נשים חכמניות; פרויען בעולם התורה

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 20, 2009 10:54 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ניין
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 16, 2007 10:14 pm

תגובהדורך ניין » זונטאג יוני 14, 2009 8:58 pm

אפשר קומט עס נישט דא אריין אבער עס איז שוין עפעס וואס וואונדערט מיך א לאנגע צייט.
ווייסט איינער וואס די פאקטיש דער היתר היינט אז אין ממש אלע מיידל שולעס, אפילו אזעלכע חסידישע סקולס ווי וויזניץ און פאפא , לערנט מען זאכן וואס איז אסור עפ"י הלכה פאר פרויען צו לערנען? האבן זיי אויסגעארבעט עפעס א היתר אדער איז דאס סתם אזוי, ווייל מען דארף "קאמפיטן" מיט די אנדערע סקולס וועלכע געבן לעקציעס און לערנען אויף א הויכן לעוול.
דער האלבער היתר וואס מען נעמט פונעם חפץ חיים פאר שרה שנירער אז עס פעלט פשוט אויס היינט איז דאך לכ' נישט גילטיג פאר היינטיגע צייטן ווען די מיידלעך וועלן זיך האלטן אפילו מען זאל ניש טלערנען די אלע זאכן, סאו וואס איז די היתר, וויל איך פארשטיין ? איך פארשטיי אויך אז די מחנכים קוקן עס אן פאר א גוטע זאך, איך וואלט אויך געוואלט ענדערש מיין טאכטער זאל לערנען ווי א מענטש, אבער פאקטיש איז עס א קלארער איסור , וואונדערט מיך וויאזוי עס איז אומאפיציעל ממש בטל געווארן דער גאנצער איסור.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דינסטאג יוני 16, 2009 3:17 pm

הרב געשטענער פון מאנסי האט ארויס געגעבן א ספר תורת אמך ווי עראיז מרעיש עולמות אז דאס גאנצע לערנען היינט אין די היימישע סקול'ס איז נישט אויסגעהאלטן להלכה, ביז דערווייל האט אים קיינער נישט אפגעפרעגט, די מעשה איז נאר אז מ'פרייט זיך ווען די מיידלעך זענען ביזי און דרייען נישט קיין קאפ, אפגעזעהן וואס זיי לערנען,
.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 16, 2009 4:47 pm

ביסטו זיכער אז הרב געשטעטנער האט מחבר געווען דעם תורת אמך? מיר דוכט זיך אז איינער ר' אהרן ראזנבערג (חתן ר' משה דוב בעק שליט"א) האט דאס פארפאסט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 16, 2009 5:19 pm

הרב ראזענבערג האט מחבר געווען "תורת אמת" בעניני הדפסה והו"ל ע"י אינשי דלא מעלי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג יוני 16, 2009 7:05 pm

אז איר זענט זיכער, געב איך אויף.

צדיק מושל
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 1:34 am

תגובהדורך צדיק מושל » דינסטאג יוני 16, 2009 9:04 pm

דער ספר תורת אמך באשטייט פון צוויי בענדער, ער האט שוין אויך ארויס געגעבען נאך ספרים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 24, 2009 2:43 pm

אין 'ספר התשבי' בערך 'תרפים' ברענגט ר' ישעי' פיק-ברלין אין זיינע הגהות א שיין ווארט פון זיין שוועסטער אשת ר' יוסף שטיינהארט מפיורדא, אז דאס וואס רחל אמנו האט געזאגט פאר לבן 'כי דרך נשים לי' ביי די מעשה פון די תרפים, איז נישט געווען קיין ליגענט ווייל זי האט אינזינען געהאט דאס וואס חז"ל זאגען ביי מכשפה לא תחי' אז דיבר הכ' בהווה ווייל פרויען זענען געווענליך בעלות-כישוף, און דאס האט זי מרמז געווען (די תרפים לויט דעם פשט זענען געווען א כישוף-מיטל).

ודברי פי חכמת חן, האמיר נאך א תלמידת-חכם

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

נשים חכמניות

תגובהדורך badatz » זונטאג נובעמבער 01, 2009 10:01 am

ב''ה י''ד מר-חשוון תש''ע
שמעתי היום מידידי הסופר המפורסם הרה''ח ר' שמואל אהרן נ''י דייטש שהאדמו''ר מסיגוט-סאטמאר זצ''ל בעל ברך משה סיפר שזקינתו אשת כ''ק אדמו''ר הרה''צ מהרש''א זצ''ל מראצפארט ידעה את הספה''ק מאור עיניים בעל פה .

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג נובעמבער 01, 2009 1:00 pm

badatz האט געשריבן:ב''ה י''ד מר-חשוון תש''ע
שמעתי היום מידידי הסופר המפורסם הרה''ח ר' שמואל אהרן נ''י דייטש שהאדמו''ר מסיגוט-סאטמאר זצ''ל בעל ברך משה סיפר שזקינתו אשת כ''ק אדמו''ר הרה''צ מהרש''א זצ''ל מראצפארט ידעה את הספה''ק מאור עיניים בעל פה .


וכן הי' מספר האדמו"ר מסקווער זצ"ל, והוא דיבר אתו פעם אצל חופתו של גיסו ר' יוחנן? שהי' חתן העצי חיים.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג נובעמבער 01, 2009 1:26 pm

פרעגער האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:ב''ה י''ד מר-חשוון תש''ע
שמעתי היום מידידי הסופר המפורסם הרה''ח ר' שמואל אהרן נ''י דייטש שהאדמו''ר מסיגוט-סאטמאר זצ''ל בעל ברך משה סיפר שזקינתו אשת כ''ק אדמו''ר הרה''צ מהרש''א זצ''ל מראצפארט ידעה את הספה''ק מאור עיניים בעל פה .


וכן הי' מספר האדמו"ר מסקווער זצ"ל, והוא דיבר אתו פעם אצל חופתו של גיסו ר' יוחנן? שהי' חתן העצי חיים.

ב''ה
נכון... אבל לא אצל החופה .בשעת החופה המצב מתוח כי האבות הקדושים באים .רק בשעת החתונה ...
וע''פ שני עדים יקום דבר

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 01, 2009 1:44 pm

איך האב דאס כמ"פ געהערט פון די קינדער פונעם ברך משה, דאס אז די באבע איז געווען א מלומדת וידעת את הספר מאור עינים בע"פ, היא היתה בתו של רמ"ד מהורנוסטיפל נכד טשערקאס-טשערנאבל

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » זונטאג נובעמבער 01, 2009 3:37 pm

ובס' ומשה היה רועה (חלק א' עמוד שז) שרבינו הברך משה ז"ל סיפר אז ער האט אויך געזעהן די באבע לערנען דעם ספר "פנים יפות" וואס איז מער א לומד'יש ספר.
ובשולי הגליון: ווען עמיצער האט אמאל א פרעג געטוהן דעם רבין ווי אזוי מעגן פרויען לערנען תורה וכו', האט דער רבי רעאגירט "כ'האב נישט געזאגט אז זי האט געקענט פנים יפות, איך האב געזאגט אז זי האט געלערנט"...

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » זונטאג נובעמבער 01, 2009 3:52 pm

א טענצל! האט געשריבן:ובס' ומשה היה רועה (חלק א' עמוד שז) שרבינו הברך משה ז"ל סיפר אז ער האט אויך געזעהן די באבע לערנען דעם ספר "פנים יפות" וואס איז מער א לומד'יש ספר.
ובשולי הגליון: ווען עמיצער האט אמאל א פרעג געטוהן דעם רבין ווי אזוי מעגן פרויען לערנען תורה וכו', האט דער רבי רעאגירט "כ'האב נישט געזאגט אז זי האט געקענט פנים יפות, איך האב געזאגט אז זי האט געלערנט"...


מאכסטעך דאס נאר שווערער: לימוד תורה לנשים איז אסור אבער ידיעת תורה לנשים איז מותר?????!!!!!!!!!!!
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » זונטאג נובעמבער 01, 2009 4:42 pm

א טענצל! האט געשריבן:ובס' ומשה היה רועה (חלק א' עמוד שז) שרבינו הברך משה ז"ל סיפר אז ער האט אויך געזעהן די באבע לערנען דעם ספר "פנים יפות" וואס איז מער א לומד'יש ספר.
ובשולי הגליון: ווען עמיצער האט אמאל א פרעג געטוהן דעם רבין ווי אזוי מעגן פרויען לערנען תורה וכו', האט דער רבי רעאגירט "כ'האב נישט געזאגט אז זי האט געקענט פנים יפות, איך האב געזאגט אז זי האט געלערנט"...

ב''ה
לפי זה יוצא שלימוד תורה לנשים מותר ...רק לידע ..ידיעת....התורה אסורה .o. k
לי הקטן נראה לומר שהטעם הוא מפני שדעתן קלות א''כ היא ידעה בנפשה שיש לה מספיק יראת שמים ....אגב היו עוד נשים גדולות שלמדו.
סתם שאלה למי שיודע הלא כולנו יודעים שעובר לומד תורה במיעי אימו ...האם גם נקיבות לומדות ...תודה מראש למשיב .

