הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

סטיוו שמידט

הואמאופאטיע, ענערגיע-צוטרעפונג וכדו' עפ"י השקפה והלכה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיוו שמידט »

איך וועל אנהייבען מיט א מעשה:
מיין טאכטער האט זיך שטארק געמיטשעט מיט א אלדערשי, אבער מען האט נישט געקענט אויסגעפינענן וועלכע עסן עס טריגערט די אלערדשי
ביז א גיטע פרענט פין מיין ווייב האט אנגעטראגן אז עס איז דא פרויען וואס טעסטן עס דורוך ענערדשי, דהיינו: מען דארף געבן פאר די פרויען א
געוויסע אפצאל, איינער בעט פופציג דאלער, איינער בעט הינדערט דאלער, אין דערנאך קאלט מען זיי, אין זיי טרעפן צי מיט ענערדשי וואס די
אלערדשי איז,

איך האב עס שטארק נישט געגלייבט, ווייל וויבאלד איך גלייב נישט און כינעזער האניג, קאטשי בערי זאפט, אזיע בלעטער, וכדו'
מילא האב איך נישט געהאלטן אז א פרוי אין לאנדן {מרת גרינהויט תחי'} אדער מרת גליק פין ב"פ זאל קענענן דורוך טעלפאון ציטרעפן וואס
עס פעלט פין מיין קינד ווען זי איז 350 מייל אוועק פין איר, איך האב מיר שטארק קעגן געשטעלט און אפגעלאכט פין דעם רעיון בכלל,

מה עשה אישתי שתחי'?? זי האט יא געגלייבט דערין, אין אן מיין וויסען האט זי איינגעצאלט די הינדערט דאלער, אין הפלא ופלא!!!!!!
עס האט געהאלפן, יענע האט פינקטליך צוגעטראפן וואס די פראבלעם איז, ניין, עס איז נישט מילעכיגס, פיש, פעפער, פאטעטע, נאר עפעס א
פארשטיפטע עסן וואס נארמאל הערט מען נישט אז מענטשן ליידען דערויף, און למעשה איז יענע הינדערט פראצענט גערעכט, זי האט צוגעטראפן די פראבלעם,

איך בין געווארן אינגאנן שאקט!! ווי אזוי ארבייט עס? איז עס כישוף? איז עס מעדעציניש אויסגעהאלטן? איז עס רוח הקודש? זיצט א מענטש אין ביי זיך אינדערהיים, אין שפילט זיך מיט עסןאין טרעפט צי וואס עס פאלט אויס פאר א צווייטען ביי דעם אנדערן זייט טרייבעל?! אין נאך מער, מיין ווייב האט געמיזט האבן מיין טאכטער נעבן זיך בשעת יענע האט פראבירט אלע עסן, איז עס אנגענימען אין די גוישע גאס אויך? ווי אזוי ארבייט עס? איז עס נישט פין איין משפחה מיט כינעזער האניג,??

עס איז מיר אינטערסאנט צי הערן א ברייטע ערקלערונג ווי אזוי די סיסטעם ארבייט
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

דו רעדסט פון האומאפעטיק?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
סטיוו שמידט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיוו שמידט »

ניין

זי טעסט מיט ענערדשי פאר וועלכע עסן די ביסט אלערדשיק,
זי שפילט זיך מיט עסן. אין זי טרעפט צי מיטן כח פין ענערדשי וועלכע עסן עס שעדליך פאר דיר

אמאל גייט עס ביים ערשטן מאל, דאס איז געווען די פאל ביי מיר. זי האט גלייך צוגעטראפן אז קאקאו {נאר א משל,,} טויג נישט
און אמאל פראבירט זי עטליכע עסן, ביז זי טרעפט די שורש, אבער באדעם ליין טרעפן זיי געווענליך צי {אזוי זאגט מען... אין אזוי איז געווען די פאל ביי מיר}
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב שמידט, עס איז זייער ווייט פון זיין 100% אויסגעהאלטן.

איזהו קוסם זה העושה מעשה משאר המעשיות כדי שישום ותפנה מחשבתו מכל הדברים עד שיאמר דברים שעתידים להיות ויאמר דבר פלוני עתיד להיות או אינו הווה או שיאמר שראוי לעשות כן והזהרו מכך, יש מן הקוסמין שממשמשים בחול או באבנים ויש מי שגוהר לארץ וינוע ויצעוק ויש מי שמסתכל במראה של ברזל או בעששית ומדמין ואומרים ויש מי שנושא מקל בידו ונשען עליו ומכה בו עד שתפנה מחשבתו ומדבר, הוא שהנביא אומר עמי בעצו ישאל ומקלו יגיד לו:
[רמב''ם הלכות עבודת כוכבים פי''א הלכה ו']
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

הרב פארשלאפן!

לויט דיר, ווי מעג מען בכלל רעדן דורפן טעלעפאון?

עס איז דאך זיכער כישוף? ניין? איך שטיי אויף עק וועלט אין איך רעד אריין אין עפעס א קליינע כ'ווייסנישוואס, און עפעס מיט כישוף יענער אין אנדערע עק וועלט הערט?

און א מעדיקעל דאקטער איז - לויט דיר - נישט קיין כישוף? ער נעמט ארויס בלוט פון מיין האנט לייגט עס אריין א כלי נאך א טאג צוויי זאגט ער מיר פונקטליך וועלכע קרענק איך האב צו נישט, כישוף ניין?

הרב פארשלאפן ביטע ווייז מיר אויף אז דו ווייסט וויאזוי די חכמה ארבעט און די ווייסט ואס ס'מיינט כישוף, דערנאך וועל איך דיר גלייבן, נישט יעדע זאך וואס דו פארשטייסט נישט איז כישוף, אקעי?

נישט ווייל איך האלט א ס'איז 100% כשר כ'בין נישט באקאנט אין די פאקטן רעדט איך נישט, איך גיי נישט צו זיי, כ'בין ב"ה געזונט אן זיי אויך, און אפילו איך זעה ביי זיי גאנץ אינטערסאנטע זאכן, האב איך שוין געזעהן מער מענטשן וואס זענען געהאלפן געווארן דורך פשוט'ע מעדיקעל דאקטורים.

חוץ פון דעם זיי זאגן נישט קיין עתידות.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' אלף,

איך פארשטיי נישט אייער צושטעל צום טעלעפאון זעלבסט, הרב פארשלאפן האט געברענגט זייער א קלארע רמב"ם, און דער וואס האלט אז די דערמאנטע פאלט 'נישט' אונטער די קאטעגאריע פונעם רמב"ם, עליו להביא ראי' למיחש מיהא בעי.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דער רמב"ם רעדט פון איינעם וואס זאגט עתידות, טעסטן אלערגיעס, וואסא חילוק צו מ'נעמט בלוט און משיקט עס אין א לעב אדער ממאכט עס מיט ערנערגיע
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

קען איינער מוחל זיין ביטע און איבער שרייבן די רמב"ם אויף אידיש ???
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

דעס ענין איז שוין געווען אויף פאשקאווילן וכו' אזוי ווי יעדע זאך וואס איינער פארשטייט נישט לאזט ער דריקן צעטלעך אין מען מאכט א דעת הקהל, דאס איז נישט דער דרך התורה! א הלכה שאלה פרעגט מען א רב.

עכ"פ לענינו דעס איז א חכמה, א זאך וואס מען לערנט זיך און מען קען עס פארשטיין מיטן שכל ס'האט גארנישט צוטון מיט כישוף וכדו' איך ווייס פון אפאר רבנים וואס זאגן קלאר אז עס איז נישט דא קיין שום פראבלעם מיט דעם.

ובנוגע עתידות זאגן זיי טאקע נישט, ווייל זיי ווייסן נישט! עס איז פשוט נאך א וועג צו היילן מענטשן. וואס איז מותר אלץ ורפא ירפא.

זאל דער פון אויבן העלפן אז מען זאל נישט ברויך אנקומען צו קיין דאקטוירים בכלל נישט צו דעי מינע נישט צו קיין אנדערע נאר אלע אידן זאלן זיין געזונט און שטארק און לויפן קעגן משיח צדקינו בב"א
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

עס איז דא מענטשן וואס היילען אויס מענטשן מיט ענערגיע, איך קען אויך אזא איינעם איך האב גערעדט מיט אים וועגן דעם און ער האט אסאך רבנים וואס זאגן אז מען מעג עס געהעריג טאן נישטא קיין שום שאלה פון קישוף,
סטיוו שמידט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיוו שמידט »

KCSP מיין עיקר שאלה איז, אויב איינער ווייסט "וויאזוי" עס ארבייט
צי עס איז אסור אדער מותר, איז לכאורה נישט אזאך וואס עס איז בידי מברר צי זיין, איך וואל אבער פארשטיין לאגיש און שכל'דיג
ווי אזוי, ווען איך רעדט מיט איינעם איינעם אויפן טעלפאון, קען יענער דורוך ענערגיע, שפירען וועלכע עסן עס טויג נישט פאר מיר
איז די מציאות דא און די גוישע גאס אויך?
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאס איז א "סייקיק פאוער", א נאנטער קרוב מיט טעלעפאטיע. בפירוש נישט קיין כישוף.

אבער טראץ דעם וואס דאס איז נישט קיין כישוף, דארף מען שטארק אכטונג געבן ווען מ'גייט אריין אין דעם ליין, ווייל די ביכער וואס לערנען דאס אויס פארמאגן אויך אנדערע ענינים וואס זענען יא כישוף, מנחש אל המתים, רעדן צו רוחות, זאגן עתידות וכדומה.

דער כלל אין דעם איז, עבר און הוה איז א חכמה, אבער עתיד איז א זאך וואס באלאנגט אדער פאר צדיקים בעלי רוח הקודש אדער להבדיל פאר כישוף מאכער בכח הטומאה.
An article a day keeps the babies away
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אויב איך וועל איינמאל האבן צייט וועל איך ברענגן א לאנגע ארוכית וואס איך האב אמאל פאר מיר אנגעצייכענט איבער די סוגיא, יא דעמאלץ ווען עס האט זיך געקאכט און געבאבעלט אין די גאס די סוגיא, (עס איז געווען מייניך בין הזמנים פון האט קאפס און ווערים),

אבער בקיצור ארבעט די חכמה בלויז מיט הרגשים פון ענערגיע דאס הייסט יעדע מענטש האט א געוויסע שיעור פון ענערגי אין די וואס האבן אסאך דערפון קענען דאס אויפארבעטן די מתנה וואס זיי האבן פון רבוש"ע אויף גאר א שטארקע פארנעם און מיט דעם קענען זיין פילן א צווייטענס תוך תוכיות אזש זיי זאלן קענען זאגן און דייעגנאזירן מיט זייער גוטע און פונקליכע דעטאלן.

און וועגן דער רמב"ם פון פארשלאפן איז ווי הרב ווייס-הויז האט געשריבן אז זיי זאגן קיינמאל נישט קיין עתידות, און זיי רעדן נישט צו קיין מקלות ואבנים ברזל ועשישות וכו' דאס איז בלויז הרגשים פון ענערג'י.

