווייטע אין די לב וואס מאכט עם די הרגשה ואהבה צי השי"ת.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 6:48 pm
איך בין לעצטענס געקומען צו די פאלגענדע פאלעמיק, איז די נשמה רילעיטעד צו די שכל און\אדער דיבור?
און די דיבור, איז דאס רילעיטעד צום שכל אדער א באזונדערע כוח בפני עצמו?
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 10:11 pm
נפש חיה - רוח ממללא
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 10:52 pm
די זעלבע זאך קען מען פרעגן אויף דעם וואס די מענטש ווערט ארויסגעהויבן פון די בהמות אלס מדבר, ס'טייטש די גרעסטע מעלה וואס מען האט געטראפן אויף א מענטש איז זיין רעדן, וואס איז מיט שכל, איז דאס א חסרון? (פרעג נאר אלעזר לאנדא...)
אבער די תירוץ איז ווי קרעמער האט דערמאנט, אז היינו הך, ווייל די שכל אן קיין דיבור איז גארנישט, מען קען דאס נישט ארויסברענגן, און מען קען נישט קלוגער ווערן פון אנדערע,איז דער דיבור דער וואס ברענגט ארויס מעלת השכל.
איך געדענק איינער פון די קדמונים רעדן וועגן דעם, איך קען מיך נישט דערמאנען יעצט אויפן מינוט.
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 11:00 pm
מאטעס האט געשריבן:ייש"כ להגבאי אויפן צאמשטעלן דעם נושא אין דעם ריכטיגן אשכול
כאמור לעיל יש אריכות בכל הנושאים, שהזכיר רב 'שוועמל' בהודעת הפתיחה, בינתיים
בענין החלומות (באדיבות היברובוקס)
ספר 'החלום ופתרונו' ספר ערוך המקיף כל עניני החלומות ומביא הן מדברי חז"ל והן מדברי חכמי המחקר הפסיכולוגיא והפילוסופיא, בנושא זה, ספר מעניין מאוד, שחיברו ר' מנחם נחום מאיצקאן-שטפנשט דמות מעניינת מאוד במשפחת אדמור"י שטפנשט, ואולי כבר דיברו ממנו ב'על הצדיקים', הוא חיבר גם ספר 'על היופי' (לא נמצא בהיברובוקס) שמוקדש לנושא היופי והאסתטיקה ביהדות, ועוד,
אין אברבנאל (דאכצעך פרשת מקץ) איז דא א לענגערע ביאור איבער חלומות.
(אפשר איז כדאי צו צעטיילן די צוויי אשכולות חלומות און דיבוקים, אולי וועט עפעס ווערן פון יעדן באזונדער.)
דאנערשטאג אוגוסט 04, 2011 11:01 pm
שוועמל, דו ביזט צוריק דא אין דיזן אשכול, נו אפשר ביזטו שוין אויסגערוט און דו ביזט ממשיך מיט דיינע רייכע ידיעות.
פרייטאג אוגוסט 19, 2011 4:08 pm
קרעמער האט געשריבן:נפש חיה - רוח ממללא
אויב איז די נשמה דאס רעדן, פרעגט זיך א פראגע צי מלאכים האבן אויך א נשמה.
זיי קענען רעדן - ויאמר אליו מלאך ה'
און זיי האבן שכל - האדם דומה למלאכי השרת בג' דברים... יש להן דעת כמה"ש.
כאטש דאס איז נישט קיין הכרח, קען זיין אז די כוח פון רעדן און שכל איז א זאך בפני עצמו, אדער איז אפהענגיק אין נאך עפעס חוץ נשמה.