מתבונן האט געשריבן:ווי איך פארשטיי ר' נפש, קוקסטו אן א עבר וואס האט צוגעברענגט צו חולי הנפש, ווי א 'פארברענטן הויז' וואס מען דארף דאס טאקע אראפווארפן און מען קען גארנישט טון מיט דעם. איז לאמיך פארשטיין וואס דו מיינסט.
ענטפער:
מתבונן האט געשריבן:מיינסטו די 'אינדרויסענדיגע פאקטישע געשעענישן, פראבלעמען מיט עלעטערן וואס מען וואלט געוואלט זיי זאלען זיך אנדערש אויפפירן צו אונז? נו דאס בין איך מודה, אז דאס איז א פארברענטן הויז וואס מען קען נישט ריקאווערן. סיי מען קען נישט צירוקברענגן יענע צייטן און עס איבערשפילן, און סיי מען קען נישט טוישן קיין מענטשן.
יא דאס מיין איך.
מתבונן האט געשריבן:דו דארפסט פארשטיין, אז ווען איינער גייט אריבער שווערע צייטן, איז אלעס געוואנדעם, לויט וויאזוי ער נעמט עס אן, און לויט וויאזוי ער ערווארט אז די וועלט זאל ארבעטן, אויב גייט עס נישט ווי געפלאנט, פילט זיך דאס פארן מענטש ווי א הימל געשריי. אבער דאס איז אלעס תלוי אין די וועג וויאזוי ער קוקט אן דאס לעבן. למשל, אויב איינער ווייסט ביי זיך, אפילו אינטער זיין באוויסטזיין, אז ער איז 'גארנישט ווערד און סתם א שוטה', וועט ער אוודאי ווערן פיל מער פארלוירן אין א שווערע מינוט, ווי א איינער וואס האלט פון זיך.
אין cbt וועט מען דאס אנקוקען ווי, 'אקעי, דו פילסט נישט אז דו ביזט ווערד ווייל כך וכך, לאז יעצט אין א זייט מקען גארנישט טון וואס איז געווען אמאל, און פון היינט און ווייטער וועסטו האלטן אז דו ביזט יא ווערד, די אמאל לייג אין די זייט'. אזוי האפט מען אז ער וועט האבן מער כוחות דורכצושטופען. די טעות איז, אז עס לייגט זיך נישט אזוי אוועק, און אפילו עס זעהט אויס אז מען האט עס אוועקגעלייגט, איז עס נאר 'דערווייל' אוועקגעלייגט, דער מוח פון א מענטש גייט דאס נישט אויפגעבן - לכה"פ אזוי האבן אלע פסיכאלאגען און אלע טערעפיסטן געהאלטן אין די לעצטע 100 יאר כמעט, אז אלטע וועגן און זכרונות קען מען 'נישט' אויסמעקן. מקען טון נאר איין זאך, אנהייבן פון פריש, און 'האפען' אז די אלטס זכרונות וואס בלייבן אין זכרון זאלען זיך נישט צירוק אויפוועקן. און מסתמא צו דעם ביזטו זיך מתייחס, אז א פארברענטע הויז קען מען נישט אויפבויען, ווייל אזוי איז די צוגאנג פון טערעפיסטן און פסיכאלאגען, מקען 'פראבירן' אוועקצווואשען דעם אמאל, און אנהויבען נאכאמאל, אבער ווי געזאגט, דער 'פארברענטע הויז' בלייבט אין דעם מענטש און עס גייט נישט אוועק. מקען זיך 'איינרעדן' אז מען פאנגט אן פון דאס ניי און מען האט צווארפען דעם פארברענטן הויז, אבער דער אמת איז ליידער, אז מען בויט אויף א ניי הויז אויף די פארברענטע הויז וואס שטייט נאך שטארק, און נאך שטערקער ווי די ניי. יא דאס איז ליידער די מציאות, פארוואס אזוי פיל קומען נישט אן מיט טערעפי נאכן אינוועסטירן 20 אלפים.
מיין פערזענליכע מיינונג איבער דעם איז, אז די סיבה פארוואס חולי נפש קענען נישט אליינס איבערקומען זייערע שוועריקייטן איז טיילווייז וועגן א מאנגל אין עהרנערונג און מיט די ריכטיגע ווייטעמינען דארף בעז"ה דער מענטש ווערן געשטארקט זיך צו קענען אליינס שלאגן מיט די שווערע מחשבות (געבויט אויף ראיות שאכמ"ל).
אויף די משל פון די פארברענטע הויז מיין איך אז יעדער מענטש (אדער לכה"פ אסאך מענטשן) גייען דורך די זעלבע אדער גרעסרע שוועריקיייטן ווי דאס וואס די חולי נפש זענען דורך און זיי קומען עס אליינס איבער בס"ד און די הויז ווערט נישט פארברענט, נאר אז מ'האלט שוין לאחר המעשה מיז מען צירוק בויען און דאס מאל שוין מיט די ריכטיגע כלים צו קענען אליינס איבערקומען די שוועריקייטן.
און טאקע צו אויפבויען די מענטש איז די איינציגסטע וועג מיטן טוישן די בליק אויפן לעבן ומר אמר חדא ומר אמר חדא.
מתבונן האט געשריבן:אין די לעצטע פאר יאר, בפרט פון 2006, פאנגט צוביסלעך אן אריין צוקומען די ווינט אז, מקען יא אויסלעשן די אלטע זכרונות, אויף זייער א ספעצפישע וועג (איך האב נישט די צייט מסביר זיין פונקטליך וויאזוי דאס ארבעט, אפשר אין אצווייטע געלעגנהייט), און מיט דעם טאטאל איבערדרייען די אמאל אזוי ווי אין א וואש מאשין. אבער פארדעם קען מען נישט לייגן די אמאל אין א זייט, נאר אריין גיין, און זעהן די טעותים וואס דארט איז פארגעקומען, און צירוק קאנעקטן די 'ווייערס' און די 'פייפס' פונעם הויז וואס איז ביז דעמאלטס געווען נישט גוט אינסטאלירט, און מיט דעם טאקע טאטאל אפשווישען דעם אמאל.
שוין מקען נאך אסאך מאריך זיין. אבער איך מוז שוין גיין.
מיר קוקן ארויס איר זאלט ממשיך זיין