איז באראק כוסעין אבאמא פון די בני חם?

הפוך בה דכולה בה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

איז באראק כוסעין אבאמא פון די בני חם?

הודעהדורך זיידעניו » זונטאג נובמבר 02, 2008 4:01 pm

כלל ישראל זענען ראסיסטן.... יא, אבער נישט וואס אין אייער לעקסיטאן ווערט ארויסגעברענט די באדייט פון ראסיזם, דהיינו.. מיר אידן מאכן יעדן טאג א ברכה בשם ומלכות שלא עשנו גוי. (חוץ יוסף ליבערמאן, כידוע...) מיר זאגן מיט א שמחה יעדע יומא דפגרא דעם אתה בחרתנו מכל העמים, ורוממתנו מכל הלשונות, וקדשתנו וכו', יא, מיר זענען די עם הנבחר און מיר זענען משקץ דעם גוי כבל אופן שהוא, אבער... יא עס האט אן אבער, אזוי ווי יעדע כלל האט א חוץ, מיר זענען מחיוב ליתן כבוד למלכות, עס איז אן הלכה פסיקה אז דינא דמלכותא דינא, וכו' און מיר זענען אין גלות ביים גוי, געבן מיר זיי אפ דעם גרעסטן כבוד וואס מיר קענען נאר ארויסווייזן, און אפילו קיין טינא בלב אויף שנאה, האבן מיר נישט קעגן קיין שום גויבלויז צוליב דעם ווייל ער האט נישט געוואלט זיין ביי קבלת התורה, קומט אויס אז מיר זענען נישט קיין ראסיסטן?.... נאר וואס יא, וואס גייט דא פאר.

ביי די גויאישע וועלט ווען מען הערט די ווארט ראסיסט, באדייט דאס שנאה קעגן אן אנדערע ראסע, און שנאה ברענג צו דעם גוי צי רציחה וכו', אלץ וועגן ראסיזם, אבער משא"כ דעם איד וועט קיין שנאה צום גוי נישט האבן אלץ ראסע, נאר ער קוקט אים אראפ ווי א נידריגע דרגה, וואס אין למעשה'דיגע מציאות איז ער נישט ערלויבט על פי תורה דא צו דעוועלאפן, דהיינו ארויסווייזן פארן גוי "איך האלט דיר נידריגער פון מיר" און אוודאי נישט רציחה אדער מרידה במלכות וכו'.

ובכן, איז נישט וואר דאס וואס מאנכע לייגן אן, אז אידן זענען שטארק קעגן אבאמא צוליב ראסיזם, ווייל אין זענען נישט קיין ראסיסטן בכלל, און פאר א איד דארף בכלל נישט שטערן וועלכע קאליר הויט דער קאנדידאט טראגט, נאר וואדשע דען, פארוואס זענען די אידעלעך אזוי אנטי אבאמא, דא קומט שוין א פלאקן, הלמאי ער איז א שחור איז דאך קלאר אז ער איז איינע פון די בני חם, וואס זיידי נח האט זיי פארשאלטן אז זיי זאלן זיין עבדים לעולמי עד, און דא קומט אן עבד און ווערט גאר מלך, שטעלט זיך די קשיה ועבד כי ימלוך?.

אויף דעם נקודה איז דער יסוד, וואס עס קוועטש מאנכע צו זיין אן אנטי אבאמא פאן, איז מיר יעצט כדי צו באהאנלען דעם נושא אם כנים הדברים, איז ער טאקע אן אייניקל פון חם אדער נישט.

עס איז דא אין דעם צוויי הוכחות אז יא איינס זיין הויט איז שווארץ, וואס דאס איז געווען איינע פון די קללות וואס חם האט באקומען אלץ פעקעדש דיעל, צו זיין א טונקל הויטיגע. און צווייטענס אז זיין טאטע איז שחור.

קודם צום צווייטע סיבה איז דאך קיין סברה נישט, קודם ווייל מאן יימר דאביהו הוא, און די חזקה פון א טאטע גייט נישט אן ביי א גוי (אויבן אויף [איי ביי ירושת עכו"ם מה"ת איכ"מ]) און אפילו ווען יא ווייסן מיר אז אין אב לעכו"ם, ווייל א גוי גייט מען נאר נאך זיין מאמע, און ביי אונז איז אבאמא'ס מוטער א ווייסער קומט אויס אז זיין יוחס, וואס גייט נאר צו זיי מאמעס זייט, וואס פון דארט איז ער נישט קיין אייניקל פון חם, אז ער זאל נישט טארן זיין א מלך.

און וועגן די צווייטע כ'מיין די ערשטע יסוד'ישע קשיה, הלמאי ער איז א שחור, לאך מיר נישט אויס אויב איך גיי ענק זאגן, אז ער איז נישט קיין שחור, וואס די בני חם זענען געשאלטן געווארן מיט דעם קאליר, עס איז א צווייטע קאליר, דאס איז זיכער אז אלע איינאוינער פון אפריקע, און טייל אויכעט פונעם אזיאניע קאנטינענט זענען טינקל הויטיג, דהיינו זייער הויט ווערט אזוי צוליב א מתנה וואס ה' האט זיי געגעבן צוליב די שטארקע כח החמה, (עיין בתפא"י נגעים ועוד) און קיינער גייט דאך נישט זאגן אז אחינו בני ישראל פון תימן און איראק [פילאשן] און אנדערע אידישע אפשטאמיגע זענען פון בני חם, נאר זיי זענען בני שם, און אייניקלעך פון אברהם יצחק ויעקב, און דער מקום איז גורם דעם קאליר, און נישט זייער יוחס, און ווען מען קוקט זיך גוט איין אין א שחור פון די בני חם זעהט מען א טונקעלע שווארצע הויט וואס איז שווארצער ווי טשאקאלאדע, משא"כ ווען מען קוקט אויף אנדערע וואס זענען נישט אזוי מיוחס צום ערשטן עבד, זענען נישט אזוי שווארץ, אז מען זאל קענען מאכן א ברכה משנה הבריות, ולכן איז אונזער אבאמא נישט דער שחור פון וואס מען האט מורא, אז ער איז אן עבד און אויב געווינט ער די וואלן, איז נאכנישט עק וועלט.
הק' זיידל זיידענפעלד
חו"פ קרעטשמע יע"א
אוועטער
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
 
הודעות: 4376
זיך איינגעשריבן: פרייטאג פבואר 01, 2008 12:51 pm
געפינט זיך: דא און דארט

Advertisement

הודעהדורך זיידעניו » זונטאג נובמבר 02, 2008 5:00 pm

באקמען אין פריוואט פון אונזער אומפארגעסליכן ידען וחקרן ומופלג הרב בני היכלא שליט"א און עס איז מיר א כבוד עס צו מפרסם זיין, נאכדערצו בשמו.

בני היכלא האט געשריבן: ‫זיידעניו ידידי ראיתי דבריך הנחמדים ומסולאים מפז, מעולם ועד עולם, ואין צריכין לדכוותי, לשבחם ולפארם, כי שמך כבר הולך היום מסוף העולם ועד העולם היהודי..

וראיתי להוסיף דבר קטן אבל חשוב, והוא, שטעות נפוצה בין ההמון, לומר שחם וכל זרעו הם בכלל קללה, של עבד עבדים אבל בהחומש אין מזה שום רמז רמיזא, והכתוב מצווח ואומר, ארור כנען עבד עבדים יהיה, בני נח היו כוש מצרים ופוט, והקטן הי' כנען, ורק כנען נתקלל, בנו הרביעי, אף שכולם הי' שחורים, היהפך כושי עורו, וגם מצרים כתב רש"י שהי' מכוערים ושחורים,
ומיד אחרי המעשה עם נח ובניו, מעיד הכתוב שנמרוד נכדו של חם, החל להיות גבור בארץ, הי' המלך הראשון אחרי המבול!

בגמרא סנהדרין ע' א'. מחלוקת אם הי' גם רביעה או רק סירוס, ומפורש שהטעם שקלל רק כנען, מפני שמנעו מבן רביעי, ומובא ברש"י.

"ויחל נח איש האדמה ויטע כרם וישת מן היין וישכר ויתגל בתוך אהלו וירא חם אבי כנען את ערות אביו ויגד לשני אחיו בחוץ ויקח שם ויפת את השמלה וישימו על שכם שניהם וילכו אחורנית ויכסו את ערות אביהם ופניהם וגו' וייקץ נח מיינו וידע את אשר עשה לו בנו הקטן רב ושמואל חד אמר סרסו וח"א רבעו מאן דאמר סרסו מתוך שקלקלו ברביעי קללו ברביעי ומאן דאמר רבעו גמר וירא וירא כתיב הכא וירא חם אבי כנען את ערות אביו וכתיב התם (בראשית לד, ב) וירא אותה שכם בן חמור וגו' בשלמא למ"ד סרסו משום הכי קללו ברביעי אלא למ"ד רבעו מאי שנא רביעי נלטייה הא והא הואי"

והתוס' מוסיפין.
"מה שלא קלל חם עצמו משום דאמר בב"ר ר"י אומר לפי שכתב ויברך אלקים את נח ואת בניו ואין קללה במקום ברכה לפיכך אמר ויאמר ארור כנען."

ובפרקי דרבי אליעזר, כותב התנא, שגם המעשה בעצמו עשה כנען ולא אביו חם, ופירוש הכתוב אשר עשה בנו הקטן, מוסב על כנען בנו הקטן של חם.
וזה לשונו.

"ונתגל בתוך אהלו ונכנס כנען וראה את ערות נח וקשר חוט בבריתו וסרסו ויצא לחוץ והגיד לאחיו ונכנס חם וראה ערותו ולא שם על לבו לכסותו אלא ויגד לשני אחיו בחוץ כמצחק באביו וגערו בו שני אחיו מה עשו לקחו בגד אחד שהיה פרוש לפניהם במזרחם עמם את הדרור של מזרח עמם והלכו אחורנית וכסו את ערות אביהם שנ' ויקח שם ויפת את השמלה והקיץ נח מיינו וידע את אשר עשה לו בנו הקטן של חם ואררו שנא' ויאמר ארור כנען"‬


פון טיפן הארץ זאג איך דיר א יישר כח פארן מיר אויפוועקן פון א טעות וואס איך האב געלעבט דערמיט, אבער פאר אונזער אבאמא איז יעצט ביכולת צו זיין פון די בני חם און ניטאמאל זיין א עבד ער קען גאר זיין אן אייניקל פון כוש ירים הודו, און מלך קען ער נאך ווערן, האבן מיר נאך א גוטן תירץ.

אז מען רעדט שוין יא פון שחורים האביך באגעגענט א מדרש רבה וואס שטייט אז חושים בן דן בן יעקב אבינו איז געווען א טונקל הויטיגער....
הק' זיידל זיידענפעלד
חו"פ קרעטשמע יע"א
אוועטער
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
 
הודעות: 4376
זיך איינגעשריבן: פרייטאג פבואר 01, 2008 12:51 pm
געפינט זיך: דא און דארט

הודעהדורך גד » דינסטאג נובמבר 04, 2008 6:28 pm

זיידעניו-בני היכלא.
עס איז אמת אז דאס איז פשוט פשט, אזוי ווי רש"י און די מדרשים, און תוס' וואס איר ברענגט.
און דער רמב"ן ברענגט אפילו דער פשט פון אבן עזרא, אז עבד עבדים יהי' לאחיו, מיינט לאחיו בני חם!
פארט ברענגט דער אבן עזרא א פשט פון גאון, אז ער מיינט דעם פאטער חם.. ער מאכט עס נאר אוועק במחי יד.

און אמת טאקע אז חם איז נישט מקולל און נישט עבד, רש"י זאגט אבער אויף חם, הקטן, שפל ובזוי.
גד
שר מאה
 
הודעות: 170
זיך איינגעשריבן: מיטוואך פבואר 20, 2008 12:47 am

הודעהדורך מיללער » דינסטאג נובמבר 04, 2008 6:46 pm

זיידעניו,
דאס אז איר האט געקענט קריגען א תגובה פון ידידי וידיד כל בית קרטשמאל הרב בני היכלא, איז ווערט געווען אלע געלטער (אפי' אז אבאמא זאל ווערן פרעזידענט..) זכרנו ימים מקדם בהלו נרו על ראשינו, מי יתננו ירחי קדם.

שיק אים א יישר-כח אין מיין נאמען, מיט א בקשה אויף תשובה מאהבה, שעוד ישוב אלינו כעת חיה ותחזינה עינינו בשובו לקרעטשמע ברחמים, ויקים בנו משיב בני היכלא ומוריד הזארעך, והשיבה שופטינו כבראשונה, אמן.
אוועטער
מיללער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 18059
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 8:48 am

הודעהדורך farshlufen » דינסטאג נובמבר 04, 2008 7:18 pm

גם אני מצטרף לדברי חברינו הרב מיללער, ביי יעדע ערנסטע דיסקוסיע קלער איך וואס וואלט בני היכלא געזאגט, דאס פעדער וואס האט אין יעדעס ענין א ידיעה וואו איז דאס אנטרינען, על מי נטשת את הצאן.
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת.
אוועטער
farshlufen
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 12262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נובמבר 16, 2007 8:26 am
געפינט זיך: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

הודעהדורך יאסל » דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 1:22 pm

ס'איז פאריגע וואך געווען אן ארטיקעל פון ר' מנשה פילאף אין צייטונג דערוועגען, ווי ער ברענגט טאקע ארויס דעם טעות אז נישט אלע בני חם זענען פארשאלטען געווארען נאר כנען, אין ווייזט אויף אז נאך אין יענע צייטען זענען שוין געווען מלאכים פון די בני חם ער טענה'ט אז נמרוד פון די בני כוש בן חם איז שוין אויך געווען א שווארצער
אויכעט לייקענט ער די שמועה פון שינאווער רב ז"ל אז לינקלאן איז דערשאסען געווארן אלץ עונש פארן באפרייען די שחורים.
אגב אין מצרים וואס היינט וואוינען נישט דארט קיין שווארצע, איז אבער אין די צייטען ווען די אידען זענען דארט געווען משעובד יא געווען שווארצע ווי רש"י זאגט טאקע, אין לעצטענס האט מען טאקע ארויסגעלייגט אויף דיספעלעי איינע פון די פרעה"ס פון יענע צייטען אין ווי אלע האבן געזען איז ער שווארץ.
אגב חוץ די פאקט אז רש"י הקדוש זאגט אז זיי זענען געווען מאוס'ע מענטשען ווי נעמט מען אז דאס אז זייער שווארצקייט קימט פון די קללה פון נח?
נאך עפעס אינזער זיידע האט געוואלט דא טענה'ן אז סקימט פון די טבע אין אפריקע אבער, ווי יעדער זעט איז דאס אויך נישט דער פאל ווייל די שחורים וואוונען שוין דא אין די יונייטעד סטעיטס מער ווי 200 יאר איז זענען נאך אלץ שווארץ.
אוועטער
יאסל
שר האלפיים
 
הודעות: 2823
זיך איינגעשריבן: זונטאג דצמבר 16, 2007 6:40 pm

הודעהדורך בני היכלא » דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 6:08 pm

יאסל האט געשריבן:אגב חוץ די פאקט אז רש"י הקדוש זאגט אז זיי זענען געווען מאוס'ע מענטשען ווי נעמט מען אז דאס אז זייער שווארצקייט קימט פון די קללה פון נח?


דער מדרש רבה אויפן פלאץ (ל"ו) זאגט.
ר' הונא בשם ר' יוסף, אתה מנעתי אותי מלעשות דבר שהוא באפילה, לפיכך יהיה זרעו כעור ומפוחם, אמר ר' חייא חם וכלב שמשו בתיבה, לפיכך יצא חם מפוחם, וכו'.

לויט ר' חייא, האט עס נישט מיט די מעשה פון די וויין, נאר נאך א עונש פארן תיבה פאר חם אליינס.
ס'דא אויך א מדרש?, אויסגערעכנט א ליסטע פון קללות אויף די חם'ניקעס, ווי שחורים, נעזער, פילייכט אויערן?

ברוך הבא ידידיי מאז ומתמיד, הרב מסקרענטאן, והרב מעורר ישנים שליט"א.
בני היכלא
שר האלפיים
 
הודעות: 2666
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 01, 2007 11:01 pm

הודעהדורך מיללער » דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 6:19 pm

בשם השם, כבוד יקירינו מוהר"ר בני היכלא, רבותי עס הערשט היינט ביי אונז א בחינה פון 'ואשיבה היכליך כבראשונה, וזרחיך כבתחילה' אחרי כן יקרא לנו עיר הצדק קרעטשמע נאמנה.
אוועטער
מיללער
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 18059
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יוני 14, 2007 8:48 am

הודעהדורך farshlufen » דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 7:44 pm

ברוכים הבאים, וועלקאם בעק, מי יתננו ירחי קדם.
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת.
אוועטער
farshlufen
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 12262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נובמבר 16, 2007 8:26 am
געפינט זיך: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

הודעהדורך farshlufen » דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 8:15 pm

יאסל, נו גלוי....
כי הישרים בלבותם יאהבו החולק עליהם בדעת וישנאו העוזרם בלי דעת.
אוועטער
farshlufen
שר עשרת אלפים
 
הודעות: 12262
זיך איינגעשריבן: פרייטאג נובמבר 16, 2007 8:26 am
געפינט זיך: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

הודעהדורך זיידעניו » דאנערשטאג נובמבר 13, 2008 10:25 pm

יאסל האט געשריבן:נאך עפעס אינזער זיידע האט געוואלט דא טענה'ן אז סקימט פון די טבע אין אפריקע אבער, ווי יעדער זעט איז דאס אויך נישט דער פאל ווייל די שחורים וואוונען שוין דא אין די יונייטעד סטעיטס מער ווי 200 יאר איז זענען נאך אלץ שווארץ.


יישר כחכם יאסל פארן קאמאנטירן אויף מיינע ווערטער, און לכבוד דעם וועל איך מצצט זיין מיינע ווערטער פון פריער
דאס איז זיכער אז אלע איינאוינער פון אפריקע, און טייל אויכעט פונעם אזיאניע קאנטינענט זענען טינקל הויטיג, דהיינו זייער הויט ווערט אזוי צוליב א מתנה וואס ה' האט זיי געגעבן צוליב די שטארקע כח החמה,


דאס מיינט נישט אז ווער עס וואקט אריין אין די אפריקאנישע קאנטינעט ווערט שחור און ווער עס גייט ארויס ווערט ווייס, און די זעלבע איז ביי כינע ווער עס גייט אריין אין טשיינע ווערן זיינע אויגן לענגליך און קליין און ווער עס שפאנצירט ארויס פון זייער טערטעטאריע ווערט עס גרויס ווי א טרויב, נאר וואס דען, דער רבונו של עולם האט דאס געמאכט פאר א מתנה פאר די וואס זענען דארט, אז זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון אלע מיני נאטורליכע מזיקים, איך בין דא מצטט די באקאנטע מעשה פון די גמרא אין מסככת שבת ל' ע"ב, ווי דער יעניגער וואס האט געוואלט אויפרעגן הלל....

שאלה יש לי לשאול אמר לו שאל בני שאל מפני מה ראשיהן של בבליים סגלגלות אמר לו בני שאלה גדולה שאלת מפני שאין להם חיות פקחות הלך והמתין שעה אחת חזר ואמר מי כאן הלל מי כאן הלל נתעטף ויצא לקראתו אמר לו בני מה אתה מבקש אמר לו שאלה יש לי לשאול אמר לו שאל בני שאל מפני מה עיניהן של תרמודיין תרוטות אמר לו בני שאלה גדולה שאלת מפני שדרין בין החולות הלך והמתין שעה אחת חזר ואמר מי כאן הלל מי כאן הלל נתעטף ויצא לקראתו אמר לו בני מה אתה מבקש אמר לו שאלה יש לי לשאול אמר לו שאל בני שאל מפני מה רגליהם של אפרקיים רחבות אמר לו בני שאלה גדולה שאלת מפני שדרין בין בצעי המים


זעהט מען פון די גמרא אז די מהלך פון די בריאה איז אויסגעשטעלט יעדער לויט די מקום פון ווי ער קומט. אין דאס איז שוין געבליבן אין די דשזינס, און דאס בלייב געווענדליך שוין אויף אפילו נאכן אויסוואנדערן פון זייער ארט.

אויף דיין אנדערע קשיה האט שוין ידיד נפשי ר' בני שיחי' היכלא שוין געענטפערט.

בד"וו איז נאך דא א מקום ווי מען קען זעהן ר' מנשה פילאפף'ס ארטיקל, מיין גראסערי האט שוין נישט די פאריגע וואכעדיגע צייטונגען, און בכלל קויף איך נישט קיין שום צייטונגען.
הק' זיידל זיידענפעלד
חו"פ קרעטשמע יע"א
אוועטער
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
 
הודעות: 4376
זיך איינגעשריבן: פרייטאג פבואר 01, 2008 12:51 pm
געפינט זיך: דא און דארט

איבער די קללה עבד עבדים יהי' לאחיו/איז פרעזידענט אבאמא א עבד

הודעהדורך חידוש נפלא » מיטוואך ינואר 28, 2009 1:32 pm

ווי באקאנט האט אמיעריקע אויסגעוועלט א פרעזידענט א שווארצער וואס ער הייסט באראק כוסעין אבאמא יר"ה ער איז געבוירן געווארן פון א שווארצע טאטע און א ווייסע מאמע וואס ווי באקאנט דער כלל אז ביי גוים גייט מען נאך דער פסול און אויב דער טאטע איז א שווארצער דעמאלטס ווערט דער זוהן אויך אזוי פאררעכנט אזוי ווי דער טאטע.

מאנכע האבן ארויפגעברענגט די פראגע צו עפ"י תורה מעג אזא איינער ווערן א פרעזידענט א מלך ווייל נח האט דאך געשאלטן כנען עבד עבדים יהי' לאחיו איז אויב אזוי דארף ער על פי תורה זיין אן עבד און ער טאר נישט זיין קיין מלך.

עס דרייט זיך ארום א מעשה פון הייליגן שינאווער רב זי"ע אז ער האט געזאגט אין דער צייט וואס מען האט געשאסן פרעזידענט עיברעהעם לינקלאן אז דאס איז געקומען אלס אן עונש פון הימל וויבאלד ער האט באפשרייט די שווארצע פון צו זיין עבדים ווי באקאנט, און מענטשן האבן דאס צוגעשטעלט די מעשה ווען מען האט געשאסן פרעזידענט קענעדי אז מען האט אים אויך געשאסן וועגן דעים וויבאלד ער האט שטארק אויסגעברייטערט די רעכטן פון די שווארצע אז זיי זאלן זיין גלייכבארעכטיגטע בירגער ווי יעדער איינער אן א אינטערשיד, האט מען עס דעמאלס צוגעשטעלט אז וועגן די סיבה איז ער אויך געשאסן געווארן.

די מעשה פון שינאווער רב איז ברייט באקאנט און איז שוין געדריקט אין מערערע פלעצער אבער אין אן ארטיקל אין דער צייטונג האט הרב ר' מנשה פילאפף שליט"א אויפגעוויזן שווארץ אויף ווייס אז דאס קען נישט שטימען וויבאלד די קללה פון עבד עבדים יהי' לאחיו איז נאר געגאנגען אויף כנען און נישט אויף אלע בני חם, און ער ברענגט דארט פון רמב"ם אז די גאנצע אומה פון כנען איז שוין אויסגעראטן געווארן ונאבד זכרם (דוכט זיך בימי דוד) און אויב אזוי קומט אויס אז אויף די היינטיגע שווארצע איז בכלל נישט דא די קללה אז זיי מיזן זיין עבדים,[ער האט עקסטער דארט מעורר געווען איבער געוויסע וואס האבן פארשפרייט אזעלכע סארט זאכן ביי די גוים כאילו על פי תורה טאר ער נישט זיין פרעזידענט, האט ער מעורר געווען אז אזעלכע זאכן קען חלילה אנרייצן די חברה קעגן די אידן ח"ו.]

און איבער די מעשה פון שינאווער רב זי"ע וואס ווי די וועלט פארציילט עס נאך איז די מקור פון הרה"ק רבי איציקל מפשעווארסק זי"ע וואס ער האט דאס אנגעבליך נאכפארציילטל פונעם שינאווער רב, ברענגט ער פון דער היינטיגער פשעווארסקער רבי הגה"צ רבי לייביש שליט"א-וואס כידוע לא זז ידו מתוך ידו- אז זיין זיידע האט קיינמאל נישט פארציילט אזא מעשה, און ער ברענגט דארט אויך פון אבן עזרא וואס זאגט די זעלבע זאך אויף מענטשן וואס זאגן אז שווארצע טארן נישט זיין קיין מלכים, זאגט דער אבן עזרא אויכעט אז עס איז נישט אמת ווייל די קללה איז נאר געגאנגען אויף כנען און נישט אויף אלע בני חם.
חידוש נפלא
שר חמישים ומאתים
 
הודעות: 342
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג ינואר 22, 2009 10:03 pm

הודעהדורך בן בוזי » מיטוואך ינואר 28, 2009 1:43 pm

מאנכע האבן ארויפגעברענגט די פראגע צו עפ"י תורה מעג אזא איינער ווערן א פרעזידענט א מלך ווייל נח האט דאך געשאלטן כנען עבד עבדים יהי' לאחיו איז אויב אזוי דארף ער על פי תורה זיין אן עבד און ער טאר נישט זיין קיין מלך.


די שאלה גייט נאך אסאך טיפער, אפשר דארף מען אונז אלע אויסבויערן די אויערן ווייל אוזן זה ששמעה על הר סיני כי לי בני ישראל עבדים, עבדי הם ולא עבדים לעבדים, ס'איז א פחד מ'וועט נעמען באהרען אויערן אין אלע בתי מדרשים (אינטערעסאנט טאקע אז ס'נאכנישט ארויס געקומען די שאלה פון איינע פון די כוללים ווי ס'ווערן געווענטליך געבוירן די 'שאלות', קען זיין מ'איז יעצט אפשר ביזי מיט די ראזשינקעס? ווער ווייסט?).

יעמט אין די שווערע עקאנאמי קען דאס זיין א פאסיגע פרנסה פאר דער פאסיגער קאנדידאט. $3 אן אויער.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com
אוועטער
בן בוזי
שר שלשת אלפים
 
הודעות: 3904
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:03 am

הודעהדורך אינסוזעאיסט » פרייטאג אוקטובר 19, 2012 10:31 am

א איד? אדער יא אדער ניין
אוועטער
אינסוזעאיסט
שר מאה
 
הודעות: 208
זיך איינגעשריבן: דינסטאג פבואר 14, 2012 8:13 pm

הודעהדורך דעת זקנים » זונטאג אוקטובר 21, 2012 11:24 am

זיידעניו האט געשריבן:הלמאי ער איז א שחור איז דאך קלאר אז ער איז איינע פון די בני חם, וואס זיידי נח האט זיי פארשאלטן אז זיי זאלן זיין עבדים לעולמי עד, און דא קומט אן עבד און ווערט גאר מלך, שטעלט זיך די קשיה ועבד כי ימלוך?
בן בוזי האט געשריבן:
מאנכע האבן ארויפגעברענגט די פראגע צו עפ"י תורה מעג אזא איינער ווערן א פרעזידענט א מלך ווייל נח האט דאך געשאלטן כנען עבד עבדים יהי' לאחיו איז אויב אזוי דארף ער על פי תורה זיין אן עבד און ער טאר נישט זיין קיין מלך.

אולי אפ"ל בדרך אפשר ווען א 50% פראצענט אמעריקאנער צו מער דארפן אים נישט (כאפט'ס מיר נישט ביים ווארט) האמיר דאך דעם כלל אז 'אין מלך בלא עם', איזעס נישט קיין פראבלעם...
אוועטער
דעת זקנים
שר חמש מאות
 
הודעות: 617
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 20, 2012 6:39 pm

הודעהדורך JOELHEALTH » פרייטאג נובמבר 16, 2012 1:02 am

חידוש נפלא האט געשריבן:ווי באקאנט האט אמיעריקע אויסגעוועלט א פרעזידענט א שווארצער וואס ער הייסט באראק כוסעין אבאמא יר"ה ער איז געבוירן געווארן פון א שווארצע טאטע און א ווייסע מאמע וואס ווי באקאנט דער כלל אז ביי גוים גייט מען נאך דער פסול און אויב דער טאטע איז א שווארצער דעמאלטס ווערט דער זוהן אויך אזוי פאררעכנט אזוי ווי דער טאטע..

פון ווי נעמסטו אז שווארץ ווערט גערעכנט פאר א פסול לגבי דיני יוחסין?
JOELHEALTH
שר מאה
 
הודעות: 110
זיך איינגעשריבן: פרייטאג דצמבר 26, 2008 1:03 pm


צוריק צו ידיעות התורה

ווער איז אריינגעסיינט

באנוצערס וואס זענען איצט אין די פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער. און 2 געסט

  • Advertisement
cron