עניני ניטל והמסתעף
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- יואל ווייס
- שר האלף
- תגובות: 1213
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2009 9:25 am
- לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה
מפתח אויף ניטל
די ניטול אשכול
שאלה בהלכה: מהו דין של בית תיפלה של גוים בזמנינו?
רבים פנויים ממלאכתם: א מכה אשר לא כתובה בתורה....
נייע סייט: הסתר תגובות שחוק/הסתר תגובות דברי תורה
ניטל, קנ"א ראדיא פראגראם
ניטל, אויפן ריכטיגן שטייגער
ניטל נאכט שיעור אין מוזיק טעאריע?!?
מוצשב"ק ניטל, וואס איך גיי טון
ארכילאגישע אויפדעקונג אדער בלאף (קבר פון אותו האיש)
דער שאך שפיל און איר היסטאריע
דער "קוויטל שפילן" אשכול!!!
גיימער לויפן די ברידזש....(ניטל)
בעה"ב טייערע, האלסט ניטל? אבער לאמיכאפ!
בלויז פינעף מינוט פארבליבן
"ניטל" שפילן שאך אנליין
****ניתל/ניטל****

אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
- msp
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18061
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
- לאקאציע: בין גברא לגברא
כ'געדענק פון מיינע בחורישע יאהרען
כ'האב געלערנט אין קול תורה שנות מ"ד מ"ה
איז דער זיסער צדיק כ"ק מרן אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זי"ע
אוי אוי שרייבענדיג יעצט כאפט מיר בענקענישען אין מאגען....
על כן המו מעי לו....
דער רב ז"ל געקומען אויף דריי שבתים קיין ארץ ישראל
א באס קאמפאני האט ארגאניזירט באסעס קיין בת ים
דריי לעכטיגע שבתים פארברענגט אין קרית באבוב
שבת שירה מיט חמשה עשר
כ'האב באקומען אתרוג פון רב ז"ל
זוכה געווען צו געבען א קוויטעל צום רב ז"ל ביים כותל מערבי
ער האט ווארם געווינטשען...
עכ"פ די קבלת פנים איז געווען אין בת ים אויף ניטל נאכט
האט דער רב ז"ל געשמועסט און דערמאנט אז ניטל לערנט מען דאך נישט
אנדערע זאגען אז שבת מעג מען יא לערנען
און אנדערע זאגען אז אין ארץ ישראל גייט נישט אהן ניטל
האט דער רב ז"ל געזאגט ער וועט חלילה נישט מתיר זיין זיצען און לערנען גמרא רש"י תוספות
אבער טייטשען א פסוק אין א שמועס קען מען יא סומך זיין
אין יענע צייט איז געווען דער חנוכת הבית אין ירושלים פון ביהמ"ד אויף רחוב חגי
און א הכנסת ספר תורה אין בני ברק
ווער נאך געדענקט די נסיעה פון רב ז"ל?

חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
עס איז גוט שפעט, אבער מיר וואלטן געקענט נוצן א שאץ מאץ ארטיקל "א טאטע ביים ניטל'דיגן שבת טיש"
אדרבה, זאל מען דא אויפברענגן טעמעס צו שמועסן מיט די קינדער אין אזא נאכט (מיט די קלענערע גייט מען שפילן "יא ניין נישט שווארץ ווייס"... מיט די גרעסערע קען מען אפשר רעדן די היסטאריע פון ניטל, דעם מנהג ישראל פון נישט לערנען, די פארשידענע ניטל'עך. אפשר רעדן אביסל "שפראך", אויסלערנען וויאזוי מען זאגט פארשידענע ווערטער אין אידיש/לשון הקודש)

- סיגוט
- שר חמש מאות
- תגובות: 534
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 18, 2011 11:11 am
- לאקאציע: אין מארמאראש
אויפריכטיג האט געשריבן:איך האב אמאל געהערט א שיין ווארט פון כ"ק אדמו"ר מהר"א ט"ב מסאטמאר שליט"א, אז ביי יעקב און עשו שטייט אז כשהיתה עוברת בית ע"ז עשו מפרכת לצאת וכשעוברת בית המדרש יעקב מפרכת לצאת, איז שווער מילא עשו האט געוואלט ארויסגיין, אבער יעקב האט דאך געלערנט תורה פון דעם מלאך דארט, טא וואס איז די געיעג ארויס. האט ער געענטפערט אז וויבאלד דער רשע האט געוואלט ארויסגיין און אראפקומען אויף דער וועלט איז דאך ניטל טאר מען נישט לערנען האט יעקב אויך געוואלט ארויסגיין.
(איך געדענק נישט פונקטליך די אריכות אבער בערך אזוי)
ווייל די מלאך האט נישט געקענט לערנען ווייל ס'איז געווען ניטל
מער באריכות האט מהר"א שליט"א געטייטש ס"ג ויחי תשס"ז (שחל בו תקופת טבת) געדרוקט אין די וואכעדיגע קול התאחדותינו
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35281
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24396
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
חקירה אין ניטל
ב"ה ניטל תשע"ב לפ"ק (?)
פאלגענד איז מיין שאלה בעניני ניטל:
צי איז ניטל דער נאמען פונעם טאג, וואס דאן איז געשען די פאסירונג (שניטל מן העולם או שאר הטעמים ואכמ"ל), נאר בלויז עטליכע שעה דערפון איז אסור בלימוד התורה ושאר ענינים, אדער וועט מען זאגן אז דער שם ניטל איז בלויז אויף די עטליכע שעה וואס איז אסור בלימוד התורה, אבער אין די אנדערע שעות ווערן נישט אנגערופן בשם ניטל.
איר פרעגט למאי נפקא מינא? - קודם כל, אין א צייט ווי היינט, ווען יעדן טאג קומען ארויס ספרים פול מיט שטותים פון יעדן קליינעם ראש-ישיבה'לע אדער ישיבה בחור'ל, וואס פיל פון זיי איז נישט נוגע להלכה, מעג איך אויך פרעגן לחידודא בעלמא, צו וויסן ווען איז ניטל, וואס בעצם איז דאס תורה וללמוד צריכים.
אבער עס זענען אויך פאראן חילוקים להלכה, למשל אויב שרייב איך א בריוו אום ניטל (?) פארמיטאג, צי דארף מען שרייבן "יום ניטל תשע"ב לפ"ק" (למשל), אדער איז דאס נישט ניטל און בלויז די שעות ווערן גערופן מיטן נאמען ניטל, וואס דאן וועט זיין דער פשט אז ניטל איז נישט קיין נאמען פון א טאג, נאר פון א געוויסע צייט אפשניט וואס מען טוט געוויסע זאכן.
אצינד קען מען שפינען די שאלה ווייטער: אויב וועלן מיר אננעמען אז די גאנצע טאג הייסט ניטל, צי וועט מען רעכענען לויטן גוי'אישן טאג - דאס הייסט פון צוועלף ביינאכט ביז צוועלעף ביינאכט, אזוי ווי די גוים ציילן זייער טאג. די סברה זאגט אז מען וואלט אפשר אזוי געדארפט ציילן, פשוט ווייל אין ניטל גייט מען לויטן טאג וואס די גוים האלטן זייער חאגע און דאס איז דאך דער יסוד המחלוקת צווישן די צוויי ניטלען, אדער אפשר וועט מען איינטיילן די זאכן און זאגן אז ניין! בלויז אויפן טאג קוקט מען אויפן גוי'אישן דאטום, אבער וויבאלד מיר ווייסן דעם אמת אז היום הולך אחר הלילה, וועט מען נישט האלטן אזוי?
תלמידי חכמים! נעמט אייך צו דער ארבעט.

זיס האט געשריבן:ב"ה ניטל תשע"ב לפ"ק (?)

עס איז פשוט אז די אלע שיינע רמזים זענען לחידודא בעלמא, און רעפרעזענטירן נישט דעם מציאות. די עטימאלאגיע פון דעם ווארט "ניטל" איז גאנץ קלאר אז עס שטאמט פון די פארשידענע פארמאטן פון דעם ווארט "נאטאליא" וואס באדייט דעם טאג פון געבורט, וואס אזוי איז יום אידם גערופן געווארן.
דעריבער איז פשוט אז דאס ווארט "ניטל" האט נישט קיין שייכות מיט דעם מנהג נישט צו לערנען אין א געוויסער צייט, נאר עס איז דער נאמען פון דעם טאג ווען מאנכע פירן זיך מיט די פארשידענע מנהגים. זע וויינרייך אז ער טייטשט דעם ווארט christmas - ניטל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35281
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- מומחה יוחס
- סגן ראש הקהל
- תגובות: 24396
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
- לאקאציע: דא אינעווייניג
מומחה יוחס האט געשריבן:הגה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל גאב"ד עדה החרדית האט געזאגט אז עס איז איהם מקובל ביז צום שינאווער רב זי"ע אז אפי' סיפורי צדיקים טאר מען נישט דערציילען ווייל סיפורי צדיקים איז אזוי ווי לערנען תורה
בשעת איך האב געשריבן האב איך נישט געדענקט די מקור איך האב נאר געדענקט פין ווען איך האב געלערנט אין ישיבה האט געהאנגען א צעטל וואס איז געשטאנען די אויבערדערמאנטע זאך
האב איך הנאה געהאט די שבת זעהנדיג אין דער בלעטל מבאר רבותינו ברענגט פין די ספר עטרת יהושע שטייט מין דעם לשון "כשחל ליל ניטול בשבת לא השמיע [כ"ק הגאב"ד רמ"א פריינד זצ"ל] דברי תורה על השלחן ואמר שגם אין לספר אז סיפורי צדיקים שגם הם בכלל דברי תורה"
לעצט פארראכטן דורך מומחה יוחס אום זונטאג יאנואר 08, 2012 8:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
קארל האט געשריבן:סיגוט האט געשריבן:ליל ש"ק תשס"ו איז געפאלן ניטל און אדמו"ר מהר"א שליט"א האט דענסטמאל פארציילט סיפורי צדיקים
פון האדמו"ר מסאטמאר שליט"א איז נישט קיין ראיה, וויבאלד ער האט דאך אויף אנדערע זאכן אויך נישט מקבל געווען די פסקים פון האדמו"ר רמ"א פריינד ז"ל.
דא ווערט ס"ה אויסגעשמועסט מנהגי צדיקים, און יעדער ברענגט פאר זיך א ראי' פון וועלכן רבין/רב/דיין ער וויל
ס'איז דא טויזנטער אידן וואס האבן נישט מקבל געווען די פסקים פון הגרמ"א פריינד גאב"ד ירושלים
און ווידער אום זענען אויך דא טויזענטער אידן וואס האבן נישט מקבל געווען די פסקים פון האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א
איך גלייב די תגובה איז געשריבן געווארן פאר שומעי לקחו וסרים למשמעתו וואס ווילן וויסן ווי אזוי ער האט זיך געפירט
אגב דאכט זיך ס'איז דא א דרשה פון רביה"ק בעל ברך משה פון ליל ניטל תשל"ט ביי עפעס א דינער (אםשר בנות ירשולים, איך דענק נישט זיכער) ווי דער רבי האט פארציילט סיפורי צדיקים