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 6:33 am

בפשטות האט דער רבי געענטפערט בדרך בדיחותא "כ'האב נישט געזאגט אז זי האט געקענט פנים יפות, איך האב געזאגט אז זי האט געלערנט..."
ווייל עמיצער האט מיר געזאגט אז ס'קען זיין די כוונה אז זי האט נישט פארשטאנען פשט אין דעם ספר. אבער לכאו' א"א לומר כן, ווייל זי איז געווען א אויסגערופענע מחוכמת און מלומדת, און כנ"ל האט זיך אויך געקענט מאור עינים.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 6:37 am

כ"ק מהר"א מסאטמאר שליט"א זאגט כסדר נאך ביי די שמחות א טייער ווארט בשם די באבע הרבנית שרה מרים ע"ה, אז עס איז געווען אמאל א אויפרוף פאר א חתן דארט אין ראצפערט, און עמיצער האט געזאגט פארן חתן בדרך שחוק אז שבת באווארפ"ן וועט מען אים באווארפןמיט שטיינער, האט זיך די באבע אנגערופן: "און איך וועל דיך באווארפן מיט שפע ברכה והצלחה"...

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:11 am

ב''ה
הרבנית הצדיקת מרת שרה מרים ע''ה כשהיתה באה לבקר את ביתה הרבנית אשת הרה''ק בעל או''ר מלא מקאסאני היתה מספרת סיפורים נפלאים מאבי' ומבית טשערנאביל ובכלל מאדמור''י רוסי' הי' חתנה עומד
ושומע .היא לא היתה מספרת סתם מעשיות רק סיפורים מהשגה והבנה . [שמעתי מאאמו''ר ז''ל]

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25727
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 8:47 am

מיר האבן אן אשכול אין 'ידיעות התורה' איבער נשים חכמניות, אויב דער גבאי קען טאן א געפעליגקייט און אהין רוקען די חלקים פונעם אשכול וואס זענען דן אין דעם נושא וואלט דאס געווען א טובה פאר סדר הדברים.

גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 11, 2009 2:33 pm

תגובהדורך גבאי ביהמד » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:18 am

צאמשגעשטעלט! אגב אין דף צוויי דערמאנט שוין הרב בן בוזי די ראצפערפטער רביצין מיט אירע קענטעניסען בספרי חסידות.

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 10:58 am

כ'האב אמאל געזען א ספר דוכט זיך מיר ס'הייסט "פנינים פז", פון די שוויגער פון הרב אליעזר חיים בלום מקאשוי שליט"א, ס'האט הסכמות פון איר מחותן דער קאשוי רב זצ"ל און ווי אויך פון פאפא רב זצ"ל, און נאך עלטערע רבנים זצ"ל.

אוועטאר
פרעגער
שר האלף
תגובות: 1297
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 09, 2009 11:35 am

תגובהדורך פרעגער » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 11:10 am

באנקיר האט געשריבן:כ'האב אמאל געזען א ספר דוכט זיך מיר ס'הייסט "פנינים פז", פון די שוויגער פון הרב אליעזר חיים בלום מקאשוי שליט"א, ס'האט הסכמות פון איר מחותן דער קאשוי רב זצ"ל און ווי אויך פון פאפא רב זצ"ל, און נאך עלטערע רבנים זצ"ל.


זי איז געווען די פרוי פון הרה"ח ר' מרדכי פריעדמאן זצ"ל שו"ב.
פרעגט וואס איהר ווילט, ווען איהר ווילט, ווי אזוי איהר ווילט

אוועטאר
באנקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 04, 2008 11:24 am
לאקאציע: מיין קאפ, אין באנק

תגובהדורך באנקיר » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 11:17 am

כ'געדענק נישט איר נאמען, אבער נישט פרידמאן (און אויך נישט קיין באקאנטע סטייל נאמען), זעט אויס עפעס א זוו"ר אדער זוו"ש איז דארט געווען אריינגעמישט אדער אפשר איז זי גאר געווען א שטיף מאמע.

ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2009 1:53 pm

תגובהדורך ברוקלין » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 1:39 pm

איך ווינדער מיך שוין לאנג, פין איין זייט טארען פרויען נישט לערנען תושבע"פ, פין די אנדערע זייט איז געווען אסאך נשים צדקניות וואס האבען געקענעט אסאך תושבע"פ. למשל מרת רויזא בלימא אשת הגה"ק ר' אלעזר ניסן. אויך - ווי פריער דערמאנט - הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערטער'ס רעבעצין. קען מיר איינער דאס מסביר זיין?
לעצט פאראכטן דורך ברוקלין אום מאנטאג נובעמבער 02, 2009 2:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22387
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 02, 2009 3:28 pm

שמעתי מפי א' מנכדי ר' שלום אליעזר'ל אז די סיבה איז דערפאר וואס ר' מאטעלע פלעגט לערנען הויך אויפן קול - פארשטייט זיך אין קליינע דירה - אזוי האבן זיך די קינדער אויסגעלערנט
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט