קריאת התורה וסדר חלוקת הפרשיות

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » מיטוואך מאי 11, 2016 12:42 pm

דער מהרי"ט ווערט געברענגט אין מג"א סי' תכח סק"ו וז"ל שם
פקדו ופסחו: פקדו לשון ציווי כלומר צו קורין סמוך לפסח, סגרו לשון מצורע מוסגר, מנו הוא במדבר סיני שנמנו בו ישראל, צומו, היינו ט"ב, וצלו, היינו ואתחנן, קומו, היינו אתם נצבים, כשחל פסח בשבת דאז בני א"י קורין בשבת שאחריו שמיני יש מפרידין תזריע ומצורע ויש מפרידין בהר ובחקותי ואם הוא במעוברת מפרידין מטות ומסעי (כ"ה רי"ט ח"ב סי' ד' ותיקון יששכר וע"ש דף פ"ט):

http://beta.hebrewbooks.org/tursa.aspx?a=oc_x2143

ס'איז דא נאך מנהגים אין די ראשונים בעניני סדר חלוקת הפרשיות, זה אבודרהם ווי ער צעלייגט דעם ענין

http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=161

אינטערעסאנט, ער ברענגט דארט שלח קרח צוזאמען, נישט חקת בלק.

אויך ידוע אז טייל ראשונים האבן געהאט משפטים און אם כסף תלוה באזונדערע סדרות, דער חינוך באציעט זיך בכמה מקומות צו וואס ער האט מברר געווען בסדר אם כסף תלוה
שוין געווען אויסגעשמועסט דא
viewtopic.php?f=5&t=18815&start=25
דא ברענגט @פארשלאפן אזוי אויך פון רבנו בחיי viewtopic.php?p=793755#p793755
און @זאכליך זאגט אזוי בשם אבודרהם, אבער פון אבודרהם זעהט נישט אזוי אויס, זע לינק אויבן און צוויי בלאט בעפאר ווי דער אבודרהם ברענגט די סדר הפרשיות כמנהגינו יתרו, משפטים, תרומה.
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מאי 15, 2016 4:48 pm

פר בן בקר האט געשריבן:אין בני יששכר שטייט אז די טעם פארוואס מ'איז זיך נישט מחבר מיט די בני ארץ ישראל ביי חקת בלק איז ווייל מ'וויל ליינען פרשת פנחס די פרשת הקרבנות אין די 3 וואכן.

אינטערעסאנט, ייש"כ פאר צוברענגען דעם בני יששכר.

למעשה, נאכן אריינקוקן בפנים אין בני יששכר (מאמרי חודש תמוז אב מאמר ב) האב איך געזעהן אז ער רעדט נישט לגבי זיך פאראייניגן מיט די בני אר"י, ער רעדט פון א יאר הש"א פשוטה וואס פשטות איז מען בעיקר מדקדק אז תשעה באב זאל זיין בשבוע שקורין בו ואתחנן (צומו וצלו) אויף דעם זאגט דער הייליגער בנ"י אז מטעם זה איז מען מחבר מטות מסעי און נישט חקת בלק כדי מ'זאל ליינען פר' פנחס בימי בין המצרים ווייל די פרשיות מטות מסעי און דברים און אויך פנחס רעדן זיך פון חלוקת הארץ און פנחס רעדט זיך אויך פון די מועדים.

בשנת קביעות הש״א פשוטה חקת ובלק נפרדות ומטות ומסעי מחוברות (טואו"ח תכח) ולמה לא בהיפך, ונראה לומר משום דמהדרינן כל מה דאפשר לקרות הפרשיות שמבואר בהם חלוקת הארץ בימי בין המצרים, דהנה פרשיות ממות מסעי הדברים יש בהן חלוקת הארץ, לזה קורין אלו הפרשיות תמיד בימי בין המצרים להורות הבטחה לישראל, לאלה תחלק הארץ גם כן, והגה גם בפרשת פנהם מבואר הלוקת הארץ על כן מהדרינן כל מה דאפשר שיקראו גם פרשת פנחס בימים האלה, וגם בפרשת פנחס נאמרים כל המועדים הנה יתנחמו ישראל בהוסיף להם מועדים במהרה בימינו שעתידין הימים האלה להיות לששון ולשמחה ולמועדים טובים
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=306

והתבוננתי אז אזא יאר ווי יעצט איז לכאורה נישט שייך דער טעם, ווייל אויך אויב וואלט מען מחבר געווען חקת-בלק וואלט פנחס געליינט געווארן בימי בין המצרים און אויך אין ארץ ישראל ליינט מען פר' פנחס בימי בין המצרים ווייל שבעה עשר בתמוז פאלט אום שב"ק פר' פנחס, און אויך מטות מסעי און דברים ווערן געליינט בימי בין המצרים.

משא"כ בשנת הש"א פשוטה ווי תשנ"ד וואס יז בתמוז פאלט יום א' פר' פנחס, אויב וואלט מען מחבר געווען חקת-בלק וואלט מען געליינט פר' פנחס בעפאר בין המצרים
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מאי 15, 2016 5:02 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:אויך ידוע אז טייל ראשונים האבן געהאט משפטים און אם כסף תלוה באזונדערע סדרות, דער חינוך באציעט זיך בכמה מקומות צו וואס ער האט מברר געווען בסדר אם כסף תלוה
שוין געווען אויסגעשמועסט דא
viewtopic.php?f=5&t=18815&start=25
דא ברענגט @פארשלאפן אזוי אויך פון רבנו בחיי viewtopic.php?p=793755#p793755
און @זאכליך זאגט אזוי בשם אבודרהם, אבער פון אבודרהם זעהט נישט אזוי אויס, זע לינק אויבן און צוויי בלאט בעפאר ווי דער אבודרהם ברענגט די סדר הפרשיות כמנהגינו יתרו, משפטים, תרומה.

דער אבודרהם אין "סימני הפרשיות" ברענגט יא אזא מנהג פון צעטיילן משפטים מיט אם כסף תלוה, אויך ברענגט ער דארט א מנהג פון צעטיילן כי תשא פון פסוק ויפן וירד משה.
סימני הפרשיות איז אין די נייע דרוק בסוף הספר.

לכן יש מקומות שמחלקים אלה המשפטים מן אם כסף תלוה או כי תשא מן ויפן וסימנך העגל אשר כרתו לשנים
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

ערליכער גרעפיקער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 29, 2014 6:13 pm

תגובהדורך ערליכער גרעפיקער » זונטאג מאי 15, 2016 5:15 pm

אנטשולדיגט, אבער כ'האב דורכגעקוקט די אויבנדערמאנטע תגובות נישט געפינען קיין צופרידנשטעלנדע ענטפער
פארוואס קען מען נישט מאכן בה''ב אין חו''ל

אוועטאר
בנימין הלוי
שר האלף
תגובות: 1619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 24, 2014 5:48 pm

תגובהדורך בנימין הלוי » זונטאג מאי 15, 2016 5:28 pm

דער קורצער ענטפער שוין אויסגעשמועסט אויבן הגם טאקע נישט קלאר לגבי בהר בחקותי
כדי מ'זאל ליינען במדבר און דערנאך זאל זיין שבועות. וסימנה מנו ועצרו
זע באריכות דעם שו"ת מהרי"ט נאכגעברענגט אויבן
* "סמארטפאן איז נישט קיין נעוויירע אבער וואס סמארטפאן קען צוברענגען קענען גרויסע עבירות נישט ברענגען" (סמארטפאן זה לא עבירה, אך מה שהעבירה הכי חמורה לא מצליחה לעשות לאדם, הסמארטפאן עושה)

ערליכער גרעפיקער
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 29, 2014 6:13 pm

תגובהדורך ערליכער גרעפיקער » זונטאג מאי 15, 2016 5:32 pm

בנימין הלוי האט געשריבן:דער קורצער ענטפער שוין אויסגעשמועסט אויבן הגם טאקע נישט קלאר לגבי בהר בחקותי
כדי מ'זאל ליינען במדבר און דערנאך זאל זיין שבועות. וסימנה מנו ועצרו
זע באריכות דעם שו"ת מהרי"ט נאכגעברענגט אויבן

יישר כח

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 21, 2019 11:36 am

ווער ווייסט?
ווען קומט אויס צו ליינען פרשת בראשית שבת ביי מנחה?

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1460
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג מאי 21, 2019 2:07 pm

אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת
זוכט איר דוי?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3425
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 21, 2019 2:08 pm

;l;p-
דונש האט געשריבן:אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת


און די זעלבע איז מיט פרשת וזאת הברכה וואס אין די חומשים איז עס איינגעטיילט פאר שבעה קרואים, דאס איז נוגע נאר אין א"י ווען שמיני עצרת געפאלט שבת


צוריק צו “ידיעות התורה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט