כשרות: ווערים אין מאכלים

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

רבי משה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 20, 2014 9:56 pm

תגובהדורך רבי משה » דינסטאג פאברואר 14, 2017 12:25 pm

צו געזונט האט געשריבן:בדיקת תולעים איז, וויפיל איך האב געלערנט, מה שהעין רואה.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל סימער אויסגעקומען לעצטנס זעהן מענטשן, וואס איך שטעל מיך פאר אז זיי ווייסען נישט וויאזוי מען קוקט פאר ווערים. איינער זאגט מיר אז מיט א פארגרעסערונג גלאז זעהט מען ווערים. א פארגרעסערונג גלאז איז נישט קיין אויג לויט הלכה. טראץ וואס ביי אן אתרוג קוקען מענטשן, אבער דאס איז צוליב הדר שבהדר, בכלל נישט אלס טייל פון די בעיסיק מצוה. און אויב גייסטו אויף דעם וועג פון פארגרעסערונג גלאז און טעלעסקאופס, דאן ברויך מען אטעמען מיט א 10,000 מיקראן פילטער אויפן מויל.

טרויבן איז די מציאות אינטערסאנט, היות כי לא חכם אני ווייס איך נישט די הלכה,
עיני ראו ולא זר, יעדע טרויב האט פינטעלעך, קוק אויף א גרינע טרויב וועסטו זעהן ברוינע פינטעלעך.
בשעת סהאט זיך אנגעהויבן די שערוריה פון טרויבן האב איך געקוקט אויף א מייקרעסקאויפ וואס פארגרעסערט דאכט זיך מיר 200 מאהל, און איינע פון די פינטלעך איז געוועהן א ווארים, אמת סאיז אינו נראה לעיניים די ווארים, אבער די זעסט דאך אז עפעס איז דא דארט מאן יימר אז דאס הייסט אינו נראה לעיניים, יבאו המבוררים ויבררו את המבורר.....

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מאי 30, 2019 6:59 am

איינער ווייסט צו זאגן פון א חשש פון ווערים אין Bay Leaf?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 30, 2019 7:46 am

געוויס, הדברים ידועים, די ליעף מיינערס
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
nmi
שר האלפיים
תגובות: 2148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:13 am

farshlufen האט געשריבן:געוויס, הדברים ידועים, די ליעף מיינערס

א דאנק.

טובי' מאיר ניימאנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 5:34 pm
פארבינד זיך:

בס"ד

תגובהדורך טובי' מאיר ניימאנן » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:31 am

איך קוק מיך צו צו די וויכוחים, איין זאך איז זיכער אז כמעט אלע שרייבערס זענען יונגעלייט נישט מיין גיל, ובפרט די קולא זיכערס, וויא אויך זענען מיר אלע עמך אידען נישט מורה הוראה'ס, הגם עס זענען דא היבש תלמידי חכמים און לומדים אבער נישט רבנים יושבי על מדין וויא התאחדות וכדו'
יעצט קוקט אהער, דער ענין פון ווערים איז זייער א שווערער ענין מוראדיג קאמפליצירט און אויך אסור בכמה איסירי דאורייתא, און דער פסוק זאגט כי אני ד' המעלה וגו' אז פאר דעם אליינס אז מיר זענען נזהר אין שרצים האט זיך געלוינט יציאת מצרים, אויב אזוי פארשטייט זיך אז עס איז למעלה מהשגתינו און מען ברויך משונהדיגע זהירות,
כלל 2: די אלע כלל רבנים זוכען גרינגער צו מאכען - נישט שווערער חס ושלום - און פאר זיי קומען ארויס מיט א סטעיטמענט וועט מען זיך צאם זעצען און בכובד ראש דן זיין, און בדרך כלל וועט מען נישט מחמיר זיין אויב מען ברויך נישט, אויסער פסח - און פאר דעם האלטען זיי זיך צוריק פון געבען השגחה אויף פסח אויב עס פעלט נישט אויס,
כלל 3: עס ווענט זיך אין סיזענס, קלאר אזוי, וויא אויך פון וויא עס קומט, למשל טשילע טרויבען זעהט מען קלאר אז עס איז פיל פיל מיט מילבען, מען זעהט אזוי וויא שפין געוועבעכס וואס דאס מיינט מילבען,

מפעם לפעם זעהט מען מעוררים אויף א געוויסע מאכל אבער עס איז נישט פון די באקאנטע בעלי מכשירים, אזא צייט טשעקט מען מיט התאחדות אדער O U, און אויב זיי זאגען אז עס איז גוט, טוט וואס איר ווילט,

א לאנגע צייט איז מיר קשה געוועהן, האט דען דער רבוש"ע באשאפען די כשרע מאכלים אז מיר זאלען עס נישט קענען עסען, וויא למשל ROMAIN LETTUCE, עס איז דאל מוראדעג געזונט, איינע פון די תירוצים איז, יא דו קענסט עס עסען אבער נאר אויף דעם וועג וויאזוי מען קען און אויך נאר ווען מען קען, פאר דעם זענען מיר אידען,
איין עצה איז מתפלל זיין מען זאל נישט נכשל ווערען, אבער דאס איז זיכער, מען טאר עס נישט אוועק מאכען כלאחר יד, מיר האבען ברוך השם גענוג וואס צו עסען בתכלית הכשרות,
אבער נאך אמאל נישט יעדע נארישקייט ברויך מען אננעמען אפילו עס איז געדריקט שווארץ אויף ווייס אין די צייטונגען, למיחש בעי און מען רופט אריין בדץ אדער התאחדות ועוד,
ביטע לאזט אייך הערן, רופט 1718-682-2052 #4 לאזט איבער אייער פידבעק בנוגע דעם האט-ליין

אוועטאר
שכל הישר
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » דאנארשטאג מאי 30, 2019 8:47 am

וואס איז די סטאטוס פון blueberry?

דממה דקה
שר האלף
תגובות: 1691
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג מאי 30, 2019 9:32 am

טובי' מאיר ניימאנן האט געשריבן:א לאנגע צייט איז מיר קשה געוועהן, האט דען דער רבוש"ע באשאפען די כשרע מאכלים אז מיר זאלען עס נישט קענען עסען, וויא למשל ROMAIN LETTUCE, עס איז דאל מוראדעג געזונט, איינע פון די תירוצים איז, יא דו קענסט עס עסען אבער נאר אויף דעם וועג וויאזוי מען קען און אויך נאר ווען מען קען, פאר דעם זענען מיר אידען,

איך כאפ נישט די קושיא, אויב איז עס אסור צו עסן איז עס פונקט ווי אלע אנדערע עסן וואס איז אסור, און אויב עס איז מותר איז עס מותר.

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דאנארשטאג יוני 06, 2019 7:41 am

blueberry איז שארק אינפעסטעד מען טאר עס נישט עסן. פאר די אלע וואס פרעגן מה יום מיומים, די לעצטע פאר יאר איז מין אויפגעקימען די תירוץ אויף דעם איז אז דאהי אין אמעריקא איז די כשרות סטענדארט אלעמאל געווען גאר שוואך ס'גשטעלט דעווארן אויף קולות ובדיעבד, נאר להציל מה שאפשר, אין ארץ ישראל הרב לנדא אין בד"ץ עדה החרדית האבן רוב דיע זאכן שוין לאנג געאסרט, רב לנדא האט געפירט א מערכה מיט חסל'ט אז סאיז טאקע בעסער אבער נישט כשר, אין זיינע געשעפטן פין פרוכט איז איינע פין אויפגאבעס פין די משגיחים געווען איבערקיקען ווערים, סעלערי, בלובערי סטרובערי, טרויבען, קארן, געווען בל יראה ובל ימצא, אזוי אויך ביי די עדה.
דאהי האט א אינגערמאן געדארפט פרנסה אין איז געווארן א משגיח אויף ווערים, נאך 2 יאר האט ער אויסגעפינען אז ער ווייסט בכלל נישט וואס מיינט א ווארעם, אין פין דעמאלטס האט ער זיך אריינגעלייגט אין דעם אין געמאכט א מהפכה, אין ער טרענירט משגיחים, אין האט א אייגינע השגחה לעניני תולעים, דער אינגערמאן איז אריבער צי אלע ערנסטע רבנים אין זיי געוויזן די ווערים אין רוב האבן איינגעזען אז ער איז גערעכט, אין אז רוב משגיחים וויסן נישט וואס זיי טוען בכלל, אין אויך איז אין די שטרענגע השגחות דא א גרויסע חילוק וויפיל מ'איז בודק צי מאכ'ן א חזקה אויף די איבריגע, הרב וויא אין ארץ ישראל האט אויך א האנט אין דעם אז מען איז מער מחמיר היינט, אבער ער מיט הרב לנדא זענען זיך נישט אויסגעקימען הרב לנדא האט געהאלטן אז ער איז אין אסאך זאכן מקיל, אין ביי די הערינג איז בכלל נישט קיין פראבלעם מען מעג עס עסן לכתחלה.

ווער איז דאס
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 11, 2018 9:12 am

תגובהדורך ווער איז דאס » דאנארשטאג יוני 06, 2019 11:01 am

צוויבעל איז שטענדיג דא ווערים אדער סיזענס?

רוח נכאה
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 8:35 pm

תגובהדורך רוח נכאה » דאנארשטאג יוני 06, 2019 11:15 pm

הרב לנדא זצ"ל האלט אויב עס איז א צווילינג איז עס ווערעמדיג, אויב נישט דעמאלטס דארף אראפנעמן די ערשטע צוויי רינגען, אינדערנאך אביסל איבערקיקען, עס ווענט זיך פין ווי די צוויבל קימט אין די קוואלעטי, שיינע גרויסע צוויבל פין שפאניא grade aa זענען ווייניגער ווערעמדיג.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט