הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

נפש. האט געשריבן:
שוועמל האט געשריבן:מיין שוועסטער קען דאוזען.
כ'על איר הייסן דאוזן צי דאוזן איז אסור צי נישט. געווענליך ענטפערט עס נישט אזוינע פראגעס.
די קייטל בלייבט שטיין.

הרב מענדלאוויטש זאגט בתוך הדברים אן עצה ווי אזוי מ'קען טעסטן צו ס'איז א טבע אדער קוסם, אז בשעת מ'מאכט דעם דאוזינג זאל דער קליענט טראכטן א גאנצן צייט "אין עוד מלבדו" "אין עוד מלבדו" "אין עוד מלבדו" אויב ארבעט נישט די דאוזינג איז עס א קלארע באווייז.

איך ווייס נישט וואס הרב מענדלאוויטש האט ארויסגעברענגט.

די מעשה פון "אין עוד מלבדו" איז באקאנט אז הרב הצדיק ר' דניאל פריש זצ''ל האט געליטן פון קרומע פינגער'ס אויף די הענד אויף א משונה'דיגע פארנעם,
האט מען דעמאלטס גערעדט פון א פרוי וואס האט באוויזען וואונדער מיט די ענינים, ער האט אבער חושש געווען פאר כישוף, האט ער מחליט געווען אז בשעת די בהאנדלונג וועט ער זיך מדבק זיין מיט די ענין פון ''אין עוד מלבדו'' על פי הנפש חיים אז עס קען קיין שלעכט פאסירן ווען מען איז זיך מדבק אין אין עוד מלבדו וכידוע מהרב מבריסק זצ''ל בשעת מלחמה.

למעשה האט ער אזוי געטון און וואונדער איבער וואונדער זי האט געזאגט אז זי פילט אז זי קען גארנישט טון...

איך האב געהערט פון א איד וואס האט גערעדט מיט א זוהן פון הרב הצדיק ר' דניאל פריש זצ''ל און ווי ער זאגט האט זיך דעמאלטס גערעדט פון א ערענסטע חשש כישוף ווייל זי האט בוואוזען עפעס מופסים וואס ''קיינער'' האט נישט באוויזען, און קלאר מען האט נישט גערעדט פון ענערדזי- דאוזינג און וואס די די היימישע עולם איז עוסק
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

Amazing האט געשריבן:....................און קלאר מען האט נישט גערעדט פון ענערדזי- דאוזינג און וואס די די היימישע עולם איז עוסק

פון ווי שטאמט דער היימישער כשר'ר ענערגי?
עס האט עפעס א יסוד אין מציאת וואס מען קען זעהן מיט גשמיותדיגע אויגען?
איז דאס אזוי ווי sound. light. electricity, nuclear, x ray וואס מען קען מעסטען מיט אינסטרומענטען?
אדער איז דאס עפעס א כעין רוחניות מצד הקדושה?
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 12:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


shalsheles
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

[quote="קיקיון"]אן אוסף פון מאמרים וכתבים פון הרה"ג ר' חיים ישרא' בעלסקי וועגען דעם חומר האיסור פון אלע ALTERNATIVE MEDICINE
ער האט מברר געווען דעם מציאות אז עס איז אלעס עבודה זרה און כישוף.[quote ]
Wow! לאמיר האפן אז עס וועט ארויסקומען אין לה״ק אויך.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

shalsheles האט געשריבן:Wow! לאמיר האפן אז עס וועט ארויסקומען אין לה״ק אויך.

פלוני אין אישי האט געשריבן: ... א איד אין סקווירא, ר' יעקב יוסף טויב, האט ארויסגעגעבן א ספר ממש אויף די זעלבע נושא אויפצואווייזן די זעלבע זאך אז ס'איז אסור
בעידודו של ר' מתתי' וואלפבערג

ר' מתת' איז א לויער וואס וואינט אין מאנסי
לעצט פארראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג נאוועמבער 14, 2017 2:13 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


shalsheles
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

ווי אזוי הייסט דער ספר?
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

אויך געזען לעצטענס א ספר פון איינעם ר׳ רפאל שמערלא (דאכט זיך פון לעיקוואד) מיטן נאמען Alternative medicine in Halacha
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

דער וואס איז נייגעריג וואס דאס איז אין פארוואס מותר אדער אסור
קען זעהן א געשרייבערע פון ערנסטע ת"ח דא און א המשך דא

shalsheles האט געשריבן:ווי אזוי הייסט דער ספר?

האט פלוני נישט געשריבען וועלען מיר מיזען ווארטען אויף זיין תשובה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

עס איז דא א פאר בלעטער בדידי' הוי עובדא
איין קליינע מעשה
מען האט געברענגט פאר הרב בעלסקי ז"ל וואס ער ריפט במתק לשונו א SANITIZED VERSION פון א בוך
און פונקט האט ער ג'עפענט דארט וווי דער צענזור האט נישט באמערקט אפענע הסתה לעבודה זרה
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

הג"ר יצחק מאיר מארגנשטערן שליט"א פון ירושלים האט זיך אריין געלייגט אין די נושא פון תשס"ו, און אראפ געברענגט מומחים מיט חוקרים יידן און גויים ביי איהם אין שטיב און חוקר געווען די גאנצע ענערדזשי נושא, עד כדי כך אז אפילו ר' מרדכי גראס גאב"ד חניכי הישיבות ב"ב וואס האט געפאסקענט להיתר, האט ארויף געשיקט שליחים זיך דורך רעדן מיט עהם על כל צעד ושעל מרוב בקיאותו במציאות הענין.
ער האט געשריבן אפאר תשובות לאיסור, און האלט זייער שארף קעגן דעם, בפרט מאיסור קוסם, ער האט מיר דערציילט אז בזמנו האט ער געשיקט זיינע תשובות צו הרב וואזנער זצ"ל, און איין טאג האט ער באקומען א טעל' קאל אין שטיב און הרב וואזנער אליין איז געווען אויפן ליין, און האט עהם געזאגט אז ער האט דורך געליינט זיינע תשובות און איז מסכים מיט יעדעס ווארט, און כל זמן עס וועט נישט נתברר ווערן קלאר אנדערש איז פשוט אז סאיז אסור בחששות דאורייתא!
עד כאן מפיו של הגה"צ ר' איטשה מאיר שליט"א.
דא קען מען זען די תשובות בספרו שו"ת ים החכמה

אגב, עס איז דא א קלארע פסוק 'עמי בעצו ישאל ומקלו יגיד לו' און א פירוש פון אחד מהראשונים, דער הייליגער חזקוני, וואס שטימט ממש קלאר מיט די מציאות פון פענדיולי"ם (דאוזינ"ג), וזה לשונו בפ' שופטים:
וי"מ מודד מקלו באצבעו או בידו, פעם אחת אומר אלך פעם אחת אומר לא אלך ואם בסוף המקל יארע על לא אלך אינו הולך וזהו אוחז במקלו" עכ"ל.
ולפי דבריו מיינט דאס די פשט פון קוסם וואס שטייט אין די תורה.

אויך צוגעלייגט דא א מאמר פון הרה"צ רבי יצחק משה ערלאנגער שליט"א וועגן דעם, מער בנושא ההשקפה.

יש תחת ידי אויך א סעריע שיעורים צו הערן פון המגיד מישרים ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א ווי ער טוט דורך די זאך אין אפאר שיעורים (ער איז נוטה לאיסור למעשה).
אטעטשמענטס
תמים תהיה ארלנגר - רפואה אלטרנטיבית.pdf
(78.72 KiB) געווארן דאונלאודעד 127 מאל
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

ס'איז מיר אויסגעקומען לעצטענס צו זיין אינוואלווד אין די נושא וועגן ענערגיע, האב איך געהערט אז הג"ר משה זאב זארגער שליט"א איז שטארק נוטה להיתר, ולדעתו אין שום חשש בדבר, איינער קען עס דא קאנפירמען?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

פעלעד האט געשריבן:
יש תחת ידי אויך א סעריע שיעורים צו הערן פון המגיד מישרים ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א ווי ער טוט דורך די זאך אין אפאר שיעורים (ער איז נוטה לאיסור למעשה).


ייש"כ פאר די חומר.

אפשר קענט איר ארויפלייגן די שיעורים פון הרב רייזמאן לזיכוי הרבים.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

בליקענדיג אין איינע פון די געלינקטע סחורה דא האב איך געזעהן אז אפילו ביי די אוסרים מאכן זיי א חילוק פון "סתם" ניצן די זאכן ביז ניצן די זאכן פאר "צורך רפואה".

א שאלה: וואס איז לגבי חולי הנפש? איז עס אייניג ווי חולי/רפואות הגוף, אדער יש לומר ס'קען געמאלט זיין א חילוק להלכה?
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »

זייענדיג באקאנט מיט עטליכע אין די ליין, שפיר איך פאר וויכטיג צו מעורר זיין א נקודה וואס מענטשען כאפען נישט,
אפילו לויט די מתירים איז אין יעדע אפטיילונג פון די סארט זאכן דא חלקים וואס זענען אסור לכו״ע, און עס איז זייער דקות׳דיג.
ממילא ווען מען וויל אננעמען די צד המתירים דארף מען גיין צו א ״איד״ ״ירא שמים״ און ״תלמיד חכם״ און עס איז דא גענוג אזעלכע,
הכל לטובה!
אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 794
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תן חיוך »



בד״וו ר׳ אברהם זצ״ל איז געווען פון די שטארקע מתירים...
נישט קיין סתירה צו דעם קו״ק, כמובן.
הכל לטובה!
Hershy Fogel
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 05, 2017 12:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hershy Fogel »

הרה"ג ר פינחס כ"ץ דומ"ץ קיט"ל סאטמאר טרופ, האט פאראיאר געזאגט א פאר שיעורים אין די נושא, ער האט דורך געאקערט די גאנצע סוגיא אנגעפאנגען פון די פסוקים אדורך געגאנגען אלע ראשונים, און מברר געווען להיתר גמור.
די שיעורם קען מען הערן אויף התאחדות אבריכים דסאטמאר האטליין.
איך האב געהערט אז ער האט געשריבן א קונטרס אויף די נושא וואס ער האט ארום געשיקט פאר רבנים
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

תן חיוך האט געשריבן:


בד״וו ר׳ אברהם זצ״ל איז געווען פון די שטארקע מתירים...
נישט קיין סתירה צו דעם קו״ק, כמובן.


סיז נישט אמת. ר אברהם איז אמאל געזיצן מיט מרת ווידער אפאר שעה צי הערן וויזוי סארבעט אין געזאגט אז ער דארף עס איבערטראכטען נאך אפאר טעג האט ער איר געזאגט אז איך קאן נישט זאגען נישט להיתר אין נישט לאוסר מרת ווידער האט עס אנגענימען אז ער אסרט עס נישט.
אבער זי טענהט אז זייט דעמאלץ האט זי נישט זיך געלערענט מער וועגן אויף דעם האט זי א הסקמה. (איך האב עס געהערט פון הרב ווידער
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
טריליאנער
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 8:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריליאנער »

שמאטע האט געשריבן:בליקענדיג אין איינע פון די געלינקטע סחורה דא האב איך געזעהן אז אפילו ביי די אוסרים מאכן זיי א חילוק פון "סתם" ניצן די זאכן ביז ניצן די זאכן פאר "צורך רפואה".

א שאלה: וואס איז לגבי חולי הנפש? איז עס אייניג ווי חולי/רפואות הגוף, אדער יש לומר ס'קען געמאלט זיין א חילוק להלכה?


ביי רפואה בכלל איז קישוף מיתר.
אבער נאר דארך א גוי
אז דו חלומסט סייווי פאר וואס פון מיליאן חלום פון טריליאן
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

Hershy Fogel האט געשריבן:הרה"ג ר פינחס כ"ץ דומ"ץ קיט"ל סאטמאר טרופ, האט פאראיאר געזאגט א פאר שיעורים אין די נושא, ער האט דורך געאקערט די גאנצע סוגיא אנגעפאנגען פון די פסוקים אדורך געגאנגען אלע ראשונים, און מברר געווען להיתר גמור.
די שיעורם קען מען הערן אויף התאחדות אבריכים דסאטמאר האטליין.
איך האב געהערט אז ער האט געשריבן א קונטרס אויף די נושא וואס ער האט ארום געשיקט פאר רבנים

די שאלה איז נישט נאר אין די ראשונים, נאר אויך אין די מציאות, איך ווייס נישט וויפיל און וויאזוי ער האט מברר געווען די מציאות, אבער זייענדיג נאנט צום נושא האב איך געזען ווי רבנים זענען מברר המציאות דורך הערן פון היימישע מטפלים וויאזוי עס ארבעט און על סמך דעם געפאסקנט, די פראבלעם איז אז די מטפלים לייגען עס אראפ כרצונם און זענען משמיט זאכן וואס די גויים מאכן אלץ עיקר וכדו' וכדו' ממילא האט אזא פסק נישט קיין ערך, לעומת זה זענען דא רבנים וואס האבן דורך געאקערט מציאות הענין סיי ביי די גויים און סיי ביי די יידן.

לגבי רפואה, אפילו את"ל שמותר להתרפאות בכישוף, אבער בקוסם נישט, און לויט אסאך איז דא א ערנסטע שאלה דאו' פון קוסם.

בעצם קען מען זאגן אזוי, די מח' צווישן האוסרים והמתירים ווענט זיך ווי מ'לערנט פשט אין רמב"ם, אין צוויי פלעצער איז דער רמב"ם מאריך צו מבאר זיין מהו קוסם וכו', די אוסרים זעהן דארט ממש ווארט ביי ווארט די מציאות פון די רפואות, און די מתירים שרייען אז נישט דאס איז פשט אין רמב"ם און ער מיינט גאר עפעס אנדערש. קומט אויס א שאלה להלכה ווי לערנט מען פשט אין רמב"ם, ובחמורות כאלו וואלט מען געדארפט א גאון בישראל צו זיך פארלאזן אויף זיין סברא ישרה, און נישט יעדער למדן אדער מו"ץ קען שניידן לויט דעם.
איך האב ביי מיר געשריבן די ביידע מהלכים אין רמב"ם, און האמת, אני הקטן איז מיר זייער שווער צו זען אין רמב"ם דאס וואס די מתירים זעהן...
און לפי האוסרים משום קוסם, איז די איסור אפילו אויב די גאנצע זאך ארבעט לפי הטבע, ווייל קוסם איז א חלק אין טבע ווי דער רמב"ם זאגט נאר סאיז אסור, די מתירים ענטפערן אויף דעם אז קוסם איז טאקע טבע אבער נישט דאס מיינט די רמב"ם.
עי' בבהירות בשו"ת ים החכמה שהבאתי לעיל, דאס איז בערך די נקודת המח' צווישן רי"מ מארגענשטערן מיט הגר"מ גראס.
לעצט פארראכטן דורך פעלעד אום מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 7:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

שמואל בארג האט געשריבן:
פעלעד האט געשריבן:
יש תחת ידי אויך א סעריע שיעורים צו הערן פון המגיד מישרים ר' מנשה ישראל רייזמאן שליט"א ווי ער טוט דורך די זאך אין אפאר שיעורים (ער איז נוטה לאיסור למעשה).


ייש"כ פאר די חומר.

אפשר קענט איר ארויפלייגן די שיעורים פון הרב רייזמאן לזיכוי הרבים.

https://www.dropbox.com/sh/44xrkeq1g6fu ... v583a?dl=0
דאס איז פון שנת תשע"ד
ער האט געזאגט א סעריע שיעורים אויך תשע"ג, אפשר ביינאכט וועל איך האבן צייט עס אפלאודן.

אגב, ער שמועסט ארום נאך אסאך אינטערסאנטע עניינים ווי עין הרע וכדו'.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

קיקיון האט געשריבן:דער וואס איז נייגעריג וואס דאס איז אין פארוואס מותר אדער אסור
קען זעהן א געשרייבערע פון ערנסטע ת"ח דא און א המשך דא

shalsheles האט געשריבן:ווי אזוי הייסט דער ספר?

האט פלוני נישט געשריבען וועלען מיר מיזען ווארטען אויף זיין תשובה



jjt.jpg
jjt.jpg (386.29 KiB) געזען 2877 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

יש לציין אז איך האב באקומען די סיכום פון רי"י טויב שוין מער ווי א יאר צוריק כדי צו באקומען א גוויסע הסכמה דערויף, בזמנו איז עס געווען אביסל צו שרף און שטרענג וואס אפילו האוסרים האבן נישט געהאלטן עד כדי כך, סאיז דא זאכען וואס לפי הרוב איז מותר, כגון די כינישע שטעכן (געדענק נישט די ענגלישע נאמען פונקטליך...).
קען אבער זיין אז זייט דעמאלס האט ער אביסל געטוישט זאכן ביזן ארויס געבן די ספר.

עס איז דא אין די גישעפטן?
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פעלעד האט געשריבן:יש לציין אז איך האב באקומען די סיכום פון רי"י טויב שוין מער ווי א יאר צוריק כדי צו באקומען א גוויסע הסכמה דערויף, בזמנו איז עס געווען אביסל צו שרף און שטרענג וואס אפילו האוסרים האבן נישט געהאלטן עד כדי כך, סאיז דא זאכען וואס לפי הרוב איז מותר, כגון די כינישע שטעכן (געדענק נישט די ענגלישע נאמען פונקטליך...).
קען אבער זיין אז זייט דעמאלס האט ער אביסל געטוישט זאכן ביזן ארויס געבן די ספר.

עס איז דא אין די גישעפטן?

Acupuncture
טאקע אינטערסאמט רובא דרובא ואס ניצען דאס האבען זיך שוין לאנג אפגשאקעלט פון די אמונה טפילה
דא איז וואס די U.S. Department of Health & Human Services שרייבט דערוועגען
-----
קוק אין בילד וועסט די זעהן אן אדרעסס פון ר יעקב יוסף
דא וועסט די זעהן קאנטאקט אינפא פאר דעם יוזם פון דעם חיבור ר'מתתי' וואלפבערג
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעלעד »

ר' 'קיקיון', קענסא אפשר ארויף לייגען פיקטשערס פון די הסכמות?
אדער עכ"פ אונז שרייבן דא ווער זיינען די רבנים וואס געבן הסכמות?
ייש"כ
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15938
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פעלעד האט געשריבן:ר' 'קיקיון', קענסא אפשר ארויף לייגען פיקטשערס פון די הסכמות?
אדער עכ"פ אונז שרייבן דא ווער זיינען די רבנים וואס געבן הסכמות?
ייש"כ

איך האב נישט געזעהן דעם חיבור איך האב נור איבערגעגעבען
וואס פלוני האט געשריבן:viewtopic.php?p=1192166#p1192166

פארבינד זיך מיט ר' י"י אדער מיט ר' ממתי' וואס טוט אין דעם פון אהבת ישרא'
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”