הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

נפש.
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש. »

מתבונן האט געשריבן:ווי איך פארשטיי ר' נפש, קוקסטו אן א עבר וואס האט צוגעברענגט צו חולי הנפש, ווי א 'פארברענטן הויז' וואס מען דארף דאס טאקע אראפווארפן און מען קען גארנישט טון מיט דעם. איז לאמיך פארשטיין וואס דו מיינסט.

ענטפער:
מתבונן האט געשריבן:מיינסטו די 'אינדרויסענדיגע פאקטישע געשעענישן, פראבלעמען מיט עלעטערן וואס מען וואלט געוואלט זיי זאלען זיך אנדערש אויפפירן צו אונז? נו דאס בין איך מודה, אז דאס איז א פארברענטן הויז וואס מען קען נישט ריקאווערן. סיי מען קען נישט צירוקברענגן יענע צייטן און עס איבערשפילן, און סיי מען קען נישט טוישן קיין מענטשן.

יא דאס מיין איך.


מתבונן האט געשריבן:דו דארפסט פארשטיין, אז ווען איינער גייט אריבער שווערע צייטן, איז אלעס געוואנדעם, לויט וויאזוי ער נעמט עס אן, און לויט וויאזוי ער ערווארט אז די וועלט זאל ארבעטן, אויב גייט עס נישט ווי געפלאנט, פילט זיך דאס פארן מענטש ווי א הימל געשריי. אבער דאס איז אלעס תלוי אין די וועג וויאזוי ער קוקט אן דאס לעבן. למשל, אויב איינער ווייסט ביי זיך, אפילו אינטער זיין באוויסטזיין, אז ער איז 'גארנישט ווערד און סתם א שוטה', וועט ער אוודאי ווערן פיל מער פארלוירן אין א שווערע מינוט, ווי א איינער וואס האלט פון זיך.
אין cbt וועט מען דאס אנקוקען ווי, 'אקעי, דו פילסט נישט אז דו ביזט ווערד ווייל כך וכך, לאז יעצט אין א זייט מקען גארנישט טון וואס איז געווען אמאל, און פון היינט און ווייטער וועסטו האלטן אז דו ביזט יא ווערד, די אמאל לייג אין די זייט'. אזוי האפט מען אז ער וועט האבן מער כוחות דורכצושטופען. די טעות איז, אז עס לייגט זיך נישט אזוי אוועק, און אפילו עס זעהט אויס אז מען האט עס אוועקגעלייגט, איז עס נאר 'דערווייל' אוועקגעלייגט, דער מוח פון א מענטש גייט דאס נישט אויפגעבן - לכה"פ אזוי האבן אלע פסיכאלאגען און אלע טערעפיסטן געהאלטן אין די לעצטע 100 יאר כמעט, אז אלטע וועגן און זכרונות קען מען 'נישט' אויסמעקן. מקען טון נאר איין זאך, אנהייבן פון פריש, און 'האפען' אז די אלטס זכרונות וואס בלייבן אין זכרון זאלען זיך נישט צירוק אויפוועקן. און מסתמא צו דעם ביזטו זיך מתייחס, אז א פארברענטע הויז קען מען נישט אויפבויען, ווייל אזוי איז די צוגאנג פון טערעפיסטן און פסיכאלאגען, מקען 'פראבירן' אוועקצווואשען דעם אמאל, און אנהויבען נאכאמאל, אבער ווי געזאגט, דער 'פארברענטע הויז' בלייבט אין דעם מענטש און עס גייט נישט אוועק. מקען זיך 'איינרעדן' אז מען פאנגט אן פון דאס ניי און מען האט צווארפען דעם פארברענטן הויז, אבער דער אמת איז ליידער, אז מען בויט אויף א ניי הויז אויף די פארברענטע הויז וואס שטייט נאך שטארק, און נאך שטערקער ווי די ניי. יא דאס איז ליידער די מציאות, פארוואס אזוי פיל קומען נישט אן מיט טערעפי נאכן אינוועסטירן 20 אלפים.

מיין פערזענליכע מיינונג איבער דעם איז, אז די סיבה פארוואס חולי נפש קענען נישט אליינס איבערקומען זייערע שוועריקייטן איז טיילווייז וועגן א מאנגל אין עהרנערונג און מיט די ריכטיגע ווייטעמינען דארף בעז"ה דער מענטש ווערן געשטארקט זיך צו קענען אליינס שלאגן מיט די שווערע מחשבות (געבויט אויף ראיות שאכמ"ל).
אויף די משל פון די פארברענטע הויז מיין איך אז יעדער מענטש (אדער לכה"פ אסאך מענטשן) גייען דורך די זעלבע אדער גרעסרע שוועריקיייטן ווי דאס וואס די חולי נפש זענען דורך און זיי קומען עס אליינס איבער בס"ד און די הויז ווערט נישט פארברענט, נאר אז מ'האלט שוין לאחר המעשה מיז מען צירוק בויען און דאס מאל שוין מיט די ריכטיגע כלים צו קענען אליינס איבערקומען די שוועריקייטן.
און טאקע צו אויפבויען די מענטש איז די איינציגסטע וועג מיטן טוישן די בליק אויפן לעבן ומר אמר חדא ומר אמר חדא.

מתבונן האט געשריבן:אין די לעצטע פאר יאר, בפרט פון 2006, פאנגט צוביסלעך אן אריין צוקומען די ווינט אז, מקען יא אויסלעשן די אלטע זכרונות, אויף זייער א ספעצפישע וועג (איך האב נישט די צייט מסביר זיין פונקטליך וויאזוי דאס ארבעט, אפשר אין אצווייטע געלעגנהייט), און מיט דעם טאטאל איבערדרייען די אמאל אזוי ווי אין א וואש מאשין. אבער פארדעם קען מען נישט לייגן די אמאל אין א זייט, נאר אריין גיין, און זעהן די טעותים וואס דארט איז פארגעקומען, און צירוק קאנעקטן די 'ווייערס' און די 'פייפס' פונעם הויז וואס איז ביז דעמאלטס געווען נישט גוט אינסטאלירט, און מיט דעם טאקע טאטאל אפשווישען דעם אמאל.
שוין מקען נאך אסאך מאריך זיין. אבער איך מוז שוין גיין.

מיר קוקן ארויס איר זאלט ממשיך זיין
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

קען איינער אין קורצן מאכן א תמצית פון אלע טעמים לאיסור ולהיתר?
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

געזעהן א טעיפ פון חול המועד סוכות דהאי שעתא פון איינעם הרב יואל מענדלאוויטש מו"ץ ומח"ס כתיבה וחתימה טובה
ווי ער רעדט דריי שעה איבער דעם ענין
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

ר' יואל שליט"א איז א וואונדערבארער מלקט ומאסף, וועלכע האט א מעלה וואס אסאך מלקטים און מאספים האבן נישט, נעמליך, ער מאכט א קלארן סיכום!, זיין ספר כתיבה וחתימה טובה איז א מעסטער פיעס פון הלכות אויף די הייליגע טעג, מיט א געוואלדיגן קלארקייט.
און יעצט קומט די מיליאן דאלער קוועסטשן:

איינער ווייסט ביי וואס בלייבט ער?

וואו קען מען קריגן דעם סי.די.?
געשטימט פאר ראשעק הול
נפש.
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש. »

ער בלייבט אז ס'איז אסור בהחלט און ס'איז ריכטיג קוסם, (אויסער אין פאל פון פיקוח נפש), איך האב מיט א בהלה גערופן צוויי דיינים און פארציילט וועגן די דרשה, ביידע האבן מיר גענפערט אז אין מיין פאל איז עס מותר, כאטש ס'איז נישט קיין פיקוח נפש.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מיין שוועסטער קען דאוזען.
כ'על איר הייסן דאוזן צי דאוזן איז אסור צי נישט. געווענליך ענטפערט עס נישט אזוינע פראגעס.
די קייטל בלייבט שטיין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

און ווי געהערט אמאל האט ר' יענקעלע זצ"ל מחזק געווען מרת גרינהוט זאל אנגיין מיט אירע פעולות און העלפן אידן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
נפש.
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש. »

צולייגער האט געשריבן:יישר כח פאטאקי, כ'געפונען דעם סידי אויף ובלכתך בדרך סייט.

ס'איז נישט די סידי, זעט אויס ער האט צוויי מאל גערעדט.
נפש.
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נפש. »

שוועמל האט געשריבן:מיין שוועסטער קען דאוזען.
כ'על איר הייסן דאוזן צי דאוזן איז אסור צי נישט. געווענליך ענטפערט עס נישט אזוינע פראגעס.
די קייטל בלייבט שטיין.

הרב מענדלאוויטש זאגט בתוך הדברים אן עצה ווי אזוי מ'קען טעסטן צו ס'איז א טבע אדער קוסם, אז בשעת מ'מאכט דעם דאוזינג זאל דער קליענט טראכטן א גאנצן צייט "אין עוד מלבדו" "אין עוד מלבדו" "אין עוד מלבדו" אויב ארבעט נישט די דאוזינג איז עס א קלארע באווייז.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

נפש,
דאס איז בפועל שווער אויסצופירן ווייל מען מוז טראכטן פון די פראגע בשעת עס דרייט זיך, אויב טראכט מען אוועק -פון סיי וואס- דרייט זיך עס נישט אדער שטעלט זיך עס גלייך אפ, עס פארלירט די ענערזשי פלוס.
ממילא טראכטן פון אין עוד מלבדו קען זיין עס וועט נישט ארבעטן אבער נישט צוליב קוסם נאר פשוט אלס אוועק טראכטן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

ער רעדט פון דער אויף וועם דער ענערגייזער ארבעט אויף זאל טראכטן
shomierpeevilshonoi
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 01, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shomierpeevilshonoi »

שוועמל האט געשריבן:און ווי געהערט אמאל האט ר' יענקעלע זצ"ל מחזק געווען מרת גרינהוט זאל אנגיין מיט אירע פעולות און העלפן אידן.

וואס האלט ר, 'לייבוש ? זיין זין
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

דאזונג און פענדיולו"ם טעסטונג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עס ווערט טעגלעך נתרבה די חכמת הנשים/משוגעת, פון זאגן זאכן דורך דרייען מיט א בענדל, , קלאפן אויף די אדערן פון די ארעם, ווי אויך איז דא סתם נביאים/נביאות וואס זאגן פלעין זאכן ממש ווי א אורים ותומים
מענטשן [ובתוכם אני] האבן אסאך שאלות,
איז עס יא ווערט אדער סתם איינרעדענישן?
ווי אזוי ארבעט עס?
איז עס אסור ?
אויב יא וואס איז די פראבלעם וועגן כישוף אדער קוסם?
און נאך אינטערסאנטע זאכן ארום דעם וואס עס מיר זייערן איטערסאנט צו הערן וואס די עולם האלט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ברוך מחיה מתים!!
קודם א הארציג'ען "שלום עליכם" מר. חוסעין, אוי מיר בענקען זיך אזוי נאך דיר, ווען די האסט געוועלטיגט איז געווען דער מיטל מזרח א רואיגער גארטען קעגן וואס עס איז יעצט, און בפרט זיין מיר האבן א מלך דא אין אמעריקא וואס שעירט א נאמען מיט אייך האט דאך אויפגעפלאמט דער גאנצער ארום דארטן, איך מיין די גייסט שוין נישט האבן מיט וועם צו רעדען דארטן...

לענינך, מען האט שוין געשריבן דא דערוועגן זעה דא און דא

מיט הצלחה.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

א גרויסן שכוח נא שכל פארן צולינקען צו די שיעורים פון הרב רייזמאן אין די ענינים. האמער וואס צו הערן וואס ער האט צו זאגען אויף דעם.
אבער נאך פאר איך הער וואס ער זאגט, צו פארשטיין וויאזוי דער פענדעלאם ארבעט געהעריג ע"פ הטבע אן קיין שום 'העכער כוחות', קען מען ליינען דעם ארטיקל, און קוק אונטען דעם ארטיקל וואס דער לעצטער קאמענט אויף דעם.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

איו שו"ת וישב הים רעדט ער פון האמפונטאזיע אויב עס איז רוח הקודש אדער רוח הטומאה רעדט ער בין הדברים אויב עס קען זיין אז עס איז רוח הקודש, ווייל מיום שחרב בית המקדש ניתנה הנבואה לשוטים....
לעצט פארראכטן דורך סאדאם חוסעין אום מאנטאג מאי 04, 2015 12:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
מתבונן
שר האלף
תגובות: 1040
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתבונן »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:שו"ת וישב הים

סימן???????

סאדאם חוסעין האט געשריבן:האמפונטאזיע


דו מיינסט היפניזיע? אדער עפעס אנדערש.
היפניזידע, איז נישט קיין נבואה, און אויך נישט קיין רוח הטומאה.
זיי דיך מער מסביר.
אויב טרעפט איר זיך שפירן פארקריפעלט יעדע שני וחמישי צייט מיט כראנישע ווייטאגן (רוקן ווייטאג, מאגן פראבלעמען, ענקזייעטי וכדו') און שוין באזיכט ביי אלע דאקטוירים אן קיין רעזולטאטן, דאן באשטעלט אייער אפוינטמענט צו קענען שפירן ווייטאג-פריי. [email protected]
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

אויך האט ער געמאכט א חיבור "תמים תהיה" וואס ער רעדט פון כעין ענינים אלו, למשל חכמת היד זיך פארלאזען אויף די וואס זען זאכען, וכו', און די פערטע מהדורה (ס'איז דא אין אוצה"ח) האט ער מוסיף געווען אסאך אקטועאלע ענינים.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

פאר די וואס זענען אינטערעסירט \ נוגע
תשובה נ"ה אין שבט הלוי
א תשובה איו שו"ת משנה הלכות

בענין רפואות טבעיות והמואיפתיות
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


אוועטאר
אנעים זמירות
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנעים זמירות »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:עס ווערט טעגלעך נתרבה די חכמת הנשים/משוגעת, פון זאגן זאכן דורך דרייען מיט א בענדל, , קלאפן אויף די אדערן פון די ארעם, ווי אויך איז דא סתם נביאים/נביאות וואס זאגן פלעין זאכן ממש ווי א אורים ותומים
מענטשן [ובתוכם אני] האבן אסאך שאלות,
איז עס יא ווערט אדער סתם איינרעדענישן?
ווי אזוי ארבעט עס?
איז עס אסור ?
אויב יא וואס איז די פראבלעם וועגן כישוף אדער קוסם?
און נאך אינטערסאנטע זאכן ארום דעם וואס עס מיר זייערן איטערסאנט צו הערן וואס די עולם האלט?


עס ארבעט נישט (כאטש אמאל קען מען זיך איינרעדען אז עס ארבעט יא - גוגל פאר מער אינפארמאציע).

מיר קומט אויס עס איז אן ערנסטע שאלה פון מקלו יגיד לו, אבער געוויסע רבנים זענען מקיל.

להערה, איידער מען פרעגט א רב מוז מען וויסען דאס סיי ער קען גוט הלכות כשפים און סיי ער ווייסט גוט די מציאות און ענינים פון דאוזינג.
א מענטש קען זיך טועה זיין.
ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

מיינע שיעורים
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אויף קול הלשון האבעך געהערט אמאל א שיעור פון הרה"ג ר' אהרן שמואל פאדווא שליט"א (בן הגאב"ד לאנדאן שליט"א), וואו ער איז מברר אז עס גרעניצט זיך מיט א איסור דאורייתא
פלאטשקע
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2015 2:51 pm
לאקאציע: ווען מען שפרינגט אריין אין וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאטשקע »

פריץ האט געשריבן:איך ווייס נישט צי עס איז כישוף צי נישט און צי מען מעג על פי תורה צי נישט

אבער דאס איז זיכער אז זייער אסאך דיינים האבן שוין געהייסן מענשטען אויפהערן זיך שפילן מיט די זאכען נישט וועגן כישוף נאר וועגן לא תעמוד על דם רעך און וועגן ונשמרתם מאד לנפשותיכם

ודי למבין

הא הא
ווען עס העט ווען געווען: אלע מענטשן, איין גרויסער מענטש! אלע ביימער, איין גרויסער בוים! אלע וואסער, איין גרויסער וואסער! און דער גרויסער מענטש, העט ווען געווארפען דעם גרויסן בוים, אין דעם גרויסן וואסער, וואספארא "פלאטשקע" העט דאן געוועזן!
דורש ומבקש
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 7:03 pm

דאזונג. מיטן קייטל וכדומה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורש ומבקש »

איך זעה אז די עולם האט בעיקר דן די שאלה פון חשש כישוף, וע״ז יש לי להוסיף דשמעתי מהרב ר׳ משולם פאלאטשעק שליטא דאין בו שום חשש והוסיף ואמר לי אז ער האט ביי זיך אפגשרובן אז אריכות דערויף, כ׳האב עס קיינמאל נישט גענומען ווייל איך פארשטיי נישט צו די נושא

נאר דא איז באמת דא נאך א שאלה ובאמת הרב פריץ האט עס שוין מעורעור געווען,
ווען א מענטש האט א מיחש האט ער א חיוב מדין ונשמרתם צו גיין צו א רופא, ורפא ירפא מכאן שניתן רשות לרופא לרפאות, ס׳איז דא הלכות ווער ס׳הייסט א רופא און וואס ס׳הייסט א רפואה, ס׳דארף זיין מוחזק,ס׳דארף זיין אן אנגענומענע רפואה ועוד,ס׳איז א גאנצע סגי׳, און פונקט ווי א שוחט און דיין דארף האבן סמיכה פון א מוסמך,דארף איינער וואס איז דן דיני נפשות אויך סמיכה,
יעצט ווען איינער טרעפט אויס א סגולה ווי אזוי צו דייאיגנאזן א מחלה כל זמן ס׳איז נישט100% קאראט פאר יעדעם איז עס בגדר סגולה נישט בגדר רפואה,
א סגולה איז זייער גיט בעת וואס מ׳קען זיך נישט העלפן בדרך רפואה,אדער אויף א זאך וואס איז נישט בגדר סכנה בכלל
אבער באופן וואס איז בגדר סכנה קען עס נישט זיין און ס׳טאהר נישט זיין אנשטאט א דאקטער, און אויב נוצט מען עס יא איז מען עובר אויף ונשמרתם און אויף לא תעמוד על דם רעיך ...

איז מיין שאלה איז די קייטל וכדומה בגדר רפואה ממש אדער נאר בגדר סגולה
איך קען נישט די נושא אבער אויבערפלעכלעך קוקט אויס אז ס׳איז נישט מער ווי א סגולה ...
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

אן אוסף פון מאמרים וכתבים פון הרה"ג ר' חיים ישרא' בעלסקי וועגען דעם חומר האיסור פון אלע ALTERNATIVE MEDICINE
ער האט מברר געווען דעם מציאות אז עס איז אלעס עבודה זרה און כישוף
הפ.jpg
הפ.jpg (22.17 KiB) געזען 2449 מאל
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”