וליתר שאת ווייסיך פון כמעט די זעלבע געשעעניש מיט מיין חבר'ס עקספיריענס וואס דער אויבנדערמאנטער מרת גרינהוט פון לאנדאן האט זייער גוט צוגעטראפן צו אן אייטעם וואס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן, און יענע פאל איז עקזימע געווען די שאלה, און נאך גיין צו אלע ווידער'ס און האוימעפעטיקס און פייניגן דעם קינד מיט אלע שטעכערייען און צעגערייען מיט זיסע אין ביטערע זאכן, האבן זיי דאס פרובירט, מען האט יענע אייטעם (נישט קיין שווערע) ארויסגעשניטן פונעם טעגליכען דייעט און רעזאלטאטן זענען געווען דערפאלגגרייך.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

What is energy healing?

Energy healing is based on the belief that our "life force" creates energy fields that are unbalanced during emotional or physical disease. Because our energy fields are part of an interconnected whole, the use of focused intention by one individual can aid in the health and well being of another. Many individuals use their own individual means of directing their intention to heal. Others practice according to schools such as Reiki. In the West, a common form of energy healing is Therapeutic Touch, which has been taught to thousands of nurses across the United States.

Healers operate in many different ways. For example, they visualize, send intentions for diseased cells to die, send intentions for cells to revert to their optimum state of health, or simply send loving energy. A common theme is the intention for the well-being of the client. Another is focusing on being a conduit for a loving, universal life force.

An interesting feature of energy healing is that it may be performed over distances of thousands of miles. The "life force" claimed to be transmitted by energy healers does not have the properties of any known form of energy.
A comparable practice to energy healing that is used frequently in the West is prayer. A 1996 survey showed that 82 percent of Americans believed in the healing power of prayer. A survey of patients in American Cancer Society support groups for breast cancer found that 88 percent experienced beneficial effects of spiritual and religious practice.
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

א מער באריכות באשרייבונג וואס ענערדשי הילינג איז.
דאס אובערשטע תגובה איז גענומען פון דא

http://my.clevelandclinic.org/services/ ... aling.aspx
the SCY is the limit
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

A 1996 survey showed that 82 percent of Americans believed in the healing power of prayer. A survey of patients in American Cancer Society support groups for breast cancer found that 88 percent experienced beneficial effects of spiritual and religious practice.


דאס איז לכוארה די אייגענע ערנערגי וואס מען האט אין עס ווערט גאר שטארק ראפארמירט דורך אמונה און בטחון וואס שטארק דעם מענטש בייצוקומען אלע שלעכטע מזיקים, ובפרט מיטן כוח התפילה, וואס מיט דעם טוט דער מענטש א פעילה אויפצוהייטערן דעם ענערג'י,

אבער באמת דער גאצער ארטיקל געהערט נישט אהער צו סטיוו שמיד'ס שאלה, ווייל ער רעדט פון דייעגנאזירן פון דערווייטענס, און נישט פון היילן, אויף דעם דארף מען לכאורה נישט זיין אזא מכשף, ווייל מען טוט דאך נישט אויף קיין פאקטישע מציאות און מען טויש נישט גארנישט אין די בריאה נאר מען זאגט אויס די סודות וואס געפינט זיך בחדרי בטן.
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

אזויווי מאשקע זאגט, עס איז פון די משפחה פון טעלעפאטיע. עס איז מיר שווער מסביר צו זיין דורך שרייבן, אבער עס ארבעט אויף אן אויפן פון פילן, נישטא קיין שום כישוף בישוף אריינגעטאן אין דעם,
רוח הקודש איז שוין גאר אן אנדערע זאך אינגאנצען וואס איז פארשטיי מיר נישט בכלל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיינעם דאנק פאר אלע משתתפים אין דעם אינטערעסאנטע נושא, ווי אויך א ברוכים הבאים צום נושא זעלבסט וועלכע איז טראנספערירט געווארן למקומו הראוי.

ולעצם הנידון, איך בין נישט קיין דיין ופוסק און אויך נישט קיין מומחה אין 'אלטערנאטיווע היילונג מיטלען' ממילא פרוביר אוועקצושטיין מוה צו זיין דעתי העני' בהענין אשר כבר דשו בה רבים והלכו בה נמושות.

צו זאגן אז עס איז נישט קיין שאלה, דאס איז לכאורה איבערגעטריבען ווייל ווי יעדער פארשטייט אז א זאך וועלכע איז נישט מקובל בתוכינו מדורות הקודמים נאר עס איז א חכמה חיצוניות ואס מאנכע האבן מקבל געווען פונעם 'סעקולארער וויסענשאפט קולטור' ברויך מען זייער פארזיכטיג ביים איבער נעמען אזא זאך און אדורכרעדן מיט גדולי התורה וההוראה צו דאס איז אויסגעהאלטן 100%, ווייל די געלט אויג-פארבלענדעניש קען פארפירען דעם מקבל נישט איינצוזעהן די שעדליכקייט.

דערנאך ליגט אן אחריות אויף איינעם וואס וויל נהנה זיין פון די ידיעות וחכמות, אליינס אנצופרעגן ביי א דיין כדי נישט אריינצופאלן אין א פאסטקע פון די מומחים וועלכע אדווערטייזן 'בהמלצת גדולי הרבנים' וכדו' אן קיין געהעריגע נעמען.

בדידי הוה עובדא, איך האב אנגעפרעגט ביי א געוויסע דיין אזא שאלה, דער דיין איז באמת א גאון ומגדולי בעלי הוראה בדורינו, איך האב אים גראדע געפרעגט וועגן 'דאוזינג' (וועלכע מען ברויך מיר עקסטער מסביר זיין, צו יענס איז שוין יא נענטער צו כישוף) וועלכע ארבעט מיט דרייען א קייטל וועא"מ, למעשה האט מיר דער דיין נישט געוואלט מסביר זיין און געזאגט אז ער האט דעם נושא נישט דורכגעטאהן על בורי', ער האט מיר אנגעצייגט א דיין וועם צו פרעגן, יענער דיין האט עס מתיר געווען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

איינמאל דער אשכול איז צוריק צום שורש, וועל איך טרייען צוצואיילן מיין פוילקייט אז עס זאל זיך שנעלער ענדיגן, און אריינשליידערן עטליכע מראה מקומות, איבער דעם סוגיא וואס איז אזוי ווי הער מיללער גובערנאטאר פון סקרענטאן פא. האט שוין ערווענט איז דאס שוין אן אויסגעדראשנע זאנג, שכבר הלכו בו הנאמי-shoes אין יעדער וואס וויל אן היתר אדער אן איסור, האט שוין גענוג מראה מקומות ווי צו גיין, אבער אויף איבערחזר'ן די ענין איז קיינמאל נישט פרי עס איז דאך נישט אנדערשט פון א שווערע איפוד רש"י, דאס איז זיכער אז פאר מען פסק'ענט דארף מען וויסן די מציאות און הונטערגרונדן פון די דאזיגע דייאגנאזאציע און היילן מיטלן, אין דא איז דא קיינער נישט געקומען צו פסק'ענען אבער די חלק וואס איז געבויעט דער חכמה און ווי אזוי עס ארבעט, און נאכער אנקומען צו קליינע קרישקעלען וואס קען ציען פעדעמער צו די הלכה.

און דאס איז זיכער אז ווען מען דארף אמאל צוקומען צו דעם טאר מען נישט דאס טוהן איידער מען פרעגט "זיין" דיין וואס איז גוט פאר אים פאר אלע אנדערע איסורים, און לפי הוראתו זאל ער טוהן,
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דא איז דא בעיקר צוויי באזונדערע שאלות, וואס איז די מציאות? און וואס איז די הלכה?

אין די מציאות בין איך א קנאפע ידען, אבער דאס אז עמיצער זאגט מיר א גאנצע מעשה וואס אויב איז מען גענוג נאאיוו גלייבט מען עס, מיינט נאך נישט אז וואס ער דערציילט איז אמת און עס האט נישט מיט קיין קוסם צו טאן, וועלן מיר אנהויבן פון אלף, וואס פאר א סארט ענערגיע איז דאס? אין די וויסענשאפטליכע וועלט זענען באוואוסט עטליכע סארטן ענערגיע וואס אלע פון זיי האבן א וועג ווי אזוי מען מעסט עס און מ'דערשפירט עס , פון וואס רעדט מען דא, עלעקטרישע מאגנאטישע ענערגיע? טערמאל ענערגיע? אפשר גאר נוקלעאר ענערגיע? איי מין, אויב דאס איז א מציאות דאן פארוואס לערנט מען נישט פון דעם און אלע שולעס? און דאס איז נישט קיין שום פארגלייך צו מעדיקל און אפילו ראדיאלאדזשי, דאן וואס איז עס יא? בלייב איך מיט א שאלת תמים, מה זאת?

אין הלכה איז אזוי, קוסם איז נישט כישוף און כישוף איז נישט קוסם, ס'איז צוויי באזונדערע סגיות, און אפילו ווען ס'איז קוסם איז אויך דא אופנים וואס מיט פארשידענע צירופים קאן מען מתיר זיין, הגם לויטן זוהר וואס ווערט צוגעברענגט אין די פוסקים איז זייער הארב, דער עולם דא זע איך האט נישט אדורך געלערנט דעם רמב''ם, דער רמב''ם שטעלט אראפ עטליכע יסודות וואס געבן אונז א בליק אביסעלע וואס דאס איז און ווי אזוי דאס ווערט געטאן, איך וועל אראפברענגען נאכאמאל און איבערטייטשן דעם רמב''ם כפי קט שכלי ויה''ר שלא אכשל וכו'.

דער רמב''ם הויבט אן :
איזה הוא קוסם? - וואס איז דאס קוסם?
זה העושה מעשה משאר המעשיות - ער טוט עפעס א סארט מעשה
כדי שישום ותפנה מחשבתו מכל הדברים - כדי אז ער זאל צוטורמעלט ווערן און זיין מחשבה זאל זיין ליידיג
עד שיאמר דברים שעתידין להיות - ביז ער וועט זאגען עתידות
ויאמר דבר פלוני עתיד להיות - און ער וועט זאגן אז דאסנאון דאס גייט פאסירן
או אינו הווה - אדער עס איז נישט
או שיאמר שראוי לעשות כך והזהרו מכך - אדער ער זאגט אז אזוי זאל מען יא טאן און אזוי זאל מען נישט טאן
יש מן הקוסמים שהוא ממשמש וכו' ויש מי שאוחז מקל בידו ונשען עליו ומכה בו עד שתפנה מחשבתו ומדבר - ער טוט א יעדע מין מעשה מיט א יעדע מין זאך וואס איז גורם שתפנה מחשבתו,
אויף דעם פירט ער אויס עמו בעצו ישאל ומקלו יגיד לו.

לויט דעם קומט מיר לכאורה אויס אז דרייען א קיטל גייט אויך אריין אין דעם כלל פון מקלו יגיד לו, דער רמב''ם וורט צוגעברענגט להלכה אבער נאר בקיצור נמרץ, און דאס מאכט מענטשן קלערן אז דוקא עתידות איז אסור, אבער לערנענדיג דעם רמב''ם זע איך נישט אזוי.

צווישן די רבנים איז דא א גרויס געטועכץ עס איז דא מחמירים אין מקילים דאכט זיך אז הרב בלומענקראנטץ ז''ל פלעגט טומלען ארץ ומלואה אז ער האט עס אדורך געטאן און עס אסור בתכלית האיסור.

איך בין נישט אויסן צו זאגן א מיינונג אין דעם ענין, איך ברענג נאר וואס מיין קליינטשיקע קעפעלע האט אויסגע'דמיונ'ט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

דרייען מיטן קייטל קען גארנישט ענטפערן נאר יא אדער ניין,

ס'איז אזוי, ס'דא מענטשן וואס האבן געוויסע ערנערגיע וואס זיי קענען מאכן די עבודה מיטן קייטל, סאיז אזאך וואס מקען זיך נישט גיין לערנען, ווער סהאט די סארט ענערגיע וועט עס ארבעטן אן זיך לערנען און ווער סהאט נישט די סארט ערנערגיע קען זיך עס לערנען ביז איבערמארגן,

דער חלק וואס מ'דארף זיך יא לערנען איז, וואס צו פרעגן דעם קייטל למשל איינער קומט פאר פוס ווייטאג, וואס טעסט מען? אפשר האט מיט די שיך אדער די זאקן אדער האט א פראבלעם מיט קארפעט פלאהר אדער פערקועיט פלאהר אפשר די בענדלעך פון די שיך וואסיז געמאכט פון קאטען אדער וואהל אפשר איז די פראבלעם די זייף וואס ער ניצט אפשר איז דער פראבלעם אז ער ניצט בכלל נישט קיין זייף (גראדע דעיס קען איך אויך טעסטן דורך א סארט כישוף וואס ארבעט מיט די נאז) און נאך, אשר אי אפשר לפורטם כי רבים.

גייען זיי זיך לערנען ווי אזוי דער מענטשליכער אמיון סיסטעם ארבעט און נאך און לויט דעם פרעגן דעם מענטש זיין דורכשניטליכן סדר היום און דערנאך הייבן זיי אן צו ארבייטן מיטן קייטל, איך ווייס פון א סייקאלידשיסט וואס האט דורכגעטון די סוגיא פון סייקאלעדשי און טעסט דורכן קייטל,

סאו אויב איזעס כישוף פארוואס אויב איך האב נישט דעם חוש קען איך זיך עס נישט לערנען, ס'האט מיר דערציילט א חבר מיינער, אז איינער ביי אין די משפחה האט אמאל געהערט וויאזוי סארבעט דער סיסטעם פונעם קייטעל, האט יענער באשלאסען אויך צו פרעדען געוויסע זאכן, און וואונדער, דער קייטל האט זיך געדרייט לויט ווי סאיז געווען די פאקטען, יענער האט זיך אריינגעלייגט אין דעם פעלד און העלפט היינט ב"ה ארויס אסאך אידן, הכלל, יענער האט זיך בכלל נישט געלערנט דעם חכמה פון די קייטל,

דאס איז דער סדר העולם אויף יעדע זאך דארף מען א הסבר, אויב פארשטייט מען עס נישט איז עס ... סווענדט זיך וואסארא מענטש מאיז איינער זאגט אז סאיז השחתה איינער זאגט לשון הרע יעדער מיט וואס ער איז געשלאגן, (כהאבעס שוין אויבן מסביר געווען לגבי דעם טעלעפאן) ודי בזה [קרעדיט: ספר יושר דברי אמת]
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

פאר די וואס ווילן פארשטיין דעם טעכנישן חלק דערפון: ענערגיע איז פשט אז דער גייסט פון אלע מענטשן זענען אויף א געוויסן וועג מחובר, אבער ביי רוב מענטשן איז עס אויף זייער א שוואכן וועג. די מענטשן וואס זענען געבענטשט מיט א שטערקערע ענערגיע קראפט, קענען מחבר זיין זייערע מחשבות צו אנדערע מענטשן, צי איז דאס דורך טראכטן פון יענעם און זיך מצייר זיין יענעמ'ס צורה, אדער מיט א שליסל וואס כאפט אויף די ענערגיע און וואלן פונעם האנט פונעם מענטש און לויט דעם דרייט זיך עס, פאזיטיוו אדער נעגאטיוו.

אגב, מיט'ן שליסל קען מען וויסן פיל מער ווי "יא אדער ניין". מ'קען וויסן ווילאנג דער מענטש וועט זיין אלערדזשיק צו יענעם סארט עסנווארג! לויט ווי שטארק און ווי לאנג דער שליסל דרייט זיך. אבער ס'איז נאך אלץ נישט קיין כישוף, ווייל דאס טוט נאר מעסטן דעם קערפער'ס רעאקציע צו דעם מאכל; ווי שטערקערע קעגנערשאפט, אלס לענגער וועט דער מענטש זיין אלערדזשיק.

פארוואס ווען א מענטש גייט אויפ'ן גאס און ער שפירט אז עמיצער גייט אים נאך וועט ער זיך פלוצלינג אויסדרייען? וויאזוי האט ער "געשפיר"ט? אדער ח"ו א גנב וויל זיך איינברעכן און אן צו הערן.א גערויש "שפירט" מען אז עפעס רודערט זיך? די וועלט רופט דאס "אינסטינקט". וואס איז דאס אבער? דיין מחשבה האט באקומען א סיגנאל פון יענעמ'ס מחשבה!
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

זיידעניו האט געשריבן:אויב איך וועל איינמאל האבן צייט וועל איך ברענגן א לאנגע ארוכית וואס איך האב אמאל פאר מיר אנגעצייכענט איבער די סוגיא, יא דעמאלץ ווען עס האט זיך געקאכט און געבאבעלט אין די גאס די סוגיא, (עס איז געווען מייניך בין הזמנים פון האט קאפס און ווערים),

אבער בקיצור ארבעט די חכמה בלויז מיט הרגשים פון ענערגיע דאס הייסט יעדע מענטש האט א געוויסע שיעור פון ענערגי אין די וואס האבן אסאך דערפון קענען דאס אויפארבעטן די מתנה וואס זיי האבן פון רבוש"ע אויף גאר א שטארקע פארנעם און מיט דעם קענען זיין פילן א צווייטענס תוך תוכיות אזש זיי זאלן קענען זאגן און דייעגנאזירן מיט זייער גוטע און פונקליכע דעטאלן.

און וועגן דער רמב"ם פון פארשלאפן איז ווי הרב ווייס-הויז האט געשריבן אז זיי זאגן קיינמאל נישט קיין עתידות, און זיי רעדן נישט צו קיין מקלות ואבנים ברזל ועשישות וכו' דאס איז בלויז הרגשים פון ענערג'י.

וליתר שאת ווייסיך פון כמעט די זעלבע געשעעניש מיט מיין חבר'ס עקספיריענס וואס דער אויבנדערמאנטער מרת גרינהוט פון לאנדאן האט זייער גוט צוגעטראפן צו אן אייטעם וואס איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן, און יענע פאל איז עקזימע געווען די שאלה, און נאך גיין צו אלע ווידער'ס און האוימעפעטיקס און פייניגן דעם קינד מיט אלע שטעכערייען און צעגערייען מיט זיסע אין ביטערע זאכן, האבן זיי דאס פרובירט, מען האט יענע אייטעם (נישט קיין שווערע) ארויסגעשניטן פונעם טעגליכען דייעט און רעזאלטאטן זענען געווען דערפאלגגרייך.

איינער ווייסט אפשר די טעלעפאן נומער פון די מרת גרינהוט אין לאנדאן?
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

איך ווייס נישט צי עס איז כישוף צי נישט און צי מען מעג על פי תורה צי נישט

אבער דאס איז זיכער אז זייער אסאך דיינים האבן שוין געהייסן מענשטען אויפהערן זיך שפילן מיט די זאכען נישט וועגן כישוף נאר וועגן לא תעמוד על דם רעך און וועגן ונשמרתם מאד לנפשותיכם

ודי למבין
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

היילן נפשיות׳דיגע פראבלעמען מיט Energy?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

קען מען היילן נפשיות׳דיגע פראבלעמען ווי למשל panic attack /OCD/ Anxiety מיט Energy?

ס'איז דא מענטשען וואס היילן מיט Energy. העלפט עס טאקע? אויב יא ווער איז גיט?
